הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק (לרפו"ש) זצ"ל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
דער רב פון יבנאל ר' סיני מאיר פרנקל (זיין טאטע האט נישט גע'חלומ'ט ווי גוט די ראשי תיבות פון זיין נאמען וועט מצליח זיין..) זאגט ער איז מוחל פאר מהרא"ש און פראבירט מאכען א שלום לאחר מיתה.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=79490
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=79490
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
וואס איז געווען די מחלוקת? ווער איז דארט געווען קודם? די נוסח הקללות המוהרא''ש האט מיר דערמאנט פון די ברך משה.... מיט א שמוץ אריבער די ברך וואלט דאס אין קיין צוואה נישט געשריבן און פינעף מינוט נאכן שעלטן האט ער שוין חרטה געהאט, הרב אבער פאראייביגט דאס אין זיין צוואה וואס ער איז מסכים מפרסם צו זיין, זה פלא!
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:אז ס'גייען זיך דרייען דארטן אסאך בחורים ובחורות געהאלפן צו ווערן, עפעס גייט שוין ווערן דערפון...
וואלט ער אויך געהייסן משלים זיין שיר השירים וואלט ער געקענט מבטיח זיין קינדער אויך.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
מ'מאכט זיך נאריש. רוב צוואה איז וואוילע דברי מוסר והתעוררות מען זאל גיין ווייטער אין די דרכי עבודה וואס ער האט געדרש'נט כל חייו. עס איז נאך אזוי שיין און אפשר מער פון רוב אנדערע צוואות. סך הכל צוויי דריי שטיקלעך האט דער עולם נישט ליב, אז ער שרייבט וועגן זיינע שונאים, וואס לגבי דעם איז ער גאנץ גערעכט, עכ"פ פון זיין שטאנדפונקט, ער ברענגט די הלכה אז אויף מוציא שם רע דארף מען נישט מוחל זיין, איז פארוואס זאל ער נישט טוהן אזוי, ער פילט אז מענטשען האבען עם בא'עוול'ט אויף א מורא'יגע אופן און ער איז בארעכטיגט צו זיין אנגעווייטאגט אויף זיי. און דאס וואס ער זאגט מ'זאל שרייבען אויף זיין מצבה און זיינע הבטחות, וואס מ'האט שוין געהערט אזאנס.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ווילסט טאקע דא פארציילען די לשון הרע'ס אויף אלע גדולים און צדיקים וואס האבען געזארגט פאר אזעלכע זאכען, בחייהם ולאחר מותם? ביי די מער עסטעבלישט רעביס איז דא אזא מלובש'דיגע שפראך ווי מען מאכט דאס מיט שיינע ווערטער ווי כלומר'שט מ'מיינט נישט זיך. דוק ותשכח. הבטחות זאגט יעדער איינער צו.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
יא @לעיקוואד האט בעצם רעכט, אבער איין נקודה וואס איז מיר יא א פלא איז דאס נישט מתייחס זיין נאך זיין טאטען וואס דערווייל וואס איך הער נישט א בעסערע ביאור בלייב איך ביי דעם ביאור וואס איך האב שוין מאריך געווען אין די שכינותדיגע אשכול אז ער האט ער געהאלטן אז ברסלב איז בבחינת גירות עיי''ש וואס אויב איז דאס ריכטיג זיין כוונה און דאס איז געווען זיין צוגאנג צו זיינע חסידים ווארפט עס א ליכט אויף זיין גאנצע מהלך...
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איז דאס בכוונה נישט דערמאנען זיין טאטן? עס גייט טאקע נישט שטיין בן וכו' אויף די מצבה?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
לעיקוואד האט אן אלטע שוואכקייט צו מצדיק זיין אלע משוגעים צוליב דעם צויבער ווארט וואס רופט זיך "גאטס" און דרייסטקייט, וכלשונו:
ואני אומר מענדעלע חזיר האט אויך געהאט גאטס צו גיין מיט פלעסטיק טישטעכער אפגעזען וואס דער אדער יענער טראכט און משוגע בלייבט משוגע נעבעך ווען דאס משוגעת טרייבט זיי זיך צו מבזה זיין אין אלע גאסן מיט די אזויגערופענע דרייסטקייט, ושוטה אין לו בושה.
לעיקוואד האט געשריבן:פארוואס נישט מעריך זיין הרה"צ משפיטיווקע שליט"א? בעיני קומט א שטארקע הערכה אויף א מענטש וואס שעמט זיך נישט און טוט צו דער זאך, אין זיינע אויגען. דער שאלה צו ער איז גערעכט איז א באזונדערע שאלה, אבער אלץ דעם וואס ער האט גאטס וואס אונז קליינע מענטשעלעך האבען נישט קומט עם אוודאי הערכה, און עכ"פ זיכער נישט זלזול וביטול סתם ווייל מיר קענען נישט באווייזען אפילו א צענטל אזעלכע דרייסטקייט.
ואני אומר מענדעלע חזיר האט אויך געהאט גאטס צו גיין מיט פלעסטיק טישטעכער אפגעזען וואס דער אדער יענער טראכט און משוגע בלייבט משוגע נעבעך ווען דאס משוגעת טרייבט זיי זיך צו מבזה זיין אין אלע גאסן מיט די אזויגערופענע דרייסטקייט, ושוטה אין לו בושה.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
דער בזיון איז נאר ביי די 'נארמאלע' מענטשען וואס זארגען כל ימיהם אויף זייער אייגענע כבוד און תדמית, אלעס זאל שטימען בייי די אויגען פון די מיידלעך וואס שמועסן אויף די גאס. ביי די וואס רעכנען זיך נישט מיט די סארט נארישקייטן איז עס נישט קיין בזיונות.
מיט דעם קען מען טאקע טייטשען, כל הבורח מן הכבוד וכו' .
מיט דעם קען מען טאקע טייטשען, כל הבורח מן הכבוד וכו' .
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
לעיקוואד האט געשריבן:איז דאס בכוונה נישט דערמאנען זיין טאטן? עס גייט טאקע נישט שטיין בן וכו' אויף די מצבה?
ער שרייבט דאך די נוסח המצבה אין די צוואה ער פארפעלט נישט קיין דיטאל אפי' נפטר בשנת תש... און די טראדישענאל ת. נ. צ. ב. ה. פארפעלט ער נישט נאר זיין יחוס פילט ער וויכטיג נישט צו דערמאנען.... וואס אפי' הרב בערלאנד יעדעס מעל ער דערמאנט מוהרא''ש דערמאנט ער זיין יחוס בן אחר בן פון די מהרם שיק,
קוק אין די אנדערע אשכול פון מוהרא''ש ווי איך בין מאריך דערין,
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
יא כ'האב געזעהן, איך ווייס נישט, מ'דארף לכאורה מברר זיין וויאזוי ער האט זיך מתייחס געווען צו זיין ייחוס במשך חייו דאס צו מסביר זיי, אלע אנדערע עניינים פון די צוואה זעהט מען במשך זיינע שמועסען אלע יארען, וועגן דאס געדענק איך נישט יעצט. אפשר האט דאס מיט דעם וואס ער האט זיך א תקופה גערופען אליעזר שלמה ברסלבער, נישט שיק. אגב דער נאמן מהרא"ש האט ער זיך אויך אליינס געגעבן.
הרב בערלאנד איז נישט קיין ראיה, אזוי לויפט זיין קאפ.. האסט געהערט זיין הספד ?
הרב בערלאנד איז נישט קיין ראיה, אזוי לויפט זיין קאפ.. האסט געהערט זיין הספד ?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ראשעקאל האט געשריבן:נאר לכבודו פון ברסלבער וויל איך נישט צופיל רעדן
נישט נאר לכבודו, נאר ביודעי ומכירי קאמינא מערערע אזעלכע אידן ווי ידידינו ברסלבער וואס כמותם ירבו בישראל, וואס האבן גענאסן מלא חיזוק און חיות אין אידישקייט פון דעם איד.
יא, עס קוקט אויס פאני, כ'קען נאך אסאך צדיקים וואס האבן אויסגעקוקט עקסטרעם פאני און האבן געהאט רדיפות, נעם א דוגמא ווי דעם שומר אמונים זצ"ל, ער האט אויך געשריבן אינטרעסאנטע ספרים און צוואות, דאס מאכט נאך נישט אוועק די גדלות פון א מענטש,
לאמיר זיך נישט נארן, יעדער מענטש האט חסרונות, יעדער איד ווען ער ווערט נפטר לעולמו איז מען מוציא אוכל מתוך פסולת, מען דערמאנט זיינע גוטע מעשים און מען רעדט נישט פון זיינע שוועריגקייטן,
על אחת כמה וכמה א מענטש ווי מוהרא"ש וואס זיינע מעלות און הרבצת תורה ויר"ש איז געווען אויף אן אויסטערלישן אופן, פי כמה מער ווי די געציילטע מעגליכע חסרונות, איז פארוואס פאוקעסן אויף דעם חלק.
וירח ה' את ריח הניחוח
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:דער שכן האט געשריבן:זענען די שמועות אמת ר״ל?!
מאך עס נישט אזא צרה. ער האט אסאך משפחות חרוב געמאכט. אסאך מענטשען צורידערט געמאכט. קען זיין ער האט געמיינט גוטס און געווען איין שטיק גוטס און אויב יא זאל אים די זכות מגין זיין, אבער די תוצאות איז זייער אסאך מאל געווען געפערליך נישט גוט.
ר' עזריאל טייערע
איך וויל נאר איין זאך בעטען בכל לשון של בקשה ווען א מענטש איז אין א צרה דערמאן נישט יענעם'ס שלעכטס אין אזא זמן איז נישט כדאי ער איז פארט א איד אין אזא זמן דארף מען נאר זאגן גוטס מען טאר נישט מעורר זיין אויווען מיט אזעלכע דיבורים
איך מיין גארנישט נאר פשוט מעורר זיין אין האפעטליך וועט מיינע דיבורים עושה רושם זיין
כוכב האט געשריבן:עזריאל, זיי נישט קיין רוקד על דם, טאנץ נישט אויף יענעמס בלוט ווען א איד א טאטע פון קינדער, א זיידע פון אייניקלעך האלט ביים אויסגיין, והדא הוא דכתיב עת לשתוק, פארשטאפט דיין פרעסער.
שעם דיך אז איך דארף דיר עס מעורר זיין.
איינער פארשטייט שוין מיין תגובה? אדער יעדער האלט נאך אז איך בין אפגעפרעגט עד הסוף? איך האב נישט קיין רעכט צו שרייבען דעם קלארן ריינעם אמת אז ער האט צורידערט געמאכט אסאך מענטשען? איז שוין דא איינער וואס גלייבט מיר? יא איך האב צוויי חברים וואס זענען געווארן הייסע חסידים פון אים און זענען אינגאנצען מעשוגע געווארן, רח"ל, און ס'האט נעבעך אן עפעקט אויף די קינדער און משפחה ארום, איך וויל נישט אריין גיין און דיטעילס אבער יעדער קען אליין טראכטען וואס ס'איז געשעהן צו יעדים וואס איז געווארן זיינס א חסיד און געגאנגען מאכן הפצה וכדומה...
און פארשטענדליך אז זיינע חסידים האלטען אויך אז די צוואה איז תורה מסיני, און פארשטייען נישט אז דאס איז עפעס וואס מיר פשוטע מענטשען וואס האבן נישט זוכה געווען צו דעם אור אמיתי קאסט דאס א שמייכל.
דאס פארדאמען אזא תגובה וואס יעדער ווייסט ביי זיך אז דאס איז דער אמת איז נישט מאראליש און נישט תורה'דיג, אין קאווע שטיבעל האט דאס זיכער נישט דעדארפט פאסירען, סך הכול האט איינער אוסגעפויקט דעם אמת ווען יעדער גייט צווישען די שורות.
נאך איין שאלה אויף די צווואה, פארוואס ווארענט ער אזוי אן זיך נישט צו מישען און קיין שום מחלוקת אפילו מ'מיינט לשם שמים ער שרייבט גאר שארפע לשונות דערויף, פלוצים ווען ס'קומט צו זיין מחלוקה ווערט דאס געשריבען גאר בצורת צוואה און ער שרייבט אז ער האט אפילו און פלאן ארויס צוגעבן א ספר דערויף, כ'מיין פארוואס נאר און זיינע מעג מען זיך מישען? איז דאס נישט סעלפיש...
- דער שכן
- היימישער באניצער
- הודעות: 477
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
- געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
- האט שוין געלייקט: 635 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל
גוט געפרעגט! לאמיר האפען די תירוצים גייען זיין בעסער ווי די קשיא.
פארוואס נישט זיין טאטען׳ס נאמען אויף די מציבה זיינע?
וואס טוט זיך מיט המעביר על מדותיו?
ועוד.
פרעגן קשיות אויף אים (כדי צו פארשטיין) טאר מען אויך נישט?
פארוואס נישט זיין טאטען׳ס נאמען אויף די מציבה זיינע?
וואס טוט זיך מיט המעביר על מדותיו?
ועוד.
פרעגן קשיות אויף אים (כדי צו פארשטיין) טאר מען אויך נישט?
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
ניין ביזט נישט גערעכט @עזריאל במח''כ קודם ווייל דוברענגסט נישט קיין דעקונג אויף דיינע רייד,
און איך קען עטליכע חשובע יוגעלייט זיינע אנהענגער עס פעלט זיי גארנישט פארקערט זיי נעמן גאס לעבן אסאך ערנסטער וכו'
ובראש חבירינו האיש האשכולות הרב @ברסלבער וואס איז א יחיד במינו אין עטליכע הינזיכטן און ער איז מעיד אז גאס אלעס איזה צו פארדאנקען רבו מוהרא''ש זצ''ל און א געוויסע זין איז ער ממשיך דרכו דא אין שטיבל ווי רבים נהנה ממנו עצה ותושיע ובפרט אין די פריוואטע פארום,
און איך קען עטליכע חשובע יוגעלייט זיינע אנהענגער עס פעלט זיי גארנישט פארקערט זיי נעמן גאס לעבן אסאך ערנסטער וכו'
ובראש חבירינו האיש האשכולות הרב @ברסלבער וואס איז א יחיד במינו אין עטליכע הינזיכטן און ער איז מעיד אז גאס אלעס איזה צו פארדאנקען רבו מוהרא''ש זצ''ל און א געוויסע זין איז ער ממשיך דרכו דא אין שטיבל ווי רבים נהנה ממנו עצה ותושיע ובפרט אין די פריוואטע פארום,
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
איך בין מיט עזריאל אולל די וועי. עס איז דא טאנען אויף טאנען וואס צו שרייבן און פרעגן און די סימפאטיע צו ידידינו ר' ברעסלעוור האט זיך אויך זיינע לימיטס.
פערהעפס האט דער אייוועלט אחראי נישט אזוי שלעכט געשריבן עפטער אולל.
פערהעפס האט דער אייוועלט אחראי נישט אזוי שלעכט געשריבן עפטער אולל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)