"אייוועלט" א פלאץ פאר קטנים

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

"אייוועלט" א פלאץ פאר קטנים

שליחה דורך בעל מדות »

איך האב מחמת נייגער אריינשפאצירט אין דעם ווינקל וועלכע רופט זיך "אייוועלט" און וויסנדיג אז אייוועלט איז נישט דאס וואס זי איז אמאל געווען און וועפט אויף כוחות האב איך זיך גערישט צו טרעפן א באדן וועלכע איז ליבערשט א שפיל הויף ווי קינדער שפילן, איך האב אנגעהויבן באזיכן אשכולות דארט און מיטאמאל טרעף איך א אשכול וועלכע פארשרייעט די טייערע פרייזן וואס ראגעלעך פארמאגן, איך שפעקוליר צו עס איז נאר א משל, צו עס איז גאר עפעס אינטערסאנט דיפרענט מיט א "דאונט דזשאדזש עי בוק ביי איט'ס קאווער סטייל און איך שפאציר אריין דערין, איך הייב עס אהן לייענען, און גאט אין הימל וואספארא שרעקליכע קוואל פון איבל עס פליסט דארט, ווי מער איך קוק אלץ מער הייב איך אהן טראכטן אז איך שלאף און האב ווילדע חלומות און איך האב פלעין נישט געגלייבט וואס איך זעה דא, אדרבה לייענט ווארט ביי ווארט וואס דער פותח האשכול האט געשפורט פאר וויכטיג צו עפענען א טעמע


יעדער האט ליעב א פיינע ראגעלע, ווער רעדט נאך ווען מען בייסט דאס צו מיט א פיינע הייסע קאווע, אך דא, די ראגעלעך מאכער'ס, וואוסענדיג ווי שטארק דער עולם לעכעצט נאך זייער סחורה, האבן זיי באשלאסן אינאיינעם צו רייטן אויף אונזער סטאטוס, און ארויפגעשרויפט די פרייז אזש א מיטל קלאס פארדינער קען זיך קוים ערלויבן א ראגעלע איינמאל א חודש, און אפילו דאן קומט אים די ראגעלע ארויף אין מויל, נעמענדיג אין באטראכט אז ער עסט יעצט א פראצענט פון זיין געהאלט.

דער ברענעדיגע ראגעלע פראבלעם האט געגרייכט צו א שטאפל אז הויעכראנקיגע זאך קענער האב'ן זיך גענומען פארשן וואס אלס עס ווערט אריינגעלייגט אין דעם וואס מאכט דאס פאר אזא טייערע אייטעם.

בארדאן קאהן -א גראדואיט פון היי טעק טעגנאלעדשי אסאסיעשאן אף פאד ענד דארגס- האט אין א אפפ-עד אין די פערסטישפולע וואסער קיי מאגעזין אויפגעדעקט אז באמת איז דאס א צוזאם ארבעט צווישן די ארטאדאקסישע בעקערייען מיט די יודייקא סוחרים. און א לענגערע באריכט ברענגט ער ארויס אז די קאנפעקשן צוקער אויף די ראגעלעך איז דער גורם צו די אדיקשען וואס דער עולם האט צו ראגעלעך, און אין די זעלבע צייט מאכט דאס שמוציג די וואלענע טלית קטן, אזוי ארום קויפט דער חרדי'שע עולם ראגעלעך און טלתים קטנים.

ער ווייזט אויך אן אז פארקאש טלתים איז קוואטירט נעבן קאף'ס בעקעריי, ווי אויך איז עס סמוך ונראה צו גרינ'ס רעסטעראנט וואס איז אויסגערופן מיט זייערע ראגעלעך.

דאס און נאך פאקטארן דייטן אן קליפ און קלאר אז עס קומט פאר אזא שמור לי ואני אשמור לך צווישן די בעקערייען און די יודייקא געשעפטן.

נאך א שאקירענדע באריכט קומט ארויס פון די אי עי על איי בי קעי, א אגענטור וואס גיבט זיך אפ מיט שטודירן די סאדוגערע שיטה, זיי דעקן אויף אז 90% ראגעלעך עסער'ס האלטן זיך אפ פון לערנען אין באגאבא גמרא'ס מיט'ן אויסרייד אז עס איז א מצוה הבא בעבירה, און אויך טרעפט מען זעלטן ביי זיי אז דער מאן זאל שטופן א ארטסוקרול קערידש.


איך טראכט און טראכט מה זה? זענט עטץ נארמאל? פארדעם דארפן ענק א פארום? איז דאס פארוואס איך האב געשפענדעט יעצט צען מינוט פון מיין לעבן? פארוואס? פארדעם נארישן טפשות'דיגן אינהאלטלאזע מאמר? וואס איז דאס א וויץ? א זיסע חכמה? איך קען נישט אויפהערן באוואונדערן וואס פשט פון אזא אומבאגרינדעטע אשכול אהן קיין פארוואס אהן קיין פארווען, איך בין נייגעריג צו עס איז א אינסייד וויץ וואס ווייל איך שרייב נישט דארט כאפ איך עס נישט?!..האלטסט טאקע אז "יעדער" עסט ראגעלעך? און עס איז טאקע אזוי טייער אזש ממש ער איז וויכטיגער צו רעדן ווי פון א מאנגל אין דירות? איז עס אפשר א חלק אינעם שטורעמישן פאעזיע פארמעסט?...
איך קען נישט כאפן וואס קען מען אפילו ענטפערן פאר אזא איינעם אבער איך כאפ א בליק וואס דער ערשטער ציטירער שרייבט...

האלאו! סטאפ! מיין מאגן קען נישט פארנעמען אזא העווי טשולענט אום זונטאג...

ביזט גוטע נייעס דו...

איך וואלט אייך פארגעשלאגן "טאמס" ווען איהר שרייבט אזאנס אין אישי אבער אין פובליק שעם איך זיך צו ענטפערן איינער וואס שרייבט זיינע אינעווייניגסטע פראבלעמען, און חוץ מזה כאפ איך נישט פארוואס דער איז פיינע נייעס, זעט אויס "איך בין פאני"...דער קימענדיגער אין ראיה קלאפט צוזאם דריי גרינע...אייוועלט נשמות קלאפנדיג אין רוקן פון די פותח האשכול וועלכע ער האט באוויזן אזא שיינע ארטיקל...דער קימענדיגער קאמפלימענטירער איז
כא כא איז דאס ווארט..

רעספעקטפולי דיסעגרי.

אראפגעברענגט שטאף פון 'בודעם'... 
שלושים יום קודם החג אין עקשאן..

איך ווייס נישט פון ווי ער האט דאס געברענגט אבער בוידעם ספעלט מען אנדערש.
פון די עפארדעבל דירות פלאן פאר די ק"י'לע וואס גייען צו בחירות האסטו פארגעסן?

פיין דו 
נעם דיר אזאנס אויך 

וואס פשט? עס איז א חידה אשכול אויך? איך קעניש כאפן וואס עס מיינט "עפארדעבל דירות פאר קיען וואס גייען צו די בחירות" אפשר בין איך שטאט? ובכלל וואס פשט פון אזא מאדנע מין קאמפלימענט סטייל פון נעם א גרינע און נעם שוין אזאנס אויך? וויאזוי ארבעט עס? איך מוז עס נעמען?
איך האב געלאכט און געלאכט
האו קאם? די ליידסט אויף עפעס? איך ציטער אז די נעמסט נישט ערליך די שלונג מאטריאל.
איך הער נישט אויף צו לאכן. דעס אז די קענסט האט מען שוין געזעהן אין דיינע קליינטשיקע תגובה'לעך דא דארט אבער אזא גוטס.........!!!

הייסט דאס איז שוין סאמטינג ספעשל?
ליצנות..

דא קימט שוין אריין די מנהל און ווארנט...טאקע לצנות נישט אזוי?
מען דארף באהאלטן, א ראגעלע אן אלטן, אויפן בוידעם פון אייוועלט
עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, וואס עס מיינט א תגובה וואס מיט פרישקייט קוועלט

איך מיין טאקע אז מען זאל באהאלטן דעם אשכול אין בוידעם, איך ווייס נאר נישט צו זאל מען עס פאר די קינדער יא ווייזן...דער קאמפלימענט האט א שטיקל חשיבות ווייל עס גייט מיט א אלטע ניגון וכדו'
כהאב מיך געראגעלט פאר געלעכטער 

פארוואס לאכט דא יעדער? און וואס פשט פון זיך ראגלען פאר געלעכטער? סיריעסלי קיין איין נארמאלע תגובה קעניש אריינפאלן דא?
WOW א גאנצע אשכול נאר פאר מיר.   

אבער איך גיי מער פאר באקארמאנ׳ס טשיס דעניש און באביס בלינצעס..

און וואספארא סארט סעמאן פיש האסטו ליב? וואס טוט זיך מיט בארשט? און גרעיפרוכט?
מיינסט זיכער באבי'ס פאלאטשינא...

דארט צאלסטו טאקע א דאלער א ביס

דער שמועס דא איז אינפארמאטיוו...איר האלט אז דאס זענען אינגעלייט?
טשיריבים טשיריבאם!!! פיינע סחורה!

א נייע מין אייוועלט דאנק? סתם אין די גיסטע יעצט פון א מארטש? איך קען דעם ניגון מיין איך, עס קימט פון ר' יוסל'ען ניין? קום אין אישי!.
פלצתי מאוד מאוד

וואס מיינט דאס? איך האב אויסגעפלאצט? איינער קען שפראך דא? וואלט איר נישט קאמפערט דעם "פלצתי" ווארט צו הוושתי איך האב אויסגעוואשן? אדער טוראנקטי איך האב געטרונקען?



איך קען נישט קומען צו זיך פון לאכן און איך קום צום אויספיר אז דאס זענען נישט קיין יונגעלייט און נישט קיין בחורים, און דאס מוזן זיין ילדים וועלכע לערנען אין חדר וואס דאס דארף מען געוואויר ווערן ווייל עס איז נישט גוט אז אזאנע יונגע קינדער האבן אינטערנעט...
עס שטינקט געפערליך פון קטנות און איך הייב אהן עפרישיעטן מער די געטרייע גבאים און מייסדים פון קאווע שטיבל וועלכע האבן אהערגעשטעלט אזא הערליך פלאץ.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

פעלט נישט אויס פאר א בעל מידות להתכבד בקלון חברינו. יהי להם אשר להם וואס איז די צורך חוזק מאכען און אוועק מאכען? זיי שטערן איינעם?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

לעיקוואד האט געשריבן:פעלט נישט אויס פאר א בעל מידות להתכבד בקלון חברינו. יהי להם אשר להם וואס איז די צורך חוזק מאכען און אוועק מאכען? זיי שטערן איינעם?

ווען איך זעה גאר אן אינטערסאנטע שמועס אין א אפריקאנער פארום וואלט איך עס אויך אהערגעברענגט נישט אזוי? יעדער גוטע זאך וואס א מענטש כאפט אויף וויל ער דערמיט מהנא זיין זיינע גוטע פריינט.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

כ'האב נישט געקענט נישט לייקן.
דיינע captions און קאמאנטארן אויף די דארטיגע קאמענטארן האבן מיר ליטערלי געמאכט זיך ווארפן פאר געלעכטער. כ'בין נישט מצדיק דיין אשכול (הגם איך שטום בערך צו צו וואס דו שרייבסט), אבער א סענס אוף הומאר האסטו זיכער... :lol: :lol: :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שוין דא געניג אשכולות וועגן דעם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@בעל מידות קודם די אשכול איז א סתירה צו דיין נאמען...
און בכלל איך ווייס נישט צו דו קענסט דיך אויס אין אייוועלט די פארום היימישע פארברענגען איז ספעציאל פאר בויך קרעמפן אין שווערע מוניטען וואס מאכט זיך ביי יעדעם.... עס קומט ניטאמאל ארויף ביי אקטיווע אשכולות, סוי עס איז זייער ראנג צו ברענגען א דוגמא פון דארט אויפן מהלך פון די סייט,
א קליינע דוגמא, קען מען דען ברענגען א דוגמא פון צימעס אז דאס איז קאווע שטיבל.....

מיין מיינונג שוין צייט אויפצוהערן מיט די קטנות פון חוזק מאכן פון די אייוועלטניקעס יעדע שני וחמישי, איך פארשטיי אמאל דארף מען מוחה זיין אויפן עושה מעשה זמרי וואס אויף דעם האבן מיר שוין אן אשכול,
דאס עפענען אשכולות וועגן איי וועלט שמעקט מיט קטנות.... עס ברענגט אראפ די ניווא פונעם שטיבל, כנלע''ד והחולקין יחליקו!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

בעל-מידות, איך פארשטיי דיין פערספעקטיוו, אבער ס'איז נישט בארעכטיגט לדעתי.

יעדע הומאר איז געוואנדן אין דער קולטור וואו מ'געפינט זיך. דער שרייבער פון איי-וועלט צעלייגט א געוויסן מציאות פון ראגעלעך/טלית-קטן באציאונגען, וואס דריקט אויס א באשטימטן אספעקט פון דער חרדישער קולטור. פאר די וואס אידענטיפיצירן זיך דערמיט איז עס א פיינע הומאר, און ס'האט נישט באמת קיין זין עס אוועקצומאכן.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

ווען זיי וועלן רעספעקטירן אונזער קולטור וועלן מיר רעספעקטירן זייערע...
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

מ'קען מיינען אז פון קאווע שטיבל איז נישטא וואס חוזק צו מאכען.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

לעיקוואד האט געשריבן:מ'קען מיינען אז פון קאווע שטיבל איז נישטא וואס חוזק צו מאכען.

ס'זיכער דא וואס חוזק צו מאכן. אבער אייוועלט לאזט נישט, ווייל דארט איז ק''ש עפעס א זאך וואס עקזיסטירט בכלל נישט (טראכט: בת היענה) נו, דאס איז שוין נישט אונזער שולד.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בעל מדות האט געשריבן:איך טראכט און טראכט מה זה? זענט עטץ נארמאל? פארדעם דארפן ענק א פארום? איז דאס פארוואס איך האב געשפענדעט יעצט צען מינוט פון מיין לעבן? פארוואס? פארדעם נארישן טפשות'דיגן אינהאלטלאזע מאמר? ו

און ווייל דו האסט געספענדט 10 איבריגע מינוט פון דיין לעבן, ביזטו אונז אלע מזכה מיטן זעלבן שטות, כדי מיר זאלן אלע שפענדן די 10 מינוט??? :P
וירח ה' את ריח הניחוח
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ווער ס'וועט נאר פרובירן חוזק צו מאכן פון ק"ש, העט כאפן גע'הרג'טע מכות.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לעיקוואד האט געשריבן:פעלט נישט אויס פאר א בעל מידות להתכבד בקלון חברינו. יהי להם אשר להם וואס איז די צורך חוזק מאכען און אוועק מאכען? זיי שטערן איינעם?

ר' לעיקוואוד: איצט בין איך מסכים מיט דיר. ארויסצוברענגען די נקודה אז קאווע שטיבל איז גוט ב"ה, בליעה"ר,. . די אייבישטער זאל העלפן אויף ווייטער. אויף דעם דארף מען נישט אויפווייזן דאס קטנות פון איי-וועלט...! ביי זיי שפירט זיך א טעם פון אלטע קענטעלאופס און זויערע פיקלס צוזאמגעמישט. (קרעדיט יואב... :lol:)...!
גרונם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:01 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך גרונם »

איך האב געליינט דעם אשכול פאר איך האב געליינט די אשכול וואס אונזער געטרייע פותח האשכול האט צוגעברענגט, וממילא איז סך מער פארשטענדליך (אפשר נישט אינגאנצען...) די אפענטפערונג וואס בוידעם האט צוריק געשאטן מיט די ראגעלעך.

וע"ז אמר החכם תן לחכם ויחכם
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

קומסט מיר פאר אזויווי איינער אין אייוועלט וואס וועט מעתיק זיין די הודעה און זאגן אז דאס איז טיפיקעל ק"ש
קאך_לעפל האט געשריבן:WOW אוי ווי שויין...... רבי חיים שיעלע האט געמאכט א זיסע שידוך מיט זיין מיידעלע...... גארזשעס...... מזל טוב....... ע לאט אף נחת.......


אז די האסט געטראפן תגובות וואס זענען קינדעריש דארף מען נאכנישט אפ'פסל'ן די גאנצע זייטל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעון וואלף, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
גרונם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:01 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך גרונם »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:ס'זיכער דא וואס חוזק צו מאכן. אבער אייוועלט לאזט נישט, ווייל דארט איז ק''ש עפעס א זאך וואס עקזיסטירט בכלל נישט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעון וואלף האט געשריבן:קומסט מיר פאר אזויווי איינער אין אייוועלט וואס וועט מעתיק זיין די הודאה און זאגן אז דאס איז טיפיקעל ק"ש
קאך_לעפל האט געשריבן:WOW אוי ווי שויין...... רבי חיים שיעלע האט געמאכט א זיסע שידוך מיט זיין מיידעלע...... גארזשעס...... מזל טוב....... ע לאט אף נחת.......


אז די האסט געטראפן תגובות וואס זענען קינדעריש דארף מען נאכנישט אפ'פסל'ן די גאנצע זייטל.

דאס איז "נישט" טיפיקעל ק"ש, ואין מביאין ראי' מן הצימעס חברה.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג/
דאס איז טאקע זיין פוינט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@שמעקעדיג היימישע פארברענגען דארט איז בבחינת צימעס דא עס קומט ניטאמאל ארויף ביי אקטיווע אשכולות, און בדרך כלל גייט א נארמאלע מענטש אין א נארמאלע גוסטע נישט אריין דארט,
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

רבותי, איך פארשטיי אז אייוועלט לאזט נישט חוזק מאכן פון קאווע שטיבל, אבער קאווע שטיבל לאזט יא. השמר והזהר.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

איך פארשטיי נישט וואס איז ראונג מיט די ארטיקל, אינער עפנט אויף א אשכול, וואס ער האלט אז עס איז א גוטס, און נאך צען חברה שטימען מיט און לאכן דערויף, דאס האט ער געוואלט אויפטוהן, און איך זעה נישט וואס איז ראנג דערמיט.

אני הקטן וואלט צוגעלייגט דארט א מוסר השכל דערויף, דאס ווייזט אויף די היינטיגע דור, און די יצה"ר וואס פאר א שטיקל תאוה געט מען אויף די גאנצע תורה ומצוות, וכו' וכו'
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
גרונם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:01 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך גרונם »

באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

בעל מדות, די קינדערישע סייט פון וואס דו רעדסט האט נאך אשכולות ווייסטו? כאפ א בליק למשל אין דעם אשכול דאס איז אויך געמאכט פאר קטנים?
פארשפארט