הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק (לרפו"ש) זצ"ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אקעי אבער שרייב שוין!! ענק רעדן אן קיין דעקונג! זאג פארוואס זיין מהלך האט נישט געטויגט?
און די משוגעים וואס דו קענסט בתוכם @עזריאל קרובים וואלטן ווען אן מוהרא''ש זיך גענימען דאס לעבן אדער געווען אין א בית משוגעים,
סוי דאס האט גארנישט מיט מוהרא''ש אדרבה ער האט זיי ארויפגעברענגט אויף א געוויסע לעוול,

און בכלל דארף מען קענען מחלק זיין צווישען מוהרא''ש ותלמידו הרב יואל ראטה וואס זייערע מהלכים זענען עטוואס א חילוק,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עמעזאן האט געשריבן:ניין ביזט נישט גערעכט @עזריאל במח''כ קודם ווייל דוברענגסט נישט קיין דעקונג אויף דיינע רייד,
און איך קען עטליכע חשובע יוגעלייט זיינע אנהענגער עס פעלט זיי גארנישט פארקערט זיי נעמן גאס לעבן אסאך ערנסטער וכו'
ובראש חבירינו האיש האשכולות הרב @ברסלבער וואס איז א יחיד במינו אין עטליכע הינזיכטן און ער איז מעיד אז גאס אלעס איזה צו פארדאנקען רבו מוהרא''ש זצ''ל און א געוויסע זין איז ער ממשיך דרכו דא אין שטיבל ווי רבים נהנה ממנו עצה ותושיע ובפרט אין די פריוואטע פארום,

איך דארף דיר אויף וויזען מיט נעמען? וואס ווילסטו? טראכט גוט אויב די ווילסט דיין זון זאל ווערן זיינס א חסיד, ארומגיין און די רעסטראנטען טיילן זיינע חיבורים, און ער מיט די ווייב זאלן אים זאגן יעדע כוונה וואס זיי האבן בשעת מצוה,
נעם אזא איינער ווי דער וואס טיילט זיינע קונטריסים דער קומט פון א נערמאלע משפחה, האט א ווייב מיט קינדער נאר ער איז ביזי טאג און נאכט טיילען קונטרסים, האלטסט אז ס'פעלט אים גארנישט?
אוודאי נישט יעדער ווערט דארט פאריקט, די מהרא"ש אליין האט א זון וואס פלעגט ארבעטען און עוז והדר א העכסט נארמאלער פיינער קליגער יונגערמאן, אבער ליידער א חלק ניכר איז דארט נישט מיט אלעמען (והוא רחום יכפר וואס איך גיי באלד כאפען) די וואלסט ווען נישט געוואלט אז דיינע קינדער זאלן אזוי אויסזעהן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך אויך האט געשריבן:און די סימפאטיע צו ידידינו ר' ברעסלעוור האט זיך אויך זיינע לימיטס.

ווער רעדט פון סימפאטיע צו ברעסלבער מען רעדט פון א מציאות א פרי הדר פון מוהרא''ש א לעבעדיגע דוגמא פון זיינע אויפטוען און דאס איז זייער שווער אפצופרעגן ווייל עס איז א מציאות, און בפרט ווי ער איז מעיד על עצמו אז מוהרא''ש האט עם אוועק געשטעלט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@עזריאל איך האב דיר שוין געשריבן אז די וואס מאכן הפצה אין די רעסטוראנטן זענען א מיעוט און פאר זיי זענען מתקרב געווארן צו עם זענען זיי אויך נישט געווען פארעכנט אלס נארמאלע מענטשען,


און בפרט אונז האבן דא א לעבעדיגע סעמפל,
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

א שטיקל חילוק צווישען מוהרא״ש און אנדערע רביים בדורנו איז אז די אלע זאכן (רוף עס אָן משוגעת׳ן וויאזוי דו ווילסט) שטערט נישט זיינע מענטשען בכלל למשל דעס אז ער זאגט צו גאלדענע גליקן ווער עס קומט צו זיין קבר אדער אז ער האט משום איזה סיבה נישט געוואלט ארויסשרייבן אויף זיין מציבה זיין טאטענס נאמען עפעקט עס נישט זיינע אנהענגער וואס ער האט זיך אוועקגעגעבן פאר זיי , משא״כ אין אנדערע חסידות ווי מ'פירט זיך אויף צו דיר ווי א שמאַטע און מ׳ווארפט זיך ארום מיט יעדען און מ׳נעמט נישט אן די בחורים אין ישיבה ווייל ער שמעקט אביסל בעסער היות ער נעמט א שויער מיט שמעקעדיגע זייף מעהר ווי איינמאל א וואך וכודמה

איך זאג נישט אז ס׳איז נישט מאדנע אבער אין יעדע חסידות איז דא אסאך מאדנע זאכן אבער ביי שיק זעה איך נישט אז ס׳זאל עפעס זיי אַפעקטן אין עני וועג זיינע מענטשען פארקערט ער האט יעדעם מקרב געווהן (לויט ווי איך הער ) און זיך אפּגעגעבן מיט זייערע פּראבלעמען משא״כ די גרויסע אדמורים בדורנו וואס פאָרן יעדע שני ושלישי אויף דאָטשע און מאכן תקנות כדאי איין צו צוימען דעם עולם און זיי זענען נהנה פונעם עולם און געבן גארנישט צוריק
כך נראה לי
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נעם א דוגמא רבי יואל ראטה וואס איך בין מודה אז היינט צוטאגס ווען ער נעמט אן דער עיקר שוואכע בחורים יתומים וחלוצים למיניהם טוט ער אויף א געוואלד און טאקע קיינער שטערט אים נישט היינט, אבער אנגעהויבן האט ער מיט בחורים פון וויען וואס זענען געקומען פון נארמאלע וויענ'ע משפחות, זיי האבן געהאט א שאנס אויפצווואקסען איינשטענדיגע מענטשען טייל פון זיי וואלטען געקענט זיין תלמידי חכמים, און אנדערע ווערטער זיי וואלטן ווען געקענט האבן א יוגענט ווי אלע פון אונז און א נארמאלער סביבה פון בחורים, זיך אויס לערנען וויאזוי מ'לערנט גמרא תוספות און דערננאך טוען שידוכים ווי זייערע ברידער האבן געטאהן דהיינו מיט משפחות וואס ענדלען און זייערע משפחות, וואס איז אבער געשעהן דער צדיק רבי יואל (וואס איז אגב אויך צוקריגט געווארן מיט זיין משפחה וועגן די מהרא"ש, און זיין פאטער איז שוין נישט דער מצומצם'דיגער יוד כידוע) האט געזעהן פאר וויכטיג זיי מקרב צו זיין צום מהרא"ש מער האבן זיי נישט קיין גמרא געפענט, נאר געזאגט טעגליך 18 פרקים תיקף נאכן זינדיגען, זיי זענען און קיין נארמאלער סביבה נישט אויף געוואקסן, זיי האבן זיך פאטארפירט אויך יו טוב יעדן דריטען טאג אזאך וואס און מיין ישיבה האט מען נישט געטוהן איך ווייס נישט פארוואס, מער פון קיין נארמאל בחורישע לעבן נישט געוויסט, ארומגעגאנגען און וויליאמסבורגע הייזער מאכן א הפצה פון די קונרטרסים וואס געווענדליך הייבט זיך עס אן און לאזט זיך אויס ביי אהובי ידידי אחי רעי בני בנותי צום סוף האבן טייל געטוען ברסלעבע ארץ ישראלדיגע שידוכים, טייל זענען נאך בחורים, און טייל האבן יא גוט אפגעשניטען. אבער די רוב פון זיי זענען נישט קיין חלק פון קיין נארמאלער געזעלשאפט, אט דאס זענען די מהרא"ש'ס פירות..........
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ממש דאס האט סאטמאר געטוהן מיט תימן'ע בחורים...
טייל האבן געטוהן סאטמארע שידוכים, טייל זענען נאך בחורים..
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאווע טרינקער האט געשריבן:ממש דאס האט סאטמאר געטוהן מיט תימן'ע בחורים...
טייל האבן געטוהן סאטמארע שידוכים, טייל זענען נאך בחורים..

טאקע א געפערליכע עוולה... מ'וואלט זיי געדארפט דארט לאזן אויסגיין פאר הונגער און אויסגעהערגעט ווערן דורך מוסלעמענער, אדער וואלט מען געדארפט לאזן די ארבעט פאר די מדינה אזוי אז די הארץ זאל האבן נאך אפאר מענטשען אויף די ליסט וואס ווייסן נישט ווער זייערער עלטערן זענען.
כאפסט ווי גוט די האסט צוגעשטעלט? ממש ווי געגאסן איינס גלייך צום צווייטען, מ'דארף ניטאמאל קיין דובנא'ר מגיד דערפאר
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

עזריאל האט געשריבן:נעם א דוגמא רבי יואל ראטה וואס איך בין מודה אז היינט צוטאגס ווען ער נעמט אן דער עיקר שוואכע בחורים יתומים וחלוצים למיניהם טוט ער אויף א געוואלד און טאקע קיינער שטערט אים נישט היינט, אבער אנגעהויבן האט ער מיט בחורים פון וויען וואס זענען געקומען פון נארמאלע וויענ'ע משפחות, זיי האבן געהאט א שאנס אויפצווואקסען איינשטענדיגע מענטשען טייל פון זיי וואלטען געקענט זיין תלמידי חכמים, און אנדערע ווערטער זיי וואלטן ווען געקענט האבן א יוגענט ווי אלע פון אונז און א נארמאלער סביבה פון בחורים, זיך אויס לערנען וויאזוי מ'לערנט גמרא תוספות און דערננאך טוען שידוכים ווי זייערע ברידער האבן געטאהן דהיינו מיט משפחות וואס ענדלען און זייערע משפחות, וואס איז אבער געשעהן דער צדיק רבי יואל (וואס איז אגב אויך צוקריגט געווארן מיט זיין משפחה וועגן די מהרא"ש, און זיין פאטער איז שוין נישט דער מצומצם'דיגער יוד כידוע) האט געזעהן פאר וויכטיג זיי מקרב צו זיין צום מהרא"ש מער האבן זיי נישט קיין גמרא געפענט, נאר געזאגט טעגליך 18 פרקים תיקף נאכן זינדיגען, זיי זענען און קיין נארמאלער סביבה נישט אויף געוואקסן, זיי האבן זיך פאטארפירט אויך יו טוב יעדן דריטען טאג אזאך וואס און מיין ישיבה האט מען נישט געטוהן איך ווייס נישט פארוואס, מער פון קיין נארמאל בחורישע לעבן נישט געוויסט, ארומגעגאנגען און וויליאמסבורגע הייזער מאכן א הפצה פון די קונרטרסים וואס געווענדליך הייבט זיך עס אן און לאזט זיך אויס ביי אהובי ידידי אחי רעי בני בנותי צום סוף האבן טייל געטוען ברסלעבע ארץ ישראלדיגע שידוכים, טייל זענען נאך בחורים, און טייל האבן יא גוט אפגעשניטען. אבער די רוב פון זיי זענען נישט קיין חלק פון קיין נארמאלער געזעלשאפט, אט דאס זענען די מהרא"ש'ס פירות..........


שקר וכזב !!! איך קען פּערזענטליך אסאך אנהעגער פון מוהרא״ש זיי זענען עני טיים אזוי נארמאל ווי יעדע אנדערע חסידות !!! נישט יעדער קוקט דארט אויס ווי דער קונטרסים טיילער !!! אנטשולדיגט מיר אבער די מאכסט פאלשע הנחות !
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דערפאר האב איך טאקע נישט געשריבען יעדער, קוקט גוט וועסטו זעהן, איך האב אפילו געשריבן אז ער אליין האט אויך א נארמאלער זון. ווילסט פירקלען געזונטערהייט אבער נישט בדרך שאלה צו מיר איך גיי מיר מער נישט אפגעבן דערמיט, ווייל דאס איז שוין דיין צווייטע שאלה שלא מן הענין און דיין ערשטע תגובה איז אויך נישט אמת און טאקע ממש פארקערט ווי די שרייבסט.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דו פירסט אויס אז צום סוף האבן א טייל געטוהן ברסלבע ארץ ישראל שידוכים, ווי כאילו ס'עפעס א נחות דרגה פון א פשוטע ווינע שידוך. - זיי קוקען דאס אן ווי א מעלה גאר! אז זיי האבן זוכה געווען זיך משדך זיין און אריינקומען אין א ברסלבע משפחה
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאווע טרינקער האט געשריבן:דו פירסט אויס אז צום סוף האבן א טייל געטוהן ברסלבע ארץ ישראל שידוכים, ווי כאילו ס'עפעס א נחות דרגה פון א פשוטע ווינע שידוך. - זיי קוקען דאס אן ווי א מעלה גאר! אז זיי האבן זוכה געווען זיך משדך זיין און אריינקומען אין א ברסלבע משפחה

פאר זיי טאקע איז עס געלונגען, ווילסט אז פאר דיינע קינדער זאל עס אויך אזוי געלונגען?
(איך האב דירעקט נישט בארירט קיין אנדערע נושאים וואס טייל האבן טענות ווייל מאנכע ווילן עס נישט פארשטיין איך האב בארירט זאכן וואס קוקט אויס נארמאל אבער קיינער וויל עס נישט ביי זיינע קינדער)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@עזריאל סך הכל שרייבסטו וועגן יואל ראטה איך ווייס נישט וויפיל זיין מהלך פון פירען די ישיבה האט מיט מוהרא''ש והא ראי' ער האט דאס נישט געטוהן,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פון ווי נעמט רבי יואל זיין שיטה? ווילסט איך זאל אויסטאהן ברבים אפאר משפחות? פאר מיר וואלט געווען גענוג די איינער צוואה מיט די פאקט אז זיינע חסידים נעמען עס אן ערעסט, איך זעה נישט פארוואס ביי דיר נישט
Young Investor
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 11:17 pm
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך Young Investor »

הר"ר עזריאל שליט"א, וואס האקסטו אזוי??
איר האט אים ג'קענט פערזענדליך?? איר זענט שוין אמאל אריין צי אים?? געשמועסט מיט אים?? אדער סך הכל בלעעבלסטו נאך וואס די האסט געהערט פון (די עכטע) קאווע שטיבל??
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך האף בעז"ה אפצושרייבן א לענגערע אפהאנדלונג איבער מוהרא"ש מיט וועם איך בין געווען זייער נאנט פאר אסאך יארן, עס איז זייער שווער דן צו זיין א מענטש פון שמועות פורחות און אפילו פון זיין צוואה, אין די צייט וואס מען האט נישט געקענט דעם מענטש פערזענליך און נישט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען ארום און ארום.
רוב פון די טענות וואס איך ליין אין דעם אשכול זענען זייער נאריש פאר מיר וואס איך האב מיטגעהאלטן די אלע זאכן פון דער נאנט.
איך בין נאר נייגעריג אויב איינער - אינקלודינג @עזריאל - קען זאגן אז ער קען פערזענליך א מענטש וואס איז נשתנה געווארן לגריעותא נאכן ווערן מקורב צו מוהרא"ש. ווי ווייט איך ווייס האט יעדער מענטש וואס האט דורכגעטרעטן זיין שוועל געזען אן התעלות ביי זיך. איינער מער און איינער ווייניגער, געוואנדען וויפיל מען איז גרייט געווען אים אויסצוהערן און מקבל זיין זיינע ווערטער.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
Young Investor
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 11:17 pm
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

וואס וועט זיין דא, רבש"ע

שליחה דורך Young Investor »

מוהרא"ש נישטא, רבי מעכעלע נישטא, דינוב רבי נישטא, נחום ראזענבערגס מאמע נישטא, תולדות אברהם יצחק מיט אמשינוב אין שפיטאל, טאטע וואס וועט זיין דא?? דאבשינער רבי העט אונז פירן קעגען משיח'ן???
ק/פ
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די קונטרס טיילער איז א צדיק פון א איד, נארמאלער פון אסאך מיניווען דרייווערס. שוין אסאך גערעדט צו אים. הלואי וואלט איך געהאט זיין אמת'ע שמחת החיים און שמייכעל. אזא אהבת ישראל און גוטסקייט איז נישט צו געפינען.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זאג נאר די וואלסט געוואלט אזוי אויסזעהן? ווילסט זעהן דיינע קינדער אזוי? אויב נישט דאן זאג איך דיר אז זיין טאטע וויל אויך נישט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

האבן מיר שוין איינעם וועמען הרב שיק האט חרוב געמאכט, דעם קונטרס טיילער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

עזריאל האט געשריבן:זאג נאר די וואלסט געוואלט אזוי אויסזעהן? ווילסט זעהן דיינע קינדער אזוי? אויב נישט דאן זאג איך דיר אז זיין טאטע וויל אויך נישט


יא, איך וויל מיין זוהן זאל טוען וואס ער האט ליב און לעבן און טרעפן שמחת החיים אין וואס ער טוט.

בד"וו, קריך ארויס פון דיין קליינע באקס און הייב אן רעספעקטירן די מענטשהייט וואס איז נישט ווי דיר, אפשר וועסטו אויך טרעפן שמחת החיים אין לעבן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

עזריאל האט געשריבן:זאג נאר די וואלסט געוואלט אזוי אויסזעהן? ווילסט זעהן דיינע קינדער אזוי? אויב נישט דאן זאג איך דיר אז זיין טאטע וויל אויך נישט

פארוואס נישט? דער איד איז זייער א נארמאלער מענטש, ער האט א גרויסע משפחה ב"ה, שוין חתונה געמאכט אסאך קינדער מיט שיינע שידוכים. דאס טיילן די קונטרסים האט ער גענומען פאר זיין פרנסה, ווען אינאיינוועגס איז ער מזכה אידן מיט גוטע זאכן. ער צווינגט נישט קיינעם צו נעמען די קונטרסים, ער געבט נישט קיין קונטרסים נאר אויב מען געבט עפעס געלט דערפאר.
אויב עפעס וואלט איך מער ברוגז געווען אויף די מענטשן וועלכע שטייען אין שול און רודפ'ן יעדן וואס גייט דורך אויב מען האט שוין געקויפט די ראפפעל, עס איז ממש א שאד איר קענט זיין דער גליקליכער געווינער. פארוואס די חברה שטערן אייך נישט אזוי שטארק ווי דער קונטרסים טיילער?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

Young Investor האט געשריבן:מוהרא"ש נישטא, רבי מעכעלע נישטא, דינוב רבי נישטא, נחום ראזענבערגס מאמע נישטא, תולדות אברהם יצחק מיט אמשינוב אין שפיטאל, טאטע וואס וועט זיין דא?? דאבשינער רבי העט אונז פירן קעגען משיח'ן???
ק/פ


וועלכע אמשינוב? אין וואס איז מיט איהם??
פארשפארט