געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגען

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

30

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער אלטער פון נאווארדאק האט אמאל ארומגעשמועסט דער גדלות פון ר' ישראל סאלאנטער ווי ער האט אוועק געגעבען אלס פאר כבוד שמים, ער האט אפילו אוועק געגעבען די אייגענע רוחניות אויף מפיץ צו זיין כבוד שמים. א בחור איז געשטאנען דאר און האט זיך אויסגעדרוקט "איך פיהר זיך אויך אזוי".
האט דער אלטער פון נאוואהרדאק געזאגט "דו גיב אוועק דיין גשמיות פאר כבוד שמים!"
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
נקודת החבדית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך נקודת החבדית »

אודות גודל דביקותו של אדמו"ר האמצעי בהיותו שקוע בלימודו מסופר, שפעם נפל תינוק מן העריסה (שעמדה בחדרו) ופרץ בבכי, ולא הרגיש בדבר. ואילו אדמו"ר הזקן – שישב באותה שעה בחדר אחר, והי' גם באמצע דביקותו בתורה ותפלה – שמע צעקת התינוק, נכנס לחדרו של בנו (אדמו"ר האמצעי), הרים את התינוק, הרגיעו והשכיבו בעריסה, וחזר לחדרו.

והמשך הסיפור – שלאחר זמן הוכיח אדמו"ר הזקן את בנו, באמרו, שכל ענין החסידות הוא שלא תהי' סתירה בין דביקות רוחנית לענין גשמי, היינו, שגם כאשר נמצאים בדביקות הכי נעלית ירגישו דבר גשמי, וגם בשעה שמרגישים ועוסקים בדבר גשמי יהיו בדביקות הכי נעלית.

וכך כותב גם אדמו"ר האמצעי בספרו תורת חיים סוף פרשת ויחי: "מספרים בשבחי הבעש"ט ז"ל שהתפלל כמה תפלות והתענה תעניתים שיוכל להשיב לשואלו דבר בעת עליות נשמתו", כי, בשעה ש"הי' נשמתו עולה במדרגה גבוה מאד . . לא הי' יכול להשפיל את עצמו למטה כלל להשיב לשואלו . . ולזה התפלל כמה תפלות שיוכל לירד למטה דוקא בעת עליות נשמתו הגבה למעלה . . כי כל הגבוה יותר כו'".

וזהו גם תוכן הענין ד"אחד בארץ" – המודגש במיוחד אצל אדמו"ר האמצעי – שצ"ל ההמשכה למטה דוקא (התרחבות והתפשטות בגילוי תורת החסידות בהבנה והשגה דוקא), ועי"ז מגיעים למעלה יותר.
"בכל דרכיך דעהו" "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא"
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

32

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]געווען א מענטש וואס האט אלס געזיכט די אמת'ע דרך. ער איז געגאנגען צו אלע מיני גלויבינגען, און נישט געקענט געפונען די אמת. ער איז געגאנגען צו משפיעים למיניהם, און צו אלע איזים'ס וואס איז דא על פני האדמה. אבער איבעראל האט ער צום סוף איינגעזעהן אז עס איז נישט ריינע אמת.

ביז ער האט געהערט אז אויף א בארג אין אינדיע איז דא אן אור וואס דאס איז דער אמת. מען דינט דארט א מענטש בדמות מלאך וואס דארט און נאר דארט קען מען טרעפן די ריינע אמת. אבער די נסיעה איז נישט קיין פשוטע נסיעה. עס איז אן עבודה קשה וואס מפרכת את הגוף. אבער אלע זאגן אז לוינט זיך די יגיעה צו קענען טרעפן די אמת.

ער האט זיך ארויס געלאזט אויפן וועג. נאך פארן עטליכע חדשים קומט ער אהן צום בארג. ער טרעפט דארט א גאנצע מחנה פון מענטשן וואס געהערן צו דעם גלויבן. זיי זאגן אים אז מען גייט נישט ארויף אהן קיין הכנה כדבעי. מען דארף קודם אויסלייטערן די גוף, מען דארף מעדאטעטן פאר א לענגערע תקופה, און ערשט דערנאך קען מען אהנהייבן די עבודה פון ארויף גיין דעם הייליגן בארג.

דער מענטש איז געווען גרייט אלעס צו טוהן אז ער זאל קענען צוקומען צום אמת. ער האט זיך אפגעטוהן פון גשמיות. געלעבט נאר אויף ירקות. א גאנצע טאג האט ער מעדאטעטעד. נאך עטליכע וואכן האבן אים די משפיעים געזאגט אז ער זאל ארויף קריכן די בארג.

די בארג צו קריכן איז נישט געווען קיין לייכטע ארבעט. די בארג איז געווען גאר גרויב און גאר הויך. יעדער פאר טעג האט ער געטראפן נאך א קבוצה, וואס זיי האבן אים געגעבן אהנווייזונגן די עבודה וויאזוי צו קענען אהנקומען צו די שפיץ און טרעפן די פירער און מנהיג פון די גלויבן וואס איז ריין אמת.

אהנקומענדיג צום שפיץ טרעפט ער א אדם בדמות מלאך, וואס איז געגאנגען אהנגעטוהן בלבנים, זיין געשטאלט האט געשיינט ביז די מרחקים. עס האט אים געכאפט א פחד ווען ער האט געזען דעם גרויסן אור.

דער פירער פרעגט דעם מענטש, וואס ביסטו געקומען צו מיר? זאגט ער אז כל ימי חיי זיך איך נאר דעם אמת. איך בין געקומען צו אייך צו טרעפן דעם ריינעם אמת. זאגט דער פירער אז ער האט זייער גוט געטוהן, ווייל ביי אים האט שקר נישט קיין מקום, און אמת איז נר לרגליו.

דער פירער האט אים צוגעפירט צו א פלאץ ווי ער האט געזעהן מיליאנער ליכטאלעך. דער מענטש פרעגט דעם פירער, ילמדני רבנו, וואס איז פשט פון די אלע ליכטאלעך? זאגט דער פירער, אז יעדער נשמה האט די א לעכט, און ווילאנג די לעכט ברענט לעבט די נשמה אויף דער וועלט. ווען די שמן ניצט זיך אויס, גייט ארויף די נשמה למעלה.

פרעגט די מענטש אויב ער האט אויך א לעכט דארט? זאגט דער פירער יא, און איך קען דיר צופירן צו די לעכט. ער נעמט אים ביי די האנט, און מען גייט אזוי אויף שמאלע וועגן צווישן די לעכט, ביז ער ווייזט אים אז דארט איז זיין לעכט.

דער מענשט באטראכט זיין לעכט, און ער באמערקט אז עס איז קוים דא שמן פאר נאך איין טאג! עס ווערט אים פינסטער פאר די אויגן. ער זעהט אז ער גייט ממש שטארבן. ער איז געווארן ציבראכן אויף שברי שברים. ער טראכט וואס ער קען טוהן צו ראטעווען זיין לעבן. ביז עס איז אים איינגעפאלן אן עצה ער האט גענומען די לעכט וואס איז געווען נעבן זיין לעכט און איבערגעגאסן אביסל אריין אין זיין לעכט.

דער פירער איז געקומען צו לויפן, אין שרייט אויף דער מענטש, און דו ווילסט מיר זאגן אז דו זיכסט די אמת???[/justify]

לחיים לחיים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ראש הישיבה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

33

שליחה דורך ראש הישיבה »

פרייטאג איז די יאהרצייט פון די פריערדיגע רבי זי"ע (ריי"צ)

מען פארציילט אז ער האט אריינגעלייגט אין די חסידים אז מסירת נפש ממש זאל קומען נאטירלעך.

איין מעשה פארציילט מען אז ער האט אמאל געטראפן א חסיד וואס איז געווען ציטראגן בפנים זועפות.

פרעגט דער רבי: די חסיד מאי האי?

ענטפער די חסיד: עס איז ביי מיר געבוירן געווארן א אינגל!

פרעגט די רבי: און?

זאגט דער חסיד: אז די חברה (KGB) זענען שוין געווען ביי מיר.

פרעגט די רבי: און?

זאגט די חסיד: זיי זאגן אז אויב זיי געפונען אויס אז ער האט געמלה'ט זיין קינד, באקומט ער צעהן יאהר אין סיביר.

זאגט די רבי: פארט געזונטערהייט!!!


דאס אז זיי גייען מקיים פסק זיין און זיי זענען עומד בדיבורם איז נישט געווען קיין ספק. אזוי אויך איז נישט געווען קיין הוה אמינה אז ער זאל נישט מלה'ן זיין זוהן. ממילא האט אים די רבי געזאגט פאר געזונטערהייט.

לחיים לחיים
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

34

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]רבי מענדל פוטערפאס ע"ה האט פארציילט ביי א פארברענג וויאזוי מען האט געבויט א נשים מקוה אין זיין שטאט. מען האט געמאכט די אריינגאנג דורך א פענסטער. ווען די אינסטאנצען האבן געכאפט דעם מענטש, האבן זיי אים געשיקט קיין סיביר אויף אכט יאר. איז געקומען א צווייטע חסיד מיטן נאמען רבי בערל, און ער האט ממשיך געווען מיט בניית המקוה. עס גייט אריבער עטליכע וואכן און די אנסטאנצן האבן אויסגעפונען ווער עס בויעט די מקוה, און מען האט אים פארמשפט צום טויט רח"ל.

דערנאך האט רבי מענדל עוסק געווען און גומר זיין די מקוה.

רופט זיך אהן איינער פון די משפתתפים און פרעגט אים: איר האט נישט מורא געהאט צו בויען די מקוה?

זאגט רבי מענדל: האט מען דען געהאט א ברירה? וואס האב איך געקענט טאהן? מען דארך א מקוה, דארף מען בויען.

דאס איז געווען די פשיטות'דיגע מסירות נפש פון די פריערדיגע רבי.

לחיים לחיים
לחיים ולברכה[/justify]
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

35

שליחה דורך ראש הישיבה »

רבי מענדל האט עוסק געווען נאך די מלחמה מיט העלפן אידעם איבערשווערצן די גרעניץ קיין פולין. דעמאלס איז געווען א געזעץ אז אלע מעטשן וואס זענען אנטלאפן קיין רוסלאנד פון פולין, און קענען אויף ווייזן אז זיי קומען פון פולין האט געקענט צוריקגיין קיין פולין. יעדער פאר וואכן איז געווען א טראנספארט פון די מענטשן וואס גייען צוריק קיין פולין.

רבי מענדל האט געהאט א גאנצע אפאראט וואס האבן געפעלטשט דאקיומענטן, מיט דעם קענענדיג שווערצן קיין פולין. ווען די מצב איז געווארן אהנגעצויגן האט ער געהאלטן ביין אריבערשווערצן די גרעניץ צוזאמען מיט זיין ווייב אין קינדער און זיין מאמע.

זענען געקומען עטליכע גוטע פריינט און געטענה'ט אז ער האט נישט קיין רעכט צו אוועקגיין. ווייל אויב ער גייט אוועק פון רוסלאנד, ווער וועט זיך אפגעבן צו העלפן שווערצן די אידן אריבער די גרעניץ. רבי מענדל איז געווען אין א פארלעגנהייט. ער האט זיכער נישט געוואלט אז זיין ווייב און קינדער מיט זיין מאמע זאלן בלייבן. ער האט נאר געהאט א מחשבה אז ער זאל כאטש בלייבן פאר א קורצע צייט ביז ער וועט שווערצן וועם ער קען.

איז ער געגאנגן צו זיין מאמע זיך דורך רעדן וואס צו טוהן. האט זיין מאמע אים געזאגט אז אויב דו וואלסט מיר געפרעגט פריערד אויב דו זאלסט דיך באשעפטיגן מיט דעם וואלט איך דיר נישט גאלאזט. אבער וויבאלד דו האסט שוין אהנגעהויבן, און עס איז נישטא ווער זאל דיר איבערנעמן מיט די עבודה, ממילא האלט איך זאלסט בלייבן דא צו העלפן נאך אידן שווערצן די גרעניץ.

וכן הוה. רבי מענדל איז געבליבן, און זיין משפחה איז געפארן. אבער אינצווישן איז רבי מענדל געכאפט געווארן און געזעצן א צוועלף יאהר אין סיביר. ער איז ערשט ארויס כמעט צוואנציג יאר שפעטער. טרעפנדיג אלע זיינע קינדער חתונה געהאט.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

36

שליחה דורך ראש הישיבה »

רבי מענדל איז אמאל געווען אויף א פארברענג ביי איינעם אין שטוב אין וויליאמסבורג בשנות המ'. די מצב פאר חב"ד איז נישט געווען אזוי מקובל (ווייניג געזאגט) אין וויליאמסבארג בימים ההם. רופט זיך אהן איינער פון די חסידים אז דא האט מען מסירת נפש אזויווי אין רוסלאנד.

זאגט רבי מענדל: אויך מיר מסירת נפש. מען מאכט זיך א גאנצע בער און מען האט מסירת נפש. ווער האט אייך געהייסן מאכן דעם בער?
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

37

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]רבי מענדל האט געהאט א זוהן וואס איז נפטר געווארן בחייו. פארציילט איינער וואס איז געגאנגען מבקר חולה זיין אין שפיטאל. קומענדיג אין שפיטאל הערט פון דרויסן פון די שטוב אז די טאטע רבי מענדל איז אינעווייניג אין די שטוב.

איז ער געבליבן אינדרויסן נישט צו שטערן רבי מענדל. הערט ער ווי רבי מענדל רעדט זיך אויס צום רבש"ע אז ער זאל היילן זיין זוהן. זאגט ער זיך אין וועלעכע זכות זאל ער אויסגעהיילט ווערן? צוליב מיין תורה? עה עס שטינקט! צוליב מיין דאווענען? עה עס שטינקט! צוליב מיין השפעה? עה עס שטינקט! איך בעט דיר הייל אויס מיין זוהן צוליב דעם וואס איך בין קיינמאל ניט אוועק פון א פארברענג פאר עס האט זיך געענדיגט.

לחיים לחיים
לחיים ולברכה[/justify]
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

38

[justify]עס גייט ארום א קליפ פון ר' מענדל מאראזאוו, ער שמועסט איבער א געוויסע איד וואס האט געלעבט מיט מסירת נפש אין די סאוויעטישע רוסלאנד. ווען ער איז געווען קראנק האט ער געבעטן זיין שוואגער אז ער זאל ערלעדיגן א מנין ביי זיין בעט ביי יציאת נשמה.

ענטפערט אים די שוואגער, "גענוג אז מ'לעבט ווי א שוואנץ, דארפסטו נאך שטארבן ווי א שוואנץ? מיט א מנין... א מנין דארפסטו... גיי זאג עפעס תחנון און ווידוי, און גיי דיר געזונטערהייט".[/justify]


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

39

שליחה דורך ראש הישיבה »

די רבי נ"ע (רש"ב) איז אמאל געקומען אויף א באזוך עסן מיטאג ביי זיין זוהן די פריערדיגע רבי (די ריי"צ). האט די רש"ב געזאגט אז עס שטייט דאך בעל הבית מברך תחילה, ממילא זאל דער זוהן ערשט מאכן א ברכה. האט דער זוהן געזאגט: איך בעט פון טאטע'ן אז ער זאל מיר רופן וואס ער וויל, אבער נישט 'בעל הבית'.

דער מושג בעל הבית איז געווען א דבר מאוס ביי חסידים.
באניצער אוואטאר
נקודת החבדית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך נקודת החבדית »

ביאור על הנ"ל
[צום העשירי יהפך בקרוב לששון. ולשמחה, ה'תשכ"א]

... ומזכירני זה פתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר - שסיפר שבעת התחילו בעניני מסחר, בקש -בתור פ"נ - מכ"ק אביו אדמו"ר "ער זאל ניט האבען די בעלי בתעשע הנחות", והוסיף בסיפורו לי, בע"ב-הנחות מזוהמות הן כמובן בדקות, שהרי הדברים אמורים בבע"ב שומרי תורה ומצוה במילואם, אלא שכביאור החסידות - נמצאים במצרים, מצרים וגבולים, כל משך חייהם, דכל משך חייהם היום הוא כהאתמול, והמחר - כהיום, ואפילו המחר שלאחר זמן, ולא עוד אלא ששאיפה לשינוי-הרי זה ענינו של משוגע בעיניהם, ז.א. חוץ למסגרת שכל הבריא.

וכמה מאירים דברי רבנו הזקן בספר התניא שלו, שבלשון המשנה בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים, הוסיף רבנו הזקן המלות "ובכל יום ויום".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נקודת החבדית, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"בכל דרכיך דעהו" "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא"
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

39

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]
נקודת החבדית האט געשריבן:טעמע: געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגען

ראש הישיבה האט געשריבן:די רבי נ"ע (רש"ב) איז אמאל געקומען אויף א באזוך עסן מיטאג ביי זיין זוהן די פריערדיגע רבי (די ריי"צ). האט די רש"ב געזאגט אז עס שטייט דאך בעל הבית מברך תחילה, ממילא זאל דער זוהן ערשט מאכן א ברכה. האט דער זוהן געזאגט: איך בעט פון טאטע'ן אז ער זאל מיר רופן וואס ער וויל, אבער נישט 'בעל הבית'.

דער מושג בעל הבית איז געווען א דבר מאוס ביי חסידים.

למען הדיוק אות ה'


כ"ק מו"ח אדמו"ר סיפר שכאשר דרו ברסטוב היתה דירת אביו כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע בדיוטא העליונה, ודירתו (של כ"ק מו"ח אדמו"ר) בדיוטא התחתונה. ולפעמים הי' אדמו"ר נ"ע הולך לדירת בנו כ"ק מו"ח אדמו"ר לערוך קידוש והתוועדות. בא' ההתוועדויות אמר כ"ק אדמו"ר נ"ע אל בנו כ"ק מו"ח אדמו"ר: "לחיים, בעל-הבית". וביקש כ"ק מו"ח אדמו"ר מאביו כ"ק אדמו"ר נ"ע שיסיר ממנו את התואר "בעל-הבית", כי, "בעל-הבית" הוא דבר מזוהם. – כן הי' לשון כ"ק מו"ח אדמו"ר27.

והיינו, שגם "בעל-הבית" שמתנהג כדבעי בכל הענינים, ובמילא לא שייך לומר עליו דבר בלתי-רצוי, דבר האסור או אפילו דבר שאינו טהור – הרי זה בכל זאת דבר מאוס, דבר מזוהם.

וכיון שחסידות שונאת ביותר "בעל-הבית'ישע הנחות", הנה סוף-סוף יהי' זה דבר מופרך אצל כל בנ"י, שהרי תורת החסידות היא לכל בנ"י, כדברי כ"ק מו"ח אדמו"ר28 בשם אדמו"ר הזקן שתורת החסידות אינה עבור איזו מפלגה או כתה, אלא עבור כל בנ"י.
[/justify]

יישר כח [tag]נקודת החבדית[/tag] פאר די לינק.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ראש הישיבה האט געשריבן:[justify]רבי מענדל פוטערפאס ע"ה האט פארציילט ביי א פארברענג וויאזוי מען האט געבויט א נשים מקוה אין זיין שטאט. מען האט געמאכט די אריינגאנג דורך א פענסטער. ווען די אינסטאנצען האבן געכאפט דעם מענטש, האבן זיי אים געשיקט קיין סיביר אויף אכט יאר. איז געקומען א צווייטע חסיד מיטן נאמען רבי בערל, און ער האט ממשיך געווען מיט בניית המקוה. עס גייט אריבער עטליכע וואכן און די אנסטאנצן האבן אויסגעפונען ווער עס בויעט די מקוה, און מען האט אים פארמשפט צום טויט רח"ל.

דערנאך האט רבי מענדל עוסק געווען און גומר זיין די מקוה.

רופט זיך אהן איינער פון די משפתתפים און פרעגט אים: איר האט נישט מורא געהאט צו בויען די מקוה?

זאגט רבי מענדל: האט מען דען געהאט א ברירה? וואס האב איך געקענט טאהן? מען דארך א מקוה, דארף מען בויען.

דאס איז געווען די פשיטות'דיגע מסירות נפש פון די פריערדיגע רבי.

לחיים לחיים
לחיים ולברכה[/justify]

דער פריערדיגע רבי האט גהעייסען ר' מענדעל פוטערפאס?
דאס איז דער מסירות נפש פון א איד וואס רופט זיך ר' מענדל. מיש נישט אויס די יוצרות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
נקודת החבדית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

40

שליחה דורך נקודת החבדית »

(הריי"צ מספר) פעם נודע לאאמו"ר [הרש"ב] שחבורת המשכילים נועדו והחליטו להלשין ל­מלוכה על כל האורטודוכסים. הם ערכו חומר רב ובו ראיות והוכחות בכתב שענין הדת פוגע בתרבות, ועוד כתבי פלסתר כיוצא בהם. ובהם תובעים תביעות מוחלטות לאסור דברים רבים ונוראים, ובפרט את הקבלה. אחד מראשיהם, שמו קרעפס, והוא מונה ע"י הממשלה לרב באודיסה. הוא אשר ערך את כל הניירות הללו, אסף את כל החומר הדרוש ונסע לפטרבורג כדי להגיש זאת לממשלה כאשר נודע לכ"ק אאמו"ר עדכ"ז, קרא אותי ואמר: סע לפטרבורג והש­תדל לבטל את כל הענין.

הואיל וזה הי' צריך להעשות בסודי סודות, לכן — מספר כ"ק אדמו"ר — לקחתי עמי את רעייתי הרבנית נחמה דינה ופרסמנו שנוסעים אנו לרופא.
בבואנו לפטרבורג שהינו שם ימים אחדים ואני השתדלתי בכל כוחי לפעול בענין, אולם לא יכולתי לעשות מאומה. הודעתי זאת לאבי וקבלתי תשובה ב­מברק שבכל זאת אתאמץ יותר ואשתדל לפעול לבטול הענין. עברו כמה ימים נוספים וכל השתדלותי היו לריק. קניתי כרטיס ונסעתי חזרה אל אבי כדי להודיע לו בעצמי שכל השתדלותי עלתה בתוהו.

בבואי לחדר אאמו"ר — מספר כ"ק אדמו"ר — היה זה בבוקר, ויתכונן הוא לתפילת שחרית. טליתו היתה מונחת מקופלת על כתפו והוא בדק את ה­ציציות.

לאחר שסיפרתי לו את פרטי ה­השתדלויות ומאמצי אשר לא הועילו לי לגמור את הענין ולבטלו, שזו היתה עיקר הכוונה. אמר לי כ"ק אאמו"ר:

פעם שלח אדמו"ר הזקן את בנו אדמו"ר האמצעי לשליחות מסוימת. והוא לא יכול הי' לעשות מאומה בענין זה. ויחזור אל אביו ויאמר לו שאיננו יכול לפעול מאומה בשליחות זו. ובשעה
שבא אדמו"ר האמצעי אל אביו אדמו"ר הזקן, טליתו של אדמו"ר הזקן היתה על כתפו ובדק את ציציותיו.

ואמר לו אדמו"ר הזקן:

רואה אתה? זוהי טלית, וטלית הוא ענין המקיף7, ומקיף מסמא את עיני החיצונים.

בשמוע זאת אדמו"ר האמצעי, חטף בידיו את ציציותיו של אביו, נשקם, ונסע חזרה לדרכו כדי לבצע את שליחותו. ואמנם בפעם הזאת הצליח.

ואמר כ"ק אדמו"ר[הריי"ץ]: בשמעי זאת מפי אאמו"ר, עשיתי כך גם אני, חטפתי את הציציות מטליתו של אבי, נשקתי. ונסעתי ברכבת מיד חזרה לפטרבורג. שוב התחלתי להסתובב וחשבתי מחש­בות כיצד למלא את שליחותי. לפתע צץ רעיון במוחי. מה עשיתי? הלכתי אל המלון בו התאכסן קרעפס, וביקשתי ראיון אצלו. הוא קבלני בכבוד, משום שהכירני, או משום שהכיר את אבי. ישבנו ושוחחנו על הא ועל דא. נתגלגלו הדברים בדבר מזימותיהם. הוא לא הכחיד ממני מאומה. והתפאר לפני ואמר: בקרוב נראה מי ינצח. יש לנו — למשכילים — תכנית כזו שעוד מעט ויבוטלו הרבה מעניני הדת וכו' וכו', וכבר נמצא בידי חומר רב המקובץ על ידי, ומוכן כדי להגישו בעוד ימים אחדים לממשלה.

אמרתי לו: אולי יואיל כבודו להראות לי את החומר אשר הוא מתפאר בו כל כך? וענה: מדוע לא? הנה אראהו לכבודו, אינני מפחד כלל? משום שבעוד ימים אחדים יתברר הכל בממשלה, והם כבר יביאו לידי גמר את כל השיטות המיושנות שלכם אשר מתנגדות ל­השכלה. בדברו זאת הביא לי מחברות אחדות הכתובות בכתב ידו הטמאה. אני — מספר כ"ק אדמו"ר — לקחתי את כל כתב היד מידו. ובאין אומר ודברים התחלתי מיד לקרוע את הכל. קרעתי את כל כתבי השטנה לפסות נייר קטנות.

קרעפּס, בראותו זאת, בהלה גדולה אחזתהו. והתחיל לצעוק עלי, לשמצני ולגדפני:

מה עשית לי? אני יגעתי על זה חדשים רבים, עד שקבצתי, ערכתי ו­סדרתי הכל בסדר. הרצאות, בהן סימנים וסעיפים וכו' וכו' ועכשיו לא אוכל להשיג זאת בזמן קצר, ובעוד ימים אחדים עלי להגיש כל זה. וימשיך לצעוק, ויתמלא כעס וחימה עד כדי כך שסטר לי סטירת לחי. ואני, ברחתי מהמלון, ותיכף ומיד נסעתי לביתי, כדי לבשר לאבי את הבשורה. כל הענין התבטל ב"ה משום שלא היה למשכילים את החומר כדי להגיש. לאחר זמן קצר נודע לנו שקרעפס חלה בשחפת הגרון ומת מיתה חטופה.
"בכל דרכיך דעהו" "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא"
באניצער אוואטאר
נקודת החבדית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

41

שליחה דורך נקודת החבדית »

היו שני אחים, אחד חסיד שהי' עני, כמובן, והיו לו בנות, והשני מתנגד, שהי' עשיר ובעל בנים. כשבנותיו של החסיד הגיעו לפירקן, החליט לפנות לאחיו המתנגד לבקש עזרתו להשיא את בנותיו. כשנפגשו האחים, הוליך המתנגד את החסיד והראה לו את ביתו המרווח והגדול בעל חדרים רבים, באמרו, חדר זה הוא חדרי המיוחד, בחדר זה אני ישן, בחדר זה אני אוכל, ובחדר זה אני מקבל אורחים, וכן הלאה. ואח"כ שאל המתנגד את אחיו החסיד: נו, מה דעתך על ביתי? ענה לו החסיד: מתפעל הנני מכך שביכלתך לחיות ב"פיזור הנפש", חדר מיוחד לכל דבר, בחדר זה הנך ישן, בחדר זה הנך אוכל, ובחדר זה הנך לומד תורה ומקיים מצוות. לי – אומר החסיד – יש רק שתי חדרים, ואינני מסוגל לחלק מקומות מיוחדים לשינה לאכילה ולקיום התומ"צ...

בית יהודי אינו מתחלק לחלקים שונים, חלק מיוחד לעניני קדושה, והשאר לעניני חולין; התורה צריכה לחדור וחודרת בכל הבית כולו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נקודת החבדית, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"בכל דרכיך דעהו" "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא"
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אדמו"ר הריי"ץ בעת סעודת פורים בפאריז תרצ"ח:

בעת אסיפת הרבנים בפט״ב, שנת 1910, היו צריכים להשיג איזה צעטיל מאת שר רשע א׳ — ארלאוו — אשר בנייר הזה הי׳ צריך ר״א גינזבורג ללכת לסגנו של פראספוב, ולהשיג צעטיל זה הייתי צריך, והייתי ירא פשוט בגשמיות ללכת לארלאוו שהי׳ רשע גדול, האט מיר דער טאטע געזאגט וואס איז דאס? והשבתי: קיר, ואמר לי עבודה איז מען זאל מיט דעם שטערן מאכן א לאך אין וואנט, פון דער לאך מאכן א טיר און דער שטערן זאל בלייבן גאנץ...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

א בחור האט אמאל געזאגט פאר ר' שלמה חיים קעסלמאן (דער משפיע פון אלע היינטיגע משפיעים אין חב"ד) אז עס זעהט איהם אויס אז ער איז שוין ערגעץ אנגעקומען, ווייל ביי קר"ש שעה"מ מאכט זיך אז ער וויינט, אבער לעצטנס האט ער פארלוירן א שיינע סכום געלט און ער האט נישט געוויינט.

זאגט איהם רש"ח: אבער נאכאמאהל וועסטו דאס געלט 'נישט' פארלירן...

זאגט א חבר מיינער פשט: טאקע ווייל ער איז פארנומען צו פארזיכערן דעם עתיד, האט ער ווייניגער צייט צו וויינען אויפן עבר.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
נקודת החבדית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך נקודת החבדית »

פעם נכנס אחד ל"יחידות" אצל הצ"צ והתאונן שאין לו חשק ורצון ללמוד תורה, והשיב לו הצ"צ: פּעטאַך! מה אעשה אני שיש לי חשק ורצון ללמוד.
"בכל דרכיך דעהו" "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא"
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

45

שליחה דורך ראש הישיבה »

שמעתי פון הרב חיים שלום אז איינער איז געקומען צום מיטעלן רבי פאר א תיקון אז ער האט בועל געווען א פנויה. פרעגט דער רבי און וואס איז מיט איסור נדה האט ער געענטפערט אז ער האט זיכער געמאכט אז זי איז ריין. האט ער געענטפערט אז פאר די עבירה קען זיין אז מען קען האבן א תיקון, אבער פאר דעם וואס דו האסט דיך אזוי אויסגערעכנט די עבירות כדי נישט צו טוהן א הארבערע עבירה דאס ווייס איך נישט וואס איך קען דיר העלפן.

וסיים הרב ח"ש אז דאס איז די בעיה פון די היינטיגע דור. מען וויל זיין א בעל תאוה און נאך זיין אויסגעהאלטן על פי תורה. כסדר קומט שאלות צו אים ווי מען פרעגט אים וויאזוי מען געבט זיך אן עצה מיט דער מצוה און מיט דער עבירה.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

46

שליחה דורך ראש הישיבה »

די פריערדיגע רבי (ריי"צ) איז געווען אין תפיסה. זיינע חוקרים וואס האבן אים אויסגעפארשט זענען נעבעך געווען קינדער פון ליובאוויטשער חסידים. ווען ער איז באפרייט געווארן האבן די טאטעס פון די חוקרים זיך געשעמט צו באווייזן די פנים פונם רבין. דער רבי האט זיי געלאזט רופן.

ווען זיי זענען אריינגעקומען האבן די טאטעס געזאגט פארן רבי'ן דער עפל פאלט נישט ווייט פון די בוים (נעמענדיג די שולד אויף זיך אז זיי זענען שולדיג אז זייערע קינדער פירן זיך אזוי אויף). האט די רבי געענטפערט הני מילי ברוח מצוייה אבער ברוח שאין מצוייה קען אן עפעל יא פאלן ווייט פון די בוים.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

47

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]איין יאהר סוכות אין די שטאט ווי רבי הלל פאריטשער האט געוואונט איז באקאנט געווארן אז דער ראש הקהל-א מתנגד האט זיך געשאפן גאר א מהודר'דיגע אתרוג. די ערשטע טאג יום טוב אינדערפרי איז רבי הלל גאר פרי געגאנגן צום ראש הקהל צו קענען בענטשן אויף דעם שיינעם אתרוג. דער ראש הקהל וויסנדיג אז רבי הלל האט אן אייגענעים אתרוג האט ער אויפגענומען רבי הלל מיט גרויס כבוד. דאר רב פון די שטאט- א מתנגד האט געהערט אז רבי הלל איז געקומען האט ער געטראכט אז עס פאסט נישט אז ער זאל נישט גיין. נאכן דאווענען אז ער אויך געגאנגן בענטשן אויף דעם ראש הקהל'ס אתרוג. דער ראש הקהל האט אים קאלט אויפגענומען. האט דער רב געפרעגט וואס עפעס רבי הלל האט ער שיין אויפגענומען און אים נעמט ער אויף קאלט? האט דער ראש הקהל געענטפערט: רבי הלל האב איך געזעהן אז ער קומט צוליב חביבות און הידור מצוה האב איך אים שיין אויפגענומען, אבער דו קומסט דאך נאר צוליב 'כן עשה הלל', פארוואס זאל איך דיר שיין אויפנעמען?[/justify]
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

48

שליחה דורך ראש הישיבה »

י חידושי הרי"ם האט באמערקט אז א חסיד קוקט אויף אים. פרעגט ער דעם חסיד ציוואס קוקסטו אויף מיר? ענטפערט ער ראיית פני צדיק ברענגט דאך יראת שמים. זאגט דער חידושי הרי"ם נו עס שטייט דאך ועמך כלם צדיקים, קוק אויף דיר אליינס.

וסיים רבי חיים שלום: פשוט זעהט אויס אז דער חידושי הרי"ם האט אים געענטפערט א שארפע ענטפער. אבער באמת האט ער געוואלט מגלה זיין ביי אים דער כח הנשמה וואס ליגט ביי אים און ביי יעדער איד אז ועמך כלם צדיקים און יעדער קען האבן די כוחות וואס הצדיק.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

49

שליחה דורך ראש הישיבה »

הרב חיים שלום פארציילט אז אין כפר חב"ד האבן געלערנט די קינדער פון די זעווילער רבי, דהיינו צאנז זעוועילער רבי פון יוניאן סיטי און זיינע ברודער. רבי שלמה חיים קעסלמאן (מחשובי חסידי חב"ד ומשפיע בישיבת תומכי תמימים בכפר חב"ד) האט געוואלט מעורר זיין איינער פון די זעווילער בחורים אז זיי זאלן לאזן זיך ווארעמען. זאגט ער אים איך ווייס אז איך בין גארנישט לגבי דיינע הייליגע זיידעס, אבער אז דו וועסט דיך לאזן ווארעמען וועט פון דיר וואקסן גאר גרויס.

משל למה הדבר דומה א בת היענה האט געלייגט אן איי, און זי איז געשטארבן. קומט א הינדל און זעצט זיך אויף די איי און ווארעמט עס. נאך א קורצע צייט איז געבוירן געווארן פון דעם איי. אבער עס איז געווען א בת היענה. וועט איינער איינפאלן אז דער בת היענה קומט פון דעם הינדל? בסך הכל קומט עס פון די בת היענה און דער הינדל האט נאר געווארענט. זאגט רבי שלמה חיים דו ביסט דאך א בן אחר בן פון רבי מיכל זלאטשובער אויב דו וועסט דיך לאזן ווארעמען וועט פון דיר וואקסן גאר גרויס.
פארשפארט