פאפירענע גלאז
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 146
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
פאפירענע גלאז
עס קומט מיר אויס זיך אנצושטויסן אויף דילעמעס ביים שרייבן אויף אידיש, ווייל היינטיגע באגריפן האבן אפט נישט קיין צוגעפאסטע פארשפרייטע אידישע טערמינען.
אויף איין אזא ביישפיל האב איך זיך יעצט אנגעטראפן.
"פעפיער קאפס".
וואס טוט מען?
איך האב געזען: פאפירענע גלעזער. אבער דאס איז דאך א סתירה מיני' ובי', הגם מ'קען עס מיישב זיין בדוחק אז "גלעזער" האט שוין אויפגענומען א נייעם באדייט.
אנדערע האב איך געזען שרייבן "קארטאנענע גלעזער", אן ענליכער טערמין, מיט דער זעלבער פראבלעם.
אלא מאי? פאפירענער כוס? פאפיר-כוס? אויף דייטש, מיין איך, איז עס בעכער. אבער וועלן מיר דען קידוש מאכן אין אזוינס?
עס האט מיר אויסגעזען ווי דאס נארמאלסטע וועט זיך נאך הערן עפעס אזוינס: פאפירענער קאפ, אדער פאפיר-קאפס. ס'קומט מיר אבער אויס פריקרע. דער "קאפ" וויל זיך מיר עפעס נישט אזוי איינאייגענען אין אידיש.
הא?

- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: פאפירענע גלאז
וואס איז שלעכט מיט "גלעזלעך"? גלעזלעך האט שוין היינט צו טאגס אנגענומען א צווייטן באדייט און האט נישט קיין שייכות מיט דעם מאטיריאל "גלאז". אבער אויב זענט איר נישט צופרידן, וואלט איך מציע געווען פאפירענע שאלן. איך טרינק יעדען אינדערפרי א שאל קאווע - כ'טרינק עס אבער אין א פאומישע שאל. איז דאל משמע אז א שאל איז א cup און לאו דוקא פון גלאז.
מדי דברי בו כאפ איך מיך אז איך ווייס אפילו נישט פון וואס איר רעדט... "פאפירענע" קאפס? איר טרינקט פון פאפירענע קאפס? ווי ווייט איך ווייס איז עס געמאכט פון פלאסטיק, נישט פאפיר.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 146
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: פאפירענע גלאז
יידל, ווי מרמז געועון אין מיין פאסט, איז עס טעכניש אפשר גערעכט. פונקט געלייענט אן ארטיקל וועגן דעם באגריף פון "טיטול" אין העברעאיש, ווי נעמען פון פירמעס קענען פארשפרייט ווערן אין לשון ווי זאכנעמען פאר ארטיקלען (למשל: א הוּווער, וואס טייל ניצן אנשטאט וועקיום קלינער, על שם הברענד, אויך נישט דווקא באציענדיג זיך צו דער ספעציפישער פירמע).
איך מיין אבער ווי ס'שרייבט זיך נאטירליך, און כ'זוך נישט אלעמאל מחדש זיין ווערטער. ווען כ'שרייב וועגן "פעיפער קאפס", וויל איך דאך אז עס זאל זיך לייענען היימיש און נישט אז ס'זאל אפקלינגען עפעס מאדנע ביים לייענער. כ'ווייס נישט ווי איך וואלט רעאגירט ווען איך לייען מיטאמאל וועגן "פאפירענע גלעזער".
א שאל קאווע - יא, אויך א טעפל קאווע, וכדומה. אבער איך רעד דאך דא אין אלגעמיין, ווען איינער זאגט עפעס וועגן "פעיפער קאפס".
די כוונה איז נישט צו פרובירן שאפן א טערמין; מיט דעם קען מען זיך אפשר ווי-נישט-ווי אן עצה געבן, ווי יידל און קארל שלאגן אויך פאר. איך מיין ביים שרייבן אזוי אז ס'זאל זיך לייענען היימיש און נאטירליך ווילאנג אן אנדער טערמין האט זיך נאכנישט איינגעהיימישט.
קארל, איך האב טאקע נעכטן ביים רעדן מיט איינעם וועגן דער טעמע געזאגט אז מיין פאפירענער קאפ (אדער פאטעיטע קאפ) קען זיך נישט דערגרינטעווען צו עפעס פאסיגס.
קארל, פאפיר-קאפס אדער פאפירענע קאפס - יא, איך האב גראדע גענוצט ביידע, און אלס א זאכנאמען איז טאקע בעסער פאפיר-קאפס, נאר וויבאלד דער טערמין איז דאך אויך נישט ממש פארשפרייט, האב איך געפילט ביים לייענען ווי כ'דארף דא און דארט ארויסשרייבן פאפירענע קאפס.
פריקרע - דוכט זיך, דער משמעות איז "אומהיימליך". ס'וואלט מיר געווען א געוואלדיגער חידוש אויב וויינרייך האט עס נישט.

- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
Re: פאפירענע גלאז
ישובניק האט געשריבן:יידל, ווי מרמז געועון אין מיין פאסט, איז עס טעכניש אפשר גערעכט. פונקט געלייענט אן ארטיקל וועגן דעם באגריף פון "טיטול" אין העברעאיש, ווי נעמען פון פירמעס קענען פארשפרייט ווערן אין לשון ווי זאכנעמען פאר ארטיקלען (למשל: א הוּווער, וואס טייל ניצן אנשטאט וועקיום קלינער, על שם הברענד, אויך נישט דווקא באציענדיג זיך צו דער ספעציפישער פירמע).
אסאך ווערטער וואס זענען בעצם נעמען פון פירמעס וואס זענען אריין אין טאג טעגליכן לעקסיקאן, צום ביישפיל וועזעלין, פרידז', בענד-עיד, טיילענאל, אא"וו. נאט אייך א ליסטע פון וויקיפידיע.
http://en.wikipedia.org/wiki/List_of_generic_and_genericized_trademarks
בכלל כאפ איך נישט די גאנצע שערורי' מיט די קאפס, דאס אידישע שפראך האט קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם מגייר צו זיין ווערטער פון לשה"ק, אונגעריש, דויטש, פויליש, וואס עפעס זאל זיך עס אפשטעלען ביי ענגליש? די גאנצע "פלעין יודיש" פענאמענאן איז אין מיי אפיניאן א שטיקל עמיראצות, מה נשתנה הלילה הזה (גלות אמעריקע) מכל הלילות???
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
Re: פאפירענע גלאז
קארל האט געשריבן:נאכ'ן אפשרייבן מיין רעאקציע האבן איך געדרוקט דעם "שיק" קנעפל. אבער אויב איינער שרייבט עפעס צווישן די צייט וואס איך דרוק "שלח תגובה" און "שיק", ווערט נישט די רעאקציע געשיקט, נאר די נייע הודעה קומט ארויף. קומט אויס אז דו האסט "אריינגעהאקט" אין מיין הודעה. האב איך שנעל איבערגעקוקט וואס דו האסט געשריבן, און געזען אז וואס דו שרייבסט איז נישט קיין סתירה צו וואס איך שרייב, האב איך נאכאמאל געדרוקט "שיק".
תפסתי
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 146
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: פאפירענע גלאז
געפילטע, גערעכט. נאר מ'קען דאך נישט כאפן אבי-וואס און אריינצווינגען, ס'דארף צו גיין עפעס נאטירליך, און ס'דארף זיין אויף א סטאנדארד.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 246
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
- האט שוין געלייקט: 245 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
Re: פאפירענע גלאז
ישובניק האט געשריבן:ווען כ'שרייב וועגן "פעיפער קאפס", וויל איך דאך אז עס זאל זיך לייענען היימיש און נישט אז ס'זאל אפקלינגען עפעס מאדנע ביים לייענער. כ'ווייס נישט ווי איך וואלט רעאגירט ווען איך לייען מיטאמאל וועגן "פאפירענע גלעזער".
איך וואלט זיכער געווען אז די רעדע איז פון "פאפירענע ברילן"...
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99

- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
Re: פאפירענע גלאז
איך מיין אז "פאפירענע גלעזל" איז כשר וישר.
קאפ קלינגט צו מאדנע, טאקע ווייל דאס ווארט ווערט יא ברייט באנוצט אין אידיש, אבער פאר גאר עפעס אנדערש (אפילו אויך עפעס אין וואס מען לייגט אריין זאכן, אפילו ס'נישט קיין גוש).
און בלשון רבים וואלט איך נישט געשריבן "פאפירענע גלעזער", נאר ענדערש "פאפירענע גלעזלעך". קלינגט דיר דאס דען אויך אזוי מאדנע, ר' ישוב'ניק?
געפילטע, עס איז בכלל נישט אזוי פשוט.
קודם, נישט נאר אידיש, נאר אלע שפראכן זענען כסדר מגייר ווערטער פון אנדערע שפראכן, אבער עס האט א שטיקל סיסטעם און גייט נישט סתם אז איך און דו מאכן אפ א ווארט און פארטיג, עס איז באשאפן נאך א ווארט. אויב יא, וואלט קיין סטאנדארט נישט געווען און עס וואלט געווען א צעמישעניש. שפראך-קענער דארפן אפמאכן וועלכע ווארט זאל אריינקומען און וועלכע נישט, וועלכע עס איז גענוג פארשפרייט, גענוג וויכטיג, פעלט אויס פאר'ן שלימות, וכו' וכו' וכו' און דאן גייט עס אריין אין ווערטער-אוצר.
נאר מיט "אונזער" אידיש, ביסטו גאנץ גערעכט. מען דארף נאר קוקן אין די צייטונגען און זען דעם הימל-און-ערד חילוק פון קוים עטליכע יאר צוריק ביז היינט, עס איז ממש ווי א ניי-געשפאענע שפראך, זיי זענען טאקע מגייר יעדע איינציגע וואך א הויפן ענגלישע ווערטער -- מען טוט אים ניטאמאל אן א קאפל, נאר סתם דעם גוי אריין צווישן די ווערטער -- אדער ווייל מען האט נישט קיין געדולד צו טראכטן אדער נאכקוקן דעם אידישן ווארט דערפאר, אדער פשוט ווייל ער קען אויך נישט געהעריג דעם אפטייטש. אבער דאס איז נישט דער סיסטעם, מיין פריינט. ווייל איך האב לעצטנס למשל געזען א היימישע אויסגאבע שרייבט "דזשעיל" אנשטאט תפיסה, איז דאס שוין אויך למשל געווארן א טייל פון אידיש? כ'מיין, פארשטייסט דאך אויך אז עפעס א סיסטעם איז דא וויאזוי א שפראך ארבעט. מען לאזט זיך עס טאקע אנטוויקלען, אבער איינער דארף עס באגלייטן און וויסן וויאזוי מען מישט דעם טאפ. אז נישט, קוקט מען אויס ווי עס קוקט אויס און מסתמא רוב היינטיגע אידיש-רעדנדע מענטשן האלטן פונקט ווי דיר און כאפן אפילו נישט וואס איז די גאנצע "דזשאוק" פון שפראך. לאז שרייבן וויאזוי עס לאזט זיך און פארטיג.
איך האב שוין שלום געמאכט מיט'ן מצב, ווייל כ'גלייב שווער אז עס וועט נאך קומען עפעס א תחיית המתים אויף אידיש.

(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
Re: פאפירענע גלאז
שרגא האט געשריבן:איך מיין אז "פאפירענע גלעזל" איז כשר וישר.

ווען מ'רעדט ווען פון אן אוועקגעשטעלטע שפראך ווי ענגליש ביסטו גערעכט, און אפילו אין ענגלש לייגט מרס. מרים וועבסטער תחי' צו אן ערך פון הונדערט ווערטער א יאר, דער אקספארד ענגליש דיקשענערי לייגט צו אסאך מער, אבער מ'זיצט און מ'איז דן יעדעס ווארט צו ער זאל זוכה זיין בהאי איצטלא צו נישט, אבער אידיש? אין לנו מקדש, ולא סנהדרין, לא נביא ולא אורים ותומים, חוץ פון די פאר שארית הפליטה אידישיסטען, אויב זיי יא, גייט עס קיינעם נישט אן.
ס'גארנישט קיין לעצטיגע זאך, כאפ נאר א בליק אין עני אלטע אידישע צייטונג וואס פאר א געמויזאכץ פון שפראכן און ספעלינגס ס'גייט פאר דארט, ממש איש כל הישר בעיניו יכתוב, זיי האבן זיך נישט געקומערט צו א ווארט איז אוטענטיש אידיש צו נישט, עז לאנג אז ס'סאונט גוט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 146
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: פאפירענע גלאז
שרגא, גלעזל איז א ריכטונג וואס איז מיר נישט איינגעפאלן. קלינגט טאקע בעסער ווי גלאז וכו'.
איך שטים איין מיט דיינע פונקטן בנוגע שפראך 100 פראצענט.
אידיש איז א טשאלנט-טאפ. דייטש, פויליש, רוסיש, ליטוויש, אפילו אונגאריש, און אוודאי לה"ק, און היינט אויך ענגליש - דאס אלץ קאכט אויס דעם אידיש-טשאלנט.
אבער חברה! א טשאלנט דארף אויך האבן א טעם. מען דארף וויסן וואס מ'לייגט אריין, און וויפיל. א טשאלנט דארף שוין איינמאל געלינגען!
איך שטים איין מיט דיינע פונקטן בנוגע שפראך 100 פראצענט.
אידיש איז א טשאלנט-טאפ. דייטש, פויליש, רוסיש, ליטוויש, אפילו אונגאריש, און אוודאי לה"ק, און היינט אויך ענגליש - דאס אלץ קאכט אויס דעם אידיש-טשאלנט.
אבער חברה! א טשאלנט דארף אויך האבן א טעם. מען דארף וויסן וואס מ'לייגט אריין, און וויפיל. א טשאלנט דארף שוין איינמאל געלינגען!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 146
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: פאפירענע גלאז
בנוגע דעם געשפרעך וועגן א סטאנדארד פון שפראך - אויב איך האב א בחירה צווישן אזוינס, לאמיר זאגן, ווי "דאס אידישע ווארט", אדער א תוהו-ובוהו אין אנדערע אמאליגע געדרוקטע מאטעריאלן, וואלט איך בעסער אויסגעקליבן דאס ערשטע. מיר לעבן דאך נישט אין טארא-בארא אדער אין די אמאזאנען; פ.וו. זאלן מיר נישט שרייבן ציוויליזירט, פונקט ווי מיר עסן נישט ארויס מיט'ן מויל פון טעלער. זענען מיר בארבארן, צי וואס? זינט ווען איז עס עפעס א מצוה אז אידן זאלן שרייבן אומדערצויגן? דער תנ"ך איז דען געשריבן פרימיטיוו? דער תלמוד איז נישט אויף קיין ליטערארישן סטאנדארד? דער שו"ע זעט עפעס אויס ווי געשריבן דורך אן אנאלפאבעט? אז מ'קען שרייבן אינטעלעקטועל, איז וואס איז די תאוה צו עם-הארצות?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
Re: פאפירענע גלאז
ישובניק האט געשריבן: אז מ'קען שרייבן אינטעלעקטועל, איז וואס איז די תאוה צו עם-הארצות?
איך זאג נישט מ'זאל נידערן די סטאנדארט אדער אינטעלעקט, אבער צו ניצן ווערטער וואס ווערן ברייט באנוצט ביים עולם, למשל קאפ, פארוואס זאל מען נוצן ווערטער אזויווי שאלן וואס רוב עולם ווייסט ניטאמאל וואס דאס איז, אדער גלעזל וואס במקורו מיינט עס א קאפ וואס איז געמאכט פון גלאז, נישט פון ערד, האלץ, פלעסטיק, אדער פאפיר? ענגליש אדאפטירט אויך צו ווערטער וואס ווערן ברייט באנוצט ביים ענגליש רעדענדע המון, איז ענגליש געווארן ווייניגער אינטעלעקטואל און מער עם-הארצות'דיג וועגן מ'האט אריינגענומען ווערטער ווי גוגלען, טוויט, דעליווערעבעל, טרוטער further (איינער וואס זאגט אמת), ריוועראלעגי (דאס שטודירן טייכען), פיסט באמפ fist bump אא"וו?
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: פאפירענע גלאז
איך מיין אז דער סיבה פארוואס דער עולם איז אומבאקוועם אנצונעמען "קאָפּ" אלץ דער אידישער ווארט פאר א שאָל איז צוליב די אין אידיש איז שוין דא די ווארט, מיטן זעלבען אויסלייג און הבהרה, און אין שריפט וועט עס מאכן א צומישעניש. נעמט אין באטראכט די פאלגענדע זאצן:
"שרגא האט צוקוועטשט יאנקל'ס קאפ, נישט איבערלאזנדיג קיין זכר דערפון".
"חיים האט אנגעגאסן דוד'ס קאפ מיט קאווע".
"שמואל האט זיך געקויפט א גרויסן קאפ, און עס אריינגעלייגט אין זעקל".
אזוי אויך, לאמיר שוין זאגן אז מ'נעמט אן קאפ אלס א לעגעטימע ווארט פאר שאָל. וויאזוי זאגט מען עס בלשון רבים? קעפ? קאפס?
"שרגא האט צוקוועטשט יאנקל'ס קאפ, נישט איבערלאזנדיג קיין זכר דערפון".
"חיים האט אנגעגאסן דוד'ס קאפ מיט קאווע".
"שמואל האט זיך געקויפט א גרויסן קאפ, און עס אריינגעלייגט אין זעקל".
אזוי אויך, לאמיר שוין זאגן אז מ'נעמט אן קאפ אלס א לעגעטימע ווארט פאר שאָל. וויאזוי זאגט מען עס בלשון רבים? קעפ? קאפס?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 146
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: פאפירענע גלאז
געפילטע, איך בין נוטה צוצושטימען מיט דיר בנוגע קאפס, אבער איך זע אויך די פראבלעמען וואס אנדערע האבן אדרעסירט בנוגע דעם, און אויך קען איך דערהערן די וואס טענה'ן אז פאפירענע גלעזער (אדער גלעזל) איז נישט אזוי אפגעפרעגט.
קרעמער האט געהאט דערמאנט אז ס'מאכט אים טראכטן פון ברילן.
איך האב נעכטן געהאט אזא אינצידענט. אריינקוקנדיג אין א פסח-כשרות קונטרס, האב איך געזען דארט שטיין וועגן פלאסטיק-גלעזער; ס'האט זיך מיר געקלונגען גראדע גאנץ נאטירליך, אבער איינער האט זיך אנגערופן אז ער האט געמיינט מ'רעדט פון פלאסטיק-ברילן.
אגב, מ'האט גערעדט וועגן פאפירענע גלעזל - אויב מ'וויל זיין אין אזא פאל אינגאנצן קארעקט, וואלט מען געזאגט: פאפירן גלעזל.
בנוגע דעם שמועס דא אין אלגעמיין - נישט קיין ספק אז שפראכן אנטוויקלען זיך נאטירליך און נעמען אריין פרישע ווערטער; איך מיין אז קיינער איז נישט מחולק מיט דעם. אין אזא שפראך ווי ענגליש גייט עס פיל שנעלער און אין א גרעסערער מאס, און פארשטענדליך פארוואס. ארייננעמען ווערטער אבער אן קיין שום קאנטראל און איבערקלייבערישקייט, בפרט ווען דער ניווא פון שרייבער היינט במחננו איז אזוי שרעקליך געפאלן, וואלט געשאפן (אייגנטליך - שאפט) א תוהו-ובוהו.