קאלובער רבי פון אר"י מיט א ווענדונג צו פרעזידענט אבאמא

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2864 מאל

קאלובער רבי פון אר"י מיט א ווענדונג צו פרעזידענט אבאמא

שליחה דורך שעפטל »

דער קאליב'ער רבי פון ארץ ישראל הגה"צ רבי מנחם מענדל טויב שליט"א האט געשיקט א ווענדונג צום פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, באראק כוסעין אבאמא, אז ער זאל אויפהערן צו זאגן אז ער איז א פריינט צו ארץ ישראל, נאר עס באמת ארויסווייזן.

אפאר ווערטער איבער'ן קאלוב'ע רבי פון ארץ ישראל:
דער רבי איז געבוירן אין יאר תרפ"ד, ער איז בערך 92 יאר אלט, לאוישט"א, ער איז א זון פון הגה"צ רבי יהודה יחיאל זצ"ל אב"ד ראזלא, א פערטע דור פון הרה"ק רבי יצחק אייזיק פון קאלוב זי"ע.
די רבי איז געווען אן איידעם ביי הגה"צ רבי פנחס שפירא זצ"ל, אב"ד קעכניא. זיין רעביצין איז אוועק תשע"ב.

די רבי איז דעפאטירט געווארן אין יאר תש"ד צו די אוישוויץ קאנצטראציע לאגער, ער איז נעבעך אדורך געגאנגן שווערע עקספערעמענטן פון כעמישע ברענערייען דורכן רשע דזשאסעף מענגעלע ימש"ו, וואס צוליב דעם וואקסט אים נישט קיין האר, און האט ל"ע קיינמאל נישט געהאט קיין קינדער.

נאכן קריג בערך אין יאר תש"ז איז ער אנגעקומען קיין אמעריקע, און זיך באזעצט אין קליוולאנד, אהיא.
שפעטער אין יאר תשכ"ב האט זיך די רבי ארויפגעצויגן קיין ארץ ישראל, געבויעט דעם "קרית קאלוב" אין ראשון לציון, טאקע אין ז' אדר (יארצייט פונעם קאלוב'ער רבי זי"ע) תשכ"ג איז געווען די אבן הפינה.
יארן שפעטער האט זיך די רבי אריבערגעצויגן קיין בני ברק. און אין תשס"ד האט זיך די רבי באזעצט אין ירושלים עיה"ק.

זינט די צווייטע וועלט מלחמה איז די רבי כסדר פארנומען מיטן געדענקן און זיכער מאכן אז מ'פארגעסט נישט וואס אונזערע עלטערן האבן דארט מיטגעמאכט, און איינגעפירט אז מ'זאל ביי די ענדע פון גרויסע אווענטן אין ארץ ישראל און איבער די וועלט זאל מען זאגן "שמע ישראל" לזכר נשמת די קדושים פונעם קריג.

דא קען מען זעהן זיין הארציגע בקשה פונעם רבי'ן צום פרעזידענט -אלס אן אמעריקאנער סיטיזען- אז ער זאל שטיצן ארץ ישראל, און זאל שיקן געלט אהין..
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=WaPd_GzIM6k[/youtube]
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר