''לעיקוואד'' איבער ''ירידת הדורות''

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס האט דער ישיבה וועלט ממציא געווען? אז ס'ליגט עמקות אין א מהרש"א? דאס זעט מען שוין פון די גדולי האחרונים. נאר אז ס'איז ראציאנאליש אויך? דאס קען יעדער מענטש צייגען פאר זיך.

דו זעסט מיר אויס אלס איינער מיט באמבאסטישע דעות, געזאגט מיט א פעסטקייט כאילו ס'איז נישט דא קיין צוויטע וועג פון טראכטען. ווען ס'קומט אבער למעשה, בלייבסטו מיט די צונג אינדערויסען. האסט נאך נישט געברענגט קיין איין פאקט וואס קען אויפווייזען דיין מיינונג. זאג דער נאמען פון איין היינטיגע ספר, אפילו אן אומבאקאנטע, און מיר וועלין זען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@ליטוואק איך מיין אז דער יסוד המחלוקת דא איז תליו בההנחה וואס @לעיקוואד אין @יאיר האבן שוין אוועקגעשטעלט אין אנדערע אשכולות אז די אלע תורות וואס די שפעטערדיגע לערנען אריין אין די פריעדיגע האבן די פריעדיגע נישט געוויסט דערפון אין דאס נישט געמיינט,
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

צו דיין התפעלות פון דברות משה איז אוממעגליך צוצושטעלן גארנישט וויבאלד דאס איז סובייעקטיו. דער גאנצער שמועס איז נישט איבער פאקטן.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס האט דער ישיבה וועלט ממציא געווען? אז ס'ליגט עמקות אין א מהרש"א? דאס זעט מען שוין פון די גדולי האחרונים. נאר אז ס'איז ראציאנאליש אויך? דאס קען יעדער מענטש צייגען פאר זיך.

דו זעסט מיר אויס אלס איינער מיט באמבאסטישע דעות, געזאגט מיט א פעסטקייט כאילו ס'איז נישט דא קיין צוויטע וועג פון טראכטען. ווען ס'קומט אבער למעשה, בלייבסטו מיט די צונג אינדערויסען. האסט נאך נישט געברענגט קיין איין פאקט וואס קען אויפווייזען דיין מיינונג. זאג דער נאמען פון איין היינטיגע ספר, אפילו אן אומבאקאנטע, און מיר וועלין זען.

האלטסט באמת אויב מ'זאל געבן א מהרש"א און א אגרות משה פאר א פרעמדן מענטש וואס האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון זיי ביידן און ער וועט זיי דורכלערנען בעיון, וועט ער פון זיך אליין קומען צו די מסקנא אז מהרש"א איז א טיפערער ספר?
האדם לא נברא אלא להתענג
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

[tag]יאיר[/tag] כ'האב געזעהן אויבן ווי די שרייבסט אז איינשטיין פאקט איין דעם ראגעשטאווער מיטן רמב"ם ? וויאזוי איז בכלל מעגליך צו וויסן אז איינשטיין איז געווען א גרעסערע בעל כשרון ווי דעם ראגעטשאווער, לדעתי איז דאס אוממעגליך צו וויסן.
יא אמת איינשטיין האט זיך באנומען מיט מדע מדויקים ממילא איז זיין גאונות געווען רעאליסטיש, משא"כ די ראגעטשאווער איז געווען פארנומען מיט טעארעטישע ענינים וואס מאכט אים אן עם הארץ אין מילי דעלמא, אבער ווער ס'איז געווען א גרעסערע גאון, וויאזוי קען מען דאס וויסן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

און אז דער רמב"ם איז געווען קלוגער ווי דעם ראגאטשאווער איז יא מעגליך צו וויסן?
האדם לא נברא אלא להתענג
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ס'איז נישט מוכרח אז די רמב"ם איז געווען א שטורעמישער גאון ער איז בוודאי געווען אן אויסנאמליכע בעל כשרון מיט גאר אן אויסנאמליכע אינטעלעקט, כ'וועל נישט זיין סופרייזד צו הערען אז די ראגעטשאווער האט געהאט א שנעלערן מח.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

בכלל דארף מען צו וויסן אפי' אין סייענס אז ס'מיינט נישט אז אויב פאר א געוויסע בעל כשרון איז געלונגען אז פונקט די טעאריע וואס האט אויפגעבליצט אין זיין געדאנק און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג (און גראדע אין די קעיס פון איינשטיין איז ער לאו דוקא אויפצוקומען מיט די טעאריע, נאר דער ערשטער דאס צו סיסטעמאזירן און צום סוף באשטעטיגן) אז ער איז א גרעסערער בעל כשרון ווי דער וואס האלט נאך אינמיטן אפרוימען די נישט ריכטיגע טעאריעס דורך עקספירימענטן און דוקא די ריכטיגע טעאריעס בלייבט עפעס צום לעצט.
סוף דבר איינשטיין קען זיין די גרעסטער סייענטיסט בכל הזמנים און פונדעסטוועגן לאו דוקא די שטערקסטע גאון אין סייענס.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

איינשטיין האט געליטן אויף א געוויסע אויטיסטיק ספעקטרום סינדראם. אויף וואס די ראגעטשאווער און זיכער די רמב"ם האבן נישט געליטן. דעריבער איז זייער שווער צו פאגלייכן ווער עס איז באמת געווען 'קלוגער'.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ישראל קאפקע האט געשריבן:איינשטיין האט געליטן אויף א געוויסע אויטיסטיק ספעקטרום סינדראם. אויף וואס די ראגעטשאווער און זיכער די רמב"ם האבן נישט געליטן. דעריבער איז זייער שווער צו פאגלייכן ווער עס איז באמת געווען 'קלוגער'.

וזו מנא לך?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

לעיקוואד האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:איינשטיין האט געליטן אויף א געוויסע אויטיסטיק ספעקטרום סינדראם. אויף וואס די ראגעטשאווער און זיכער די רמב"ם האבן נישט געליטן. דעריבער איז זייער שווער צו פאגלייכן ווער עס איז באמת געווען 'קלוגער'.

וזו מנא לך?

מען קען טאקע נישט וויסן אויף זיכער וואס איז געווען מיט טויזנט יאר צוריק, אבער פון די רמב"ם'ס לעבנס געשיכטע קען מען אננעמען מיט היפש זיכערקייט אז ער האט נישט געליטן אויף די סימפטאמען וואס מען וואלט היינט דיאגנאנירט אין די אויטיסטיזם ספעקטרום. איבער די ראגעטשאווער בין איך נישט באקאנט מיט זיין לעבנס געשיכטע צו זאגן אהין אדער אהער.
(נישט אז איך בין דער גרויסער פיסכילאג...)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ישראל קאפקע האט געשריבן:איינשטיין האט געליטן אויף א געוויסע אויטיסטיק ספעקטרום סינדראם. אויף וואס די ראגעטשאווער און זיכער די רמב"ם האבן נישט געליטן. דעריבער איז זייער שווער צו פאגלייכן ווער עס איז באמת געווען 'קלוגער'.

וואספארא שייכות האט גייסטישע געזונט מיט חכמה?
אגב, היינטיגע צייטן וואלט דער ראגאטשאווער העכסט ווארשיינליך געווארן באטיטלט מיט עפעס א דיסארדער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'האלט אין איין רעדען פון זאכען וואס מיר ווייסען נישט. אפשר זענט איהר אלע תלמידי חכמים מופלגים און מ'האט געלערנט אלע ספרים וואס מ'רעדט דא בעיון, אבער איך גלייב נישט אז מ'האט אריינגעלייגט אזויפיל מיה און פלאג צו וויסען וואס איינשטיין זאגט. ט'ווי קען מען זאגען דעות אויף די זאכען?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נהורא נפישא האט געשריבן:בכלל דארף מען צו וויסן אפי' אין סייענס אז ס'מיינט נישט אז אויב פאר א געוויסע בעל כשרון איז געלונגען אז פונקט די טעאריע וואס האט אויפגעבליצט אין זיין געדאנק און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג (און גראדע אין די קעיס פון איינשטיין איז ער לאו דוקא אויפצוקומען מיט די טעאריע, נאר דער ערשטער דאס צו סיסטעמאזירן און צום סוף באשטעטיגן) אז ער איז א גרעסערער בעל כשרון ווי דער וואס האלט נאך אינמיטן אפרוימען די נישט ריכטיגע טעאריעס דורך עקספירימענטן און דוקא די ריכטיגע טעאריעס בלייבט עפעס צום לעצט.
סוף דבר איינשטיין קען זיין די גרעסטער סייענטיסט בכל הזמנים און פונדעסטוועגן לאו דוקא די שטערקסטע גאון אין סייענס.

אין אלגעמיין האסטו א פוינט, אבער אין איינשטיין'ס פאל איז דאס אנדערש וויבאלד ער האט אין איין יאר געמאכט שטוינענדע אנטדעקונגען אין עטליכע באזונדערע תחומים וואס האבן גענצליך געטוישט אונזער פארשטאנד אין פיזיקס. (ער איז יא געווען דער ערשטער אויפצוקומען מיט רעלאטיוויטעט, אנדערע האבן געהאט ענליכע, אומריכטיגע טעאריעס).
דער אמת איז אז דו שווערקייט צו מעסטן קלוגשאפט איז וויבאלד יעדנס קאפ לויפט אנדערש. אויב איינשטיין וואלט געווען א פרומער איד און געלערנט גמרא ווייס איך נישט צו ער וואלט געווען באטראכט אלס אזא געוואלדיגער גאון. זיין קאפ איז געווען ספעציעל געאייגנט פאר פיזיקס און מאטעמאטיק. און ווען ר' חיים בריסקער וואלט געווען א סייענטיסט... שוין, וואס דארף מען רעדן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

עמעזאן האט געשריבן:אבער רבותי! אונז האבן דאך א קלארע מימרא אין תלמוד מס' ברכות כ'געדענק נישט פונקטליך די לשון ( ירידת הדורות ) דוכט זיך ר' יהודה רעדט זיך אפ פארוואס די פריעדיגע וואס האבן נישט געלערנט די שווערע משניות שאקלען וועלטן משא''כ אונז וואס לערנען מיט אן עמקות און אונז קומען אויף מיט 13 מהלכים רידט זיך גארנישט, קומט ער צו דארט אז די גדלות מעסט מען מיט מסי''נ ברענגט א דוגמא פון ר' אדא האט אראפ געפליקט א רויט בגד פון א פרוי דאס הייסט מסינ''פ,
א וודאי מיינט מען נישט נוסח צימערמאן נאר מיט א ריינע אמת'ע תמימותדיגע כוונה,
און איך מיין אין דעם ענין זעהט מען שוין איינמאל א ירידת הדורות!!!

דאס איז די גמרא ברכות כ.
אמר ליה רב פפא לאביי מאי שנא ראשונים דאתרחיש להו ניסא ומאי שנא אנן דלא מתרחיש לן ניסא אי משום תנויי בשני דרב יהודה כולי תנויי בנזיקין הוה ואנן קא מתנינן שיתא סדרי וכי הוה מטי רב יהודה בעוקצין האשה שכובשת ירק בקדרה ואמרי לה זיתים שכבשן בטרפיהן טהורים אמר הויות דרב ושמואל קא חזינא הכא ואנן קא מתנינן בעוקצין תליסר מתיבתא ואילו רב יהודה כי הוה שליף חד מסאניה אתי מטרא ואנן קא מצערינן נפשין ומצוח קא צוחינן ולית דמשגח בן אמר ליה קמאי הוו קא מסרי נפשייהו אקדושת השם אנן לא מסרינן נפשין אקדושת השם כי הא דרב אדא בר אהבה חזייה לההיא כותית דהות לבישא כרבלתא בשוקא סבר דבת ישראל היא קם קרעיה מינה אגלאי מילתא דכותית היא שיימוה בארבע מאה זוזי א''ל מה שמך אמרה ליה מתון אמר לה מתון מתון ארבע מאה זוזי שויא.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

די רבי האט א שטארקע מיינונג אויף איינשטיין

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

,
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וועלעכע רבי
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'איז נאר דא איינס. מאכט נישט אויס וועלכע, ס'איז אייביג נאר דא איינס
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

אקעי דער רבי זאגט בפירוש אז ער האט איהם נישט געקענט אזוי גוט. אבער פון אנדערע וואס האבן יא געקענט איינשטיין זאגט דער רבי נאך לכאורה בשמם אז אז אין פריוואטע לעבן איז ער געוועהן א טיפוש שבטיפשים.

אזאך וואס מקען נישט זאגען אויף דער רמב"ם. דער פאקט אז ער איז געוועהן דער סולטאנ'ס פרעזענטליכע דאקטער ווייזט נאך נישט גארנישט, ווייל ווי לאנג דער קעניג האט געגליכענט זיין סערוויס, איז איהם זיכער קנאפ ווייניג אנגעגאנגען דער רמבם'ס פרעזענטליכע לעבן'ס שטייגער.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

וואס האט דער איינשטיין מעשה מיט ירידת הדורות? לכאורה איז דאס מוכיח יאיר'ס טעזע אז בשעת ביי די מער פרומע וועלט איז דא ירידת הדורות, והא ראיה אזא גדול מפורסם קען זאגען אזוינע שטותים, איז ביי די סייענס וועלט דא פארשריט ווי איינשטיין, אבל גם זה איננו שווה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'זאגט דא א טייטש אשמנו מכל עם, מיט וואס, ווייל בושנו מכל דור. אז ביי אנדערע פעלקער ווערען זיי אלס קלוגער און מער מאראליש, אבער ביי אונז אידען איז פארקערט מ'ווערט אלס שוואכער, דעריבער אשמנו מכל עם, מיר זענען שולדיגער ווי אלע פעלקער, מיט דעם וואס בושנו מכל דור, אז אונזער דור איז דער שוואכער דור, משא"כ ביי זיי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

פארוואס? ווייל גלה ממנו משוש. ווי ישעיהו (ל"ב) קלאגט אז ביים חורבן וועלן די בתי משוש, די ווערץ הייזער וואו מ'טרונקט און מ'איז זיך משמח חרוב ווערן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אז מ'וויל ווייטער ציען דער משל, קען מען זאגען אז משוש גייט אויף די בתי מדרשות וואס מלכה ושריה בגוים אין תורה, און ס'פעלט תורה אינ'ם דור, און ממילא גייט אראפ דער שטאפעל פון אלס
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט