וואס גייט פאר אין פאנעוויזש צווישן די מחבלים אין די שונאים ?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

וואס גייט פאר אין פאנעוויזש צווישן די מחבלים אין די שונאים ?

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער באקאנטער אין באוויסטער ישיבת פאנעוויזש (או הנקרא פונוביץ) גייט שוין דורך שטורמישע קאפיטלען די לעצטע צוויי צענדליג יאר אין בפרט אין די לעצטערע וואכן איז די ישיבה שוין געווען מער ווי איין מאל די דוסקוסיע אין מקוה , איז נישט מער ווי נארמאל אביסעל צי אנאליזירן את הישיבה ולומדיה , די ישיבה איז מייסד געווארן אין יאר 1943 אין בני ברק דורך דעם נשיא הישיבה רב יוסף שלמה כהנא זצ"ל, דאס ט ער געבויט ממשיך צי זיין זיין ישיבה וואס ער האט געפענט אין פאנעוויזש אין דער ליטא בשנת תרע"ט ישיבה נאכן ערשטע קריג ווי רוב פין די 400 תלמידים זענען געהארגעט געווארן, רב כהנמן איז ארויף געגאנגן קיין ארץ ישראל 1940 ,אין אין דעצעמבער 2 1943 האט ער געפענט דעם באקאנטען ישיבה ישיבת פאנעוויזש אן הייבענדיג מיט גאנצע 7 בוחרים צווישן זיי רב גרשון איידעלשטיין (כהיום ר"מ בישיבה מצד השונאים) אין זיין ברודער רב יעקב איידעלשטיין , אויף גענומען האט מען דאן ר' שמואל ראזאבסקי זצ"ל (דער באקאנטער אין באליבטע שיעורי ר' שמואל) נאך א יאר האט זיך שוין געציילט דער מספר התלמידים אויף 70 , דאן האט מען אויף גענומען ר' דוד פאווארסקי זצ"ל , אין דערנאך האט מען אויף גענומען רב אליעזר מנחם שך זצ"ל , בשנת תשכ"ט איז רב כהנמן זצ"ל נפטר געווארן אין די נשיאות איז אריבער צי זיין זון רב אברהם כהנמן זצ"ל, למעשה אין ישיבה מיט די צייט האט זיך אנגעהויבן קליינע (??) רייבערייען צווישן תלמידי רב שך זצ"ל אנטקעגן רב פוברסקי ווייל רב שך זצ"ל האט נישט אזוי געגליכן רב פאווארסקי זצ"ל צוליב איטליכע סיבות צווישן זיי איז געווען ווייל ער האט געוואלט אריין שטעלן זיין איידעם ר' ברוך(בובקה) פינס אין ישיבה וואס רב שך האט נישט געוואלט בשום אופן , צוליב משפחה חשבונות , אין אזוי אויך האט איינער געזען שוין (אדער זיך געדאכט) ווי ער עסט אן אייסקרים אויפן גאס...וואס דאס איז שוין געווען מער ווי גענוג פאר רב שך צי פירן א מערכה אנטקעגן זיין התמנות אין ישיבה ,אזוי אויך איז רב פוברסקי געפארן קיין עמנואל געבן א שיעור דארט , וואס ווי באקאנט איז רב שך געווען אנטקעגן די ןשטחים, אין דאן איז געווען פאשקעווילן אין ישיבה"רבם דקרו" וכו. אין אזוי אויך האט מען איין יאר שמחת תורה געשלאגן בפני רב שך , מיט די יארן האט מען אויך אויף גענומען רב גרשון אדלשטיין אין רב שלמה בערמאן אין רב ברוך דוב פוברסקי שליט"א (זון פין ר'דוד זצ"ל) ,אין בשנת תשמ"ח האט מען אויף גענומען ר'שמואל מרקוביץ (איידעם פין ר' אברהם כהנמן זצ"ל ) איןר'אשר דוטש , בשנת תשנ"ו ווען רב שך זצ"ל איז שוין געווען קראנק האט ער שוין געוואלט אויף געבן זיין דירה וואס האט באלאנגט פאר די ישיבה אבער ע"פ פסקו פין זיין מחותן רב אלישיב (וואס האט שטארק געבעקט די מחבלים צוליב פארשידענע חשבונות) איז ער געבליבן , אין טאקע צוויי דריי יאר שפעטער איז ער נפטר געווארן , אין דאן האט זיך אנגעהויבן די מחלוקת מחבלים vs שונאים , רב פוברסקי אין רב אדלשטיין זייענדיג שיעור ב אין שיעור ג אין רב מרקוביץ שיעור א (וואס ווערט נישט פארעכענט ווי עפעס ממשית'דיג ) צום ליינען איז כהן לוי געווען פשוט אבער שלישי האבן נאר באקומן די ראשי ישיבות רב פוברסקי אין רב אדלשטיין , די תלמידים פין רב מרקוביץ האבן באשלאסן נישט צי שווייגן אין זיי האבן פארשלאסן די לעקטער אין ישיבה אין עס איז אזוי געווען פאר גאנצע 10 מינוט , וואס דאס איז געווען די ערשטע מאל אין היסטורית פונוביז אז די לעקטער זאל זיין פארלאשן , אבער וואס טוט מען נישט פאר כבוד התירע ? ,למעשה איז אויך געווען א שטיקעל ריס צווישן ר' שמואל אין זיין שווער , אין זיין שווער האט דעמאלדס געזאגט אז דער סבא מנוברדהוק ווען זיין איידעם האט זיך מתחצף געוועזן פאר עים האט ער געווארפן אויף עים זיין שיך אין פארשיקט פין ישיבה ... למעשה מיט די צייט האט זיך ר' שמואל ארויף געזעצט אויף מזרח וואנט וואס דאס געהערט פאר די ראשי ישיבות ... איינע פין די גרויסע מעמדים וואס קומען פאר אין ישיבה איז שמחת תורה וואס דעמאלדס טאנצען די ראשי ישיבות אין אין זיינע תלמידים זענען דעמאלדס מפזז ומכרכר מיט אלע כוחות , אין שטיפן אין זעצען פאר וועם עס פעלט נאר אויס , אקיצור שמחת תורה שנת תשנ"ח שילדערט א תלמוד מרקוביץ אז אינמיטן די רקודים פין רב מרקוביץ איז לייזער (רב אליעזר כהנמן גיסו של שמוליק ) צי געקומן פין מזרח וואנט אין געשטיפט רב מרקוביץ ... למעשה טענה'ט א תלמוד פין רב כהנמן אז דאס איז בכלל נישט אמת. אר עס איז געווען אין חדר האוכל אין ער האט לכאורה נאר געזאגט עפעס , אין גאר פארקערט איז געווען אז ווען רב כהנמן איז אריין געקומן האבן זיי זיך גענומען ווארפן באטלעך , אין דער תלמוד לייגט נאך צי מיט א האלבע שמייכעל אז זיי האבן אפילו געווארפן א שטיקעל קוגעל אויף עים ...אין ער איז שנעל אנטלאפען פין דארט , אין אזוי אויך האט רב פוברסקי מעיד געווען אין די פרוטוקול אז זיי האבן געווארפן זאכן אויף אינז אין געזונגן וכל קרני רשעים ... למעשה זיין טאטע וואס האט נאך געלעבט דעמאלדס האט ארויס געווארפן 12 בוחרים , למעשה האבן זיי זיך אויס געלאכט , אין היכל האבן זיי זיך טאקע נישט געוואגט אריין צי גיין , אבער אפילו אין חדר האוכל למשל ווען זיי זענען אריין האט זיך געטון קולות וברקים ווי שייגאץ ארויס ?? וכו. למעשה רב פוברסקי אין רב אדלשטיין האבן אלטץ אות מוחאה נישט געזאגט קיין שיעורים פאר צוויי וואכן ,למעשה אין מיטען די שנת התשעים האבן די מחבלים באוויזן צי לייגן א האנט אויף די קופת תומכי תורה וואס שטעלט צי רעקלעך היטן גלעזער א דוגמא פאר די בוחרים , וואס דאס איז געווען א סטראטעגישע פעולה אין בעלות הישיבה , די תלמידי השונאים האבן דאס נישט געקענט אראפ שלינגן אין אין איינע פין די טעג האבן אלע בוחרים געטראפן פאשקעווילן אין די רעקלעך אנטקעגן שמוליק מרקוביץ , אין אביסעל שפעטער אין א פרי מארגן האט אריין געשטורעמט אין ישיבה א מאן מיט א באדעקטע פנים מיט א בלונדע שייטעל האלטענדיג א ביקס אין האנט אין אויס געשאסן מיט א יודישע ביקס אויס ווארפענדיג א הויפן פאשקעווילן אנטקעגן שמוליק מרקוביץ , דעמאלדס האט מען אויך געווארפן בוחרים וואס זענען למעשה אויך נישט ארויס געגאנגן , איינע פין די משגיחים מצד מרקוביץ האט געשיקט זיינע מחבלים צי מסדר זיין איינע פין די בוחרים אין זיי האבן עים באגנב'עט די וועש ... די נקמה האט נישט געשפעטיגט צי קומען אביסעל פאר יום כיפור קלאפט אן אין הויז פינעם משגיח א בחור אין זאגט פארן ווייב אז אייער מאן האט ציפליקט דעם רעקעל אין ער בעט פאר דעם שבת'דיגע פראק , אין עס פעלט נאך ביז היינט .... המשך יבוא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביטע מרחיב זיין פארוואס זענען די שונאים און די מחבלים, און פארוואס איז מרקוביץ מער מ''מ פון הרב שך,
און צו דאס האט אויך שייכות צו ר' שמואל אוירבאך
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

איך בין שוין אינגאנצען צומישט. ביטע זײ מסביר אביסל קלארער. שכוח.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דער געוואגטער דערוואגט זיך נישט צו לייגן קיין פעריאד. אויך וויל ער בשום אופן נישט שרייבן מער ווי איין פאראגראף.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עמעזאן האט געשריבן:ביטע מרחיב זיין פארוואס זענען די שונאים און די מחבלים, און פארוואס איז מרקוביץ מער מ''מ פון הרב שך,
און צו דאס האט אויך שייכות צו ר' שמואל אוירבאך
דער נאמען מחבלים האט זיך אן געקלעבט אין זיי דערנאך וואס רב פוברסקי זצ"ל האט זיי געריפען מי די כינוי !! , אין פארוואס מרקוביץ איז מער ממשיך איז ווי באלד שמוליק מרקוביץ איז א תלמוד פון רב שך אין די חסידים(תלמידים) פון רב שך האבן געזען אין עים דער ממשיך מיט די רדיפות אנטקעגן רב פוברסקי.....!!! אין אזוי אויך האט שמוליק מרקוביץ געהאט די שטיצע פון רב אלישיב וואס ער איז געווען בשעתו דער "מרן"ביי די ליטאים אין אויערבאך וואס פארופט זיך מרן נאכן פטירה פון רב אלישיב שטיצט אויך די פלג המחבלים בראשות שמוליק מרקוביץ !! משא"כ רב שטיינמאן וואס האט בחיי רב אלישיב נישט גענומען עפענטליך א צד . נעמט ער אבער כהיום א צד לטובת פלג השונאים ,
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

איז דאס מער א פאנדעמענטל מחלוקה ווי סתם מי בראש? למשל אויף ישראלישע טעלעוויזיע לייגט מען אראפ ווי די מחבלים זענען חרדים קיצונים ביותר..
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

chusid האט געשריבן:איז דאס מער א פאנדעמענטל מחלוקה ווי סתם מי בראש? למשל אויף ישראלישע טעלעוויזיע לייגט מען אראפ ווי די מחבלים זענען חרדים קיצונים ביותר..

די מציאות איז אזוי אז אוירבאך'ס חברה זענען מער די פרומע וואס האבן זיך שוין מער ווי איין מאל צוזאם געשטעלט מיט די עדה סקרוקי החרדית !!! וואס אפילו די קנאישע חסידישע קהילות שטעלן זיך נישט צי געהעריג !! אין א גרויסע חלק פון זיי זענען דא צי צינדען גארביטש קאנעס אין זיין מושכי זנבות פין די משטרה אין באגלייטונג פון געשרייען נאצי !! נאצי !! משא"כ די פלג השונאים זענען אנהענגער פון רב שטינמן שליט"א וואס איז מער רואיג אין פירן זיך נישט ווי קיין חיות הטמאים אין איז מער גרייט אויף הסכמים אין פשרות !! וואס דאס איז אפשר נישט אנגענומן אין פארשידענע קרייזען .( אבער במציאות האט ער היינט די ווארט אויף די חרדישע וועלט !!)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סגייט מכות
youtu.be/elQcuMT50W0
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דער באקאנטער אין באוויסטער ישיבת פאנעוויזש (או הנקרא פונוביץ) גייט שוין דורך שטורמישע קאפיטלען די לעצטע צוויי צענדליג יאר אין בפרט אין די לעצטערע וואכן איז די ישיבה שוין געווען מער ווי איין מאל די דוסקוסיע אין מקוה , איז נישט מער ווי נארמאל אביסעל צי אנאליזירן את הישיבה ולומדיה ,

די ישיבה איז מייסד געווארן אין יאר 1943 אין בני ברק דורך דעם נשיא הישיבה רב יוסף שלמה כהנא זצ"ל, דאס האט ער געבויט ממשיך צי זיין זיין ישיבה וואס ער האט געפענט אין פאנעוויזש אין דער ליטא בשנת תרע"ט נאכן ערשטע קריג ווי רוב פין די 400 תלמידים זענען געהארגעט געווארן,

רב כהנמן איז ארויף געגאנגן קיין ארץ ישראל 1940 ,אין אין דעצעמבער 2 1943 האט ער געפענט דעם באקאנטען ישיבה ישיבת פאנעוויזש אן הייבענדיג מיט גאנצע 7 בוחרים צווישן זיי רב גרשון איידעלשטיין (כהיום ר"מ בישיבה מצד השונאים) אין זיין ברודער רב יעקב איידעלשטיין , אויף גענומען האט מען דאן ר' שמואל ראזאבסקי זצ"ל (דער באקאנטער אין באליבטע שיעורי ר' שמואל) נאך א יאר האט זיך שוין געציילט דער מספר התלמידים אויף 70 , דאן האט מען אויף גענומען ר' דוד פאווארסקי זצ"ל , אין דערנאך האט מען אויף גענומען רב אליעזר מנחם שך זצ"ל ,

בשנת תשכ"ט איז רב כהנמן זצ"ל נפטר געווארן אין די נשיאות איז אריבער צי זיין זון רב אברהם כהנמן זצ"ל, למעשה אין ישיבה מיט די צייט האט זיך אנגעהויבן קליינע (??) רייבערייען צווישן תלמידי רב שך זצ"ל אנטקעגן רב פוברסקי ווייל רב שך זצ"ל האט נישט אזוי געגליכן רב פאווארסקי זצ"ל צוליב איטליכע סיבות צווישן זיי איז געווען ווייל ער האט געוואלט אריין שטעלן זיין איידעם ר' ברוך(בובקה) פינס אין ישיבה וואס רב שך האט נישט געוואלט בשום אופן , צוליב משפחה חשבונות ! ,אין אזוי אויך האט איינער געזען שוין (אדער זיך געדאכט) ווי ער עסט אן אייסקרים אויפן גאס...וואס דאס איז שוין געווען מער ווי גענוג פאר רב שך צי פירן א מערכה אנטקעגן זיין התמנות אין ישיבה , ולא זו בלבד ... רב פוברסקי איז נאך געפארן קיין עמנואל געבן א שיעור דארט , וואס ווי באקאנט איז רב שך גענויגט לינקס געווען אנטקעגן די שטחים, (אחד מהסיבות במלחמתו נגד האדמו"ר מליבאוויטש זצ"ל ) אין דאן איז געווען פאשקעווילן אין ישיבה מיטן באקאנטן קעפל "רבם דקרו" וכו. די רדיפות האט זיך נישט אפ געשטעלט ביי דעם ! מען האט איין יאר שמחת תורה אים געשלאגן בפני רב שך ! .
די גאנצע פרשת הרדיפה אנטקעגן רב פוברסקי איז א פלעק וואס זיי פרובירן בכל טצדקי עס צו פארווישן...!!

מיט די יארן האט מען אויך אויף גענומען רב גרשון אדלשטיין אין רב שלמה בערמאן אין רב ברוך דוב פוברסקי שליט"א (זון פין ר'דוד זצ"ל) ,אין בשנת תשמ"ח האט מען אויף גענומען ר'שמואל מרקוביץ (איידעם פין ר' אברהם כהנמן זצ"ל ) איןר'אשר דוטש ,

בשנת תשנ"ו ווען רב שך זצ"ל איז שוין געווען קראנק האט ער שוין געוואלט אויף געבן זיין דירה וואס האט באלאנגט פאר די ישיבה אבער ע"פ פסקו פין זיין מחותן רב אלישיב (וואס האט שטארק געבעקט די מחבלים צוליב פארשידענע חשבונות) איז ער געבליבן , אין טאקע צוויי דריי יאר שפעטער איז ער נפטר געווארן ,

דא האט זיך אנגעהויבן די מחלוקת מחבלים vs שונאים , רב פוברסקי אין רב אדלשטיין זייענדיג שיעור ב אין שיעור ג אין רב מרקוביץ שיעור א (וואס ווערט נישט פארעכענט ווי עפעס ממשית'דיג ) צום ליינען איז כהן לוי געווען פשוט אבער שלישי האבן נאר באקומן די ראשי ישיבות רב פוברסקי אין רב אדלשטיין , די תלמידים פין רב מרקוביץ האבן באשלאסן נישט צי שווייגן אין זיי האבן פארשלאסן די לעקטער אין ישיבה ...! אין עס איז אזוי געווען פאר גאנצע 10 מינוט , וואס דאס איז געווען די ערשטע מאל אין "היסטורית פונוביז" אז די לעקטער זאל זיין פארלאשן , אבער וואס טוט מען נישט פאר כבוד התירע ...???!!!
צו אלעם בייזן איז אויך געווען א שטיקעל ריס צווישן ר' שמואל אין זיין שווער , (אין זיין שווער האט דעמאלדס געזאגט אז דער סבא מנוברדהוק ווען זיין איידעם האט זיך מתחצף געוועזן פאר עים האט ער געווארפן אויף עים זיין שיך אין פארשיקט פין ישיבה ...!! -אדער יא אדער נישט !)
למעשה מיט די צייט האט זיך ר' שמואל ארויף געזעצט אויף מזרח וואנט וואס דאס געהערט פאר די ראשי ישיבות ... און דאס האט געהויבן ברעמען ביים ציבור ,

איינע פין די גרויסע מעמדים וואס קומען פאר אין ישיבה איז שמחת תורה וואס דעמאלדס טאנצען די ראשי ישיבות אין אין זיינע תלמידים זענען דעמאלדס מפזז ומכרכר מיט אלע כוחות , אין שטיפן אין זעצען פאר וועם עס פעלט נאר אויס (...!! ) ,אקיצור שמחת תורה שנת תשנ"ח שילדערט א תלמוד מרקוביץ אז אינמיטן די רקודים פין רב מרקוביץ איז לייזער (רב אליעזר כהנמן גיסו של שמוליק ) צי געקומן פין מזרח וואנט אין געשטיפט רב מרקוביץ ... למעשה טענה'ט א תלמוד פין רב כהנמן אז דאס איז בכלל נישט אמת. אר עס איז געווען אין חדר האוכל אין ער האט לכאורה נאר געזאגט עפעס , אין גאר פארקערט איז געווען אז ווען רב כהנמן איז אריין געקומן האבן זיי זיך גענומען ווארפן באטלעך , אין דער תלמוד לייגט נאך צי מיט א האלבע שמייכעל אז זיי האבן אפילו געווארפן א שטיקעל קוגעל אויף עים ...אין ער איז שנעל אנטלאפען פין דארט ,
אין אזוי אויך האט רב פוברסקי מעיד געווען אין די פרוטוקול אז זיי האבן געווארפן זאכן אויף אינז אין געזונגן וכל קרני רשעים ...

זיין טאטע ר'דוד וואס האט נאך געלעבט דאן. האט ארויס געווארפן 12 בוחרים פון ישיבה ! למעשה האבן זיי זיך פשוט אויס געלאכט ... , אין היכל האבן זיי זיך טאקע נישט געוואגט אריין צי גיין , אבער אפילו אין חדר האוכל למשל ווען זיי זענען אריין האט זיך געטון קולות וברקים ווי (שייגאץ ארויס = סאנדס פאמיליער ??) וכו.
דאן האבן רב פוברסקי אין רב אדלשטיין אלטץ אות מוחאה נישט געזאגט קיין שיעורים פאר צוויי וואכן ! ,

ערגעץ ווי אין מיטען די שנת התשעים האבן די מחבלים באוויזן צי לייגן א האנט אויף די קופת תומכי תורה וואס שטעלט צי רעקלעך היטן גלעזער א דוגמא פאר די בוחרים , וואס דאס איז געווען א סטראטעגישע פעולה אין בעלות הישיבה , די תלמידי השונאים האבן דאס נישט געקענט אראפ שלינגן אין אין איינע פין די טעג האבן אלע בוחרים געטראפן פאשקעווילן אין די רעקלעך אנטקעגן שמוליק מרקוביץ ! , אין אביסעל שפעטער אין א פרי מארגן האט אריין געשטורעמט אין ישיבה א מאן מיט א באדעקטע פנים מיט א בלונדע שייטעל האלטענדיג א ביקס אין האנט אין אויס געשאסן מיט א אידישן ביקס אויס ווארפענדיג א הויפן פאשקעווילן אנטקעגן שמוליק מרקוביץ ...! דעמאלדס האט מען אויך געווארפן בוחרים וואס זענען למעשה אויך נישט ארויס געגאנגן ,

איינע פין די משגיחים מצד מרקוביץ האט געשיקט זיינע מחבלים צי מסדר זיין איינע פין די בוחרים אין זיי האבן עים באגנב'עט די וועש ... די נקמה האט נישט געשפעטיגט צי קומען אביסעל פאר יום כיפור קלאפט אן אין הויז פינעם משגיח א בחור אין זאגט פארן ווייב אז אייער מאן האט ציפליקט דעם רעקעל אין ער בעט פאר דעם שבת'דיגע פראק , אין עס פעלט נאך ביז היינט .... המשך יבוא

ארויף געברענגט לכבוד @בודאפעסט ,
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זאג נאר דו הערסט אויף??!
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

לכבוד חודש אלול איז געווען פריש פעטש בגבעת הישיבה ווייסט ווער וואס איז שוין ווייטער? בכלל בין איך א ע"ה און די סוגיא של פונוויז איך וויל פארשטייען למעשה ווי פראוועט מרקוביץ? און ווי פראוועט כהנמן? געט כהנמן שיעורים בכלל? וויפול תלמידים האט אלול ע"ז כהנמן און וויפול מרקוביץ ביטע העלפט ארויס שכוח
פארשפארט