קאלובער רבי פון אר"י מיט א ווענדונג צו פרעזידענט אבאמא

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

קאלובער רבי פון אר"י מיט א ווענדונג צו פרעזידענט אבאמא

שליחה דורך שעפטל »

דער קאליב'ער רבי פון ארץ ישראל הגה"צ רבי מנחם מענדל טויב שליט"א האט געשיקט א ווענדונג צום פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, באראק כוסעין אבאמא, אז ער זאל אויפהערן צו זאגן אז ער איז א פריינט צו ארץ ישראל, נאר עס באמת ארויסווייזן.

אפאר ווערטער איבער'ן קאלוב'ע רבי פון ארץ ישראל:
דער רבי איז געבוירן אין יאר תרפ"ד, ער איז בערך 92 יאר אלט, לאוישט"א, ער איז א זון פון הגה"צ רבי יהודה יחיאל זצ"ל אב"ד ראזלא, א פערטע דור פון הרה"ק רבי יצחק אייזיק פון קאלוב זי"ע.
די רבי איז געווען אן איידעם ביי הגה"צ רבי פנחס שפירא זצ"ל, אב"ד קעכניא. זיין רעביצין איז אוועק תשע"ב.

די רבי איז דעפאטירט געווארן אין יאר תש"ד צו די אוישוויץ קאנצטראציע לאגער, ער איז נעבעך אדורך געגאנגן שווערע עקספערעמענטן פון כעמישע ברענערייען דורכן רשע דזשאסעף מענגעלע ימש"ו, וואס צוליב דעם וואקסט אים נישט קיין האר, און האט ל"ע קיינמאל נישט געהאט קיין קינדער.

נאכן קריג בערך אין יאר תש"ז איז ער אנגעקומען קיין אמעריקע, און זיך באזעצט אין קליוולאנד, אהיא.
שפעטער אין יאר תשכ"ב האט זיך די רבי ארויפגעצויגן קיין ארץ ישראל, געבויעט דעם "קרית קאלוב" אין ראשון לציון, טאקע אין ז' אדר (יארצייט פונעם קאלוב'ער רבי זי"ע) תשכ"ג איז געווען די אבן הפינה.
יארן שפעטער האט זיך די רבי אריבערגעצויגן קיין בני ברק. און אין תשס"ד האט זיך די רבי באזעצט אין ירושלים עיה"ק.

זינט די צווייטע וועלט מלחמה איז די רבי כסדר פארנומען מיטן געדענקן און זיכער מאכן אז מ'פארגעסט נישט וואס אונזערע עלטערן האבן דארט מיטגעמאכט, און איינגעפירט אז מ'זאל ביי די ענדע פון גרויסע אווענטן אין ארץ ישראל און איבער די וועלט זאל מען זאגן "שמע ישראל" לזכר נשמת די קדושים פונעם קריג.

דא קען מען זעהן זיין הארציגע בקשה פונעם רבי'ן צום פרעזידענט -אלס אן אמעריקאנער סיטיזען- אז ער זאל שטיצן ארץ ישראל, און זאל שיקן געלט אהין..
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=WaPd_GzIM6k[/youtube]
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

רעדט פלעין ערגער פון א כתה אלף אינגל, אבער אנטשולדיגט ווען איך בין ווען פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן און איך זעה דעם קליפ וואלט איך פלעין איגנארירט דעם געבעט, די וועג פון בעטן עפעס פון א מענטש אין א הויעכע פאזיציע גייט נישט צו אז מען כאפט אפ מיט א בלעקבערי א קליפ פון א נארישע רעדע נאך שלש סעודות ווען אין געגנווארט הויערט א שיסל קאטשעניו,
אזאנע אגענדעס דארף ווערן סטראטעגיש אויספלאנירט מיט דיפלאמאטיע און איך זאג נישט ער זאל זיצן אין א רויטן פאטעל מיט פלאוער'ס און רעדן פענסי אבער עטליעסט נישט אויף אזא פארנעם.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

גוט, איך וועל אים איבערגעבן
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

שעפטל האט געשריבן:גוט, איך וועל אים איבערגעבן

אז דו רעדסט שוין צו עים געב עים איבער א גריס פון מיר
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

אט אויף דעם פאל זאגט די משנה אל תהא דן לאדם. דער קאלובער רבי איז קע"ה 93 צום גוטן. דער יוד האט כידוע מיטגעמאכט די ארגסטע יסורים וואס אויף קיין שום מענטש נישט געוואונטשן פון די נאציס ובראש דר מענגעלע ימ"ש. ער האט א רייכע היסטאריע פון אויפטאן אסאך נאכן קריג. ער איז איין שטיק קדושה און יעדער וואס קוקט אויף אים ווערט שטארק מחוזק אין זיינע אייגענע פראבלעמן. לאז אים געמאכט לאז אים רעדן צום פרעזידענט
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
שמן זית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:39 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך שמן זית »

שעפטל האט געשריבן:גוט, איך וועל אים איבערגעבן


אז דו גייסט שוין צו אים, גיי אויך אריבער צום פרעזידענט ירום הודו, און זיי אים מודיע אז איינער וויל אים עפעס זאגן...
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

מ'דארף צו פרעגן עזרא פרידלענדער צו אבאמא האט שוין געהערט דעם ביטע.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נהורא נפישא האט געשריבן:מ'דארף צו פרעגן עזרא פרידלענדער צו אבאמא האט שוין געהערט דעם ביטע.

נאר דער קאליב'ער רבי שליט"א, ה' יאריך ימיו ושנותיו ויאריך ממלכתו בקרב ישראל עד ביאת משיח צדקינו בב"א, רעדט אזוי גוט עברית ווי ער רעדט ענגליש. מיט האלב אידישע ווערטער אריינגעמישט. עטץ האטץ שוין געהערט אמאל וויאזוי ער רעדט לשון קודש. פונקט ווי אונזער רבי אין חדר...!
פארשפארט