סתם גזמאות, אדער עפעס מער פון דעם. הגה"צ ר' מיכאל בער ז"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
[NAMELESS]

סתם גזמאות, אדער עפעס מער פון דעם. הגה"צ ר' מיכאל בער ז"ל

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז געווארן אויפגעברענגט אין אן אנדערע אשכול, שלא במקומו, א מיני וויכוח איבער באקאנטע סיפורי נפלאות אויף דעם צדיק וקדוש. ס'זענען עניינים וואס ווערן בכלל אסאך ארויפגעברענגט אויפן טיש ווען מ'רעדט אמאל פון גדולי ישראל מיט איבערגעווענדליכע חכמה. איינער פארציילט אז ר' מיכאל בער האט אויסגעטראפן א קאר וואס קען ווערן געטריבן מיט וואסער אנשטאט געזאלין. א צווייטער ווייסט צו פארציילן א ער האט געדענקט דעם גאנצן "קיקיון דיונה" אויפן לשון נאכן עס איינמאל אדורכלערנען און אקספורד לייברערי. א דריטער וועט נישט פארגעסן צו דערמאנען ווי ר' מיכאל בער האט געקענט מער שפראכן ווי דער מלאך גבריאל. איך בין בכלל שטארק מסופק אין די גאנצע אויסטעאלישע גאונות פון ר' מיכאל בער ז"ל. מיר קוקט עס עפעס אויס ווי א שיינע אגדה מיט א שוואכע, כאטש עפעס אן אחוזה צום אמת.

אין די גאס מאלט מען אים אראפ ווי עפעס א מוח נפלא וואס דער וועלט האט זעלטן געזעהן, אבער ווען מ'צולייגט עס אויף קליין-געלט בלייבט נישט קיין סאך איבער. קיין ספרים האט ער נישט געלאזט ממילא איז נישטא ווי נאכצוקוקן זיין גאונות. עפעס א קליין ספר'ל ליקוטים איז פון אים געבליבן, באשטייט עס פון גאנץ שוואכע מעשיות. אמת, מ'קען זעהן אז קיין קטלא קניא איז ער נישט געווען, געקענט לערנען, אבער וויפיל? דאס זעהט מען נישט דארט. שיינע תורות וואס יעדער מאן דהו מיט א ביסל געדולד קען דאס אויך אויסטרעפן. דילוגי אותיות, א נארישע טעאריע, פאסט זיך פאר זמיר כהן זיך אפצוגעבן מיט אזעלעכע דמיונות. אפאר תשובות דא און דארט, גאנץ פיין. א פחד פון א לשון, קיין שרייבער איז ער זיכער נישט געווען. דעם "הישיבה והישוב" זיינעם, שוין, לאמיר נישט רעדן דערוועגן. נישטא קיין שיעורים, בירורי הלכות, חידושי סוגיות, פירושי התורה וכו' וכו' וואס וואלט ווען געדארפט בלייבן פון אזא גדול. טענה'ט איינער אז ער האט נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן. וואו זענען אבער די תלמידים זיינע, זיי האבן אויך גארנישט געשריבן? ווידער די אלע שיינע מעשיות וואס מ'פארצייל נאך אויף אים, איז עס עפעס מער ווערט ווי סיי וועלעכע אנדערע סיפורי חסידים?

צו מיר זעהט אויס ווי דער איז געווען גאנץ א גוטן קאפ, געהאט ידיעות מער, אדער אפשר היבש מער ווי סתם עולם גולם. עהרליך איז ער געווען מיט אן עקסטרעם, און נאך מער פון דער א תמים. תמימות'דיג אין פולען זין פון ווארט, געגלייבט יעדעם אויפן ווארט, אנגעפאנגן פון א ישיבה בחור'ל מיט א תפילין זעקל, ביז הויך-ראנקיגע נאציס, באקאנטע געשולטער ליגענערס ווי קורט בעכער און וויסליצעני. מ'האט אים געקענט פארקויפן די ברוקלין בריק און ער האט דיר נאך צוריקגעגעבן טשענזש די מאנהעטן בריק. דאס בערך איז דאך געווען וואס ער האט פארהאנדעלט מיט הימלער, ער האט געפלאסן געלט און זיי האבן אים באשאטן מיט הבטחות. האט ער זיי געכאפט ביי איין ליגענט האבן זיי אים פארגיטיגט מיט צוויי פרישע ליגענטס, און ער האט עס נאך געקויפט פאר גוט געלט. וואס הייסט, ער איז דאך ארויס מיט ריווח.

ס'נישט קיין ספק אז וואס ער האט געטוען איז געווען כולו לשמה. דאס איז א דאנק זיין אויסטערלישע עהרליכקייט און ביטול היש. ער האט קיינעם נישט געבעטן אנערקענונג פאר זיינע פעולות סיי במשך ימי השואה (ער האט דאך אלעמאל געהאלטן אז עפעס האט ער יא געראטוועט), און אזוי שפעטער מיטן בויען און מחזיק זיין די ישיבה און דער ישוב (אויך נישט קיין ווייס איך וואס הצלחה געהאט, נישט אוועקצומאכן, אבער אנדערע רבי'ס בימיו, סאך שוואכערע פון אים האבן פיל מער דעגרייכט, בכמות עכ"פ). ס'אויך נישט קיין ספק אז ער האט פארשטאנען אן עסק און געווען זייער א שעפערישער כאראקטער. זיין הבנה אין אן עניין, פון די ביסל וואס איז יא פארבליבן, ווייזט אויכעט אז ער וואלט ווען געקענט וואקסן א גדול ווען די אומשטענדן ערלויבן ווען. וואס די אומשטענדן זענען געווען, דאס קען מען זיך שוין מתווכח זיין. צי איז דאס געווען זיין מצב הבריאות, צי די שטענדיגע עסקנות זיינע האט אים אין דער ערד געלייגט, איז דאס גאר די שולד פון זיין גוטן-קאפ-סינדראם, כ'ווייס נישט. אבער פון דארט ביז די אלע נייטרא אגדות און באבא-מעשיות ארום ר' מיכאל בער איז פאלג מיר א גאנג.
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

סאיז ארויסגעקומען 2 בענדער איבער אים אין יודיש. זיין בייאו איז מוראדיג. די פרובירס אוועקצומאכן דעם אדם גדול און עסקן וואס האט געלעבט פאר יענעם אבער תוך כדי מאכסט אים זייער גרויס מיט אלעם וואס די ברענגס ארויס. בעיקר זיין תמימות צו טאן וואס ער האט געטאן און נאך בלייבן א תמים איז א יקר המציאות. איך וועל דיר זאגן בלויז 3 זאכן וואס איך פערזענלעך בין באצויבערט פון דעם יוד.
1. נייטרא רב האט אים גענומען פאר א איידעם
2. ער האט זיך ארויסגעראטעוועט פון א פארעדיגע באן קיין אוישוויץ
3. ער האט ארלעדיגט דער סאטמאר רב זי"ע זאל בלייבן אין אמעריקע
4. און נאך איינס. נייטרא שטעטעל. דאס וואס די מאכסט אזוי אוועק בשתי ידים איז די איינציגסטע שטעטעלע אין אמעריקע וואס נישט א אדמו"ר האט געבויט. און אגב איז עס אויך געווען די ערשטע יעדער האט זיך געלערנט פון אים. סאיז טאקע קליין אבער סהאט א קיום. משא"כ אלע אנדערע ובתוכם בלומינגבערג זענען דערווייל אלע חלומות. דער איז געווען א ריז. קריך אראפ
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

כ'האב געמיינט דער קאר אויף וואסער איז געוועהן דער חפץ חיים.

לעיקר הענין, יעדעס גדול איז מען מגזם.

כידוע דער ווערטעל, דער גרעסטע רבי קען נישט זיין וואס דער קלענסטע חסיד האלט פין אים.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

א שאד ער האט נישט דערלעבט די ק"ש עפאכע. דא וואלט ער זיכער געקענט ארויסגעבן זיינע טאלאנטן און באקומען דעם פארדינטן כבוד
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

ווען ס'איז ארויסגעקומען דער איש חמודות האב איך געהערט מאחד מתלמידיו בערך בזה הלשון: מ'שרייבט אויף אים שר התורה, דער חזון איש איז געווען שר התורה, רבי מיכאל בער, ער וואלט ווען געקענט זיין שר התורה, וואלט ער ווען געלערנט וואלט ער געווען שר התורה עכ''ל הבהיר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארגלייך איהם נישט צו זמיר כהן ביטע, זמיר נוצט דאס אלץ אן הוכחה אויף אמונה וואס דאס איז אבסורד, משא"כ ער האט דאס גענוצט אלץ א דרך הדרוש וואס איז גראדע זייער שיין און אינטרעסאנט, און אז ער האט דאס געמאכט אן א קאמפיוטער ווייזט דאס אויף א פיינער בעל מח.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לדעתי איז דאס א שטעטל'ישע זאך צו מאכן גוזמאות ווי מ'קען.
מ'דארף אויך נעמען און באטראכט אז ער איז געווען א מורא'דיגע עסקן אבער א געוואלדיגער בעל דמיון, למשל די גאנצע שטעטל פלאן אז יעדער גייט ארבעטן פארן שטעטל און קריגען באצאלט, ווי אויך די דמיון מיט די פארם, און אויך די דריקעריי וואס איז יא צושטאנט געקומען אבער מ'האט דארט געדרוקט סך הכול די מן המיצר קיקיון דיונה און נאך 2 ספרים. א קיצור אלעס דמיון.
און אויך די שטעטל ווען נישט ער האט ניסים וואלט ער עס אויך נישט געהאט ווייל קיין געלט האט ער נישט געהאט, סך הכול איז דער מוכר געשטארבן אינמיטען די מכירה
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ר' מיכאל בער ווייסמאנדל איז פון די איינציגסטע חרדי'שע גדולים פאר וועמען איך האב אן אמת'ע התפעלות. א שאד נאר אז דער פותח האשכול האט אנגעהויבן מיט אזעלכע נארישע גוזמאות וואס זענען גרינג אוועקצומאכן. ר' מיכאל בער האט געהאט אלע שטריכן פון אן אריגינעלער גאון. זיין שיטה פון דילוגי אותיות איז באמת א גאוני'שע אויסטרעף, און די יכולת צו טרעפן קאודס אין א טעקסט איז א קלארע צייכן פון מאטעמאטישע גאונות, כאטש אין די הענט פון די קירוב אגענטן ווערט דאס פארדרייט צו א נארישע "סייענטיפיש" ראיה אויף די געטליכקייט פון די תורה. א שאד נאר אז ער האט געטראפן קאודס וואס עקזיסטירן נישט, אבער פונדעסטוועגן ווער איך אסאך מער נתפעל פון דעם ווי פון א נארישע פלפול וואס הויבט נישט אן שטימען מאטעמאטיש. און וויפיל נאך גדולים קענסטו וואס זענען באמת אינטערעסירט צו דערגיין דעם אריגינעלן לשון פון רמב"ם אין פירוש המשניות? דאס איז א ריכטיגער צייכן אויף אינטעלעקטועלער יושר, און איז, אפן גערעדט, אסאך מער צו באוואונדערן ווי דעם חזון איש'ס "לא מצאתי תועלת בכתבי יד" (בשעת ער אליין איז מגיה רעכטס און לינקס ככל העולה על רוחו).

איך קען נישט פארשטיין פארוואס דו מאכסט אוועק זיינע העראאישע פעולות בשעת די מלחמה. יא, היינדסייט איז 20/20 און אויף צוריקוועגס פארשטייט יעדער אז די נאציס האבן געוואלט עלימינירן די אידן פאר יעדן פרייז. אבער בשעת די מלחמה, ווען יעדער איז נאך טיף געשלאפן אין א זיסן חלום, האט דער מפוכח'דיגער גאון פארשטאנען וואספארא געפאר עס לויערט, און יא, עס איז געווען זייער פארשטענדליך אז די נאציס וועלן זיין גרייט צו אויסקויפן די אידן פאר געלט צו געווינען די מלחמה. מען האט נאך דעמאלט נישט געוואוסט ווי ווייט זיי זענען אנטשלאסן להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים. פארגעס נישט אז די כיטרע ציונים'לעך אין בודאפעסט זענען פונקט אזוי געפאלן פאר אייכמאן'ס פאסטקע, דאס האט נישט מיט תמימות. פון זיין פוינט אוו וויו איז ער אויפגעקומען מיט געלונגענע איינפאלן ווי אזוי צו דורכפירן זיין פלאן.

אפילו נאכדעם וואס זיין פלאן איז דורכגעפאלן האט ער פרובירט אנדערע איינפאלן ווי אזוי צו ראטעווען די אידן, אנשטאט זיך צו איינשפארן אינדערהיים און ווארטן אז זיינע חסידים זאלן אים ראטעווען אדער מען זאל אים פירן כצאן לטבח, ווי אלע אנדערע מנהיגים האבן געטון. און צום לעצט האט ער, ווי א ריכטיגער העלד, מיטגעגאנגען מיט די אידן קיין אוישוויץ, און גלייכצייטיג איז ער געווען פון די איינציגע וואס האבן געהאט די קוראזש און מוהט צו אנטלויפן בשעת ער איז שוין געווען אויפ'ן באן.

אזוי אויך נאך די מלחמה איז ער נישט געזעסן אויף א באקוועמע פאטעל און געשיקט זיינע געטרייע חסידים שאפן געלט פאר אים, ער איז אליין ארומגעלאפן און אויפגעשטעלט א ישוב און א ישיבה מיט די צען פינגער, און איז דערביי אויפגעקומען מיט אן אריגינעלן פלאן צו האבן א ישיבה וואס זאל זיך אליין אויפהאלטן (כאטש מיט א מאדערניזירטער בליק קוקט דאס אויס קינדיש). און די צרות פון דעם קריג איז אים באמת דערגאנגען צום הארצן, אנדערש ווי אנדערע גדולים וואס האבן עס געגעבן אזא וויש אוועק מיט אזא "וואס פארשטייען מיר בדרכי ה'?" (פארשטייט זיך בשעת זיי האבן זיך געראטעוועט מיט די פאמיליעס).

עס איז נאריש זיך צו מתוכח זיין אויב ער האט טאקע געקענט זיבעציג שפראכן און מאכן א קאר פארן אויף וואסער. אבער אלע סימנים פון זיין לעבן ווייזן אויף אן אמת'ער אינטעלעקטועלער יושר, א גרויסער מוח, און א מנהיג פון ערשטן קלאס. און אויב וואלט ער ארויסגעגעבן א ספר צו שרייבן דעם הונדערטסטן מפולפל'דיגן תירוץ אויף אן אומעקזיסטירנדע סתירה אין רמב"ם וואלט דאס געווען א חסרון אין מיינע אויגן, נישט א מעלה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

ס'איז דא גארנישט דערמאנט געווארען פון זיין פלאן אליין צן באמבאדירען די באנען קיין אושוויץ, איך האב געהערט פון זיינס א תלמיד אז ער האט געהאט געמאכט אבאמבע פון דיינעמייט און עס געוואלט שיקן מיט 2 בחורים צו די שינעס, אבער לא אסתייעא מילתא
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

נאכדעם וואס @יאיר האט דאס אזוי שיין צולייגט קום איך נאר כיהודה ועוד לקרא

דוכט זיך ר' מיכאל האט נאך געזאגט פאר קורט בעכער און די אנדערע הויכע נאצי'ס, אזויפיהל ליגענט'ס, וויפיל זיי האבן אים געזאגט, די דילוגי אותיות צו קענען מאכן אליינס, איז א חידוש.

לגבי די אלע מעשיות מיט דמיונות וואס מען דערציילט, דשאסט דיליעט איט, ס'נעמט נישט אוועק זיין גאונישע קאפ

-
@ירח, לכאורה האט געוואלט מאכן, כ'גלייב אבער נישט אז ער האט געמאכט.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ביי מיר ליגט זיין גרויסקייט אין זיין אהבת הבריות. פינטל, איך דארף נישט מער.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איך האב לעצטענס געהערט זיין גאר התרגשות'דיגע ווארט אויף נקדש את שמך בעולם הזה וכו. ,כ'קען אייך זאגן אז ווען נישט איך שעם מיך וואלט איך אויסגעפלאצט אין א געוויין ברבים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:@ירח, לכאורה האט געוואלט מאכן, כ'גלייב אבער נישט אז ער האט געמאכט.

איך האב דאס געהערט פון א תלמיד וואס האט דאס דערציילט מיט אלע דיטעילס, מיט נעמען, (אז מ'האט געפאסט און געגאנגען אין מקוה פארדעם, איך געדענק נישט אלע פרטים, אדרבה אפשר קען איינער מברר זיין די מעשה\דמיון.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

אינטערעסאנט אז מען זאגט נישט די אלע גזומאות אויפן שאפראנער רבל למשל. דאס ווייזט לכאורה אז יש דברים בגו.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

בנוגע די קאר אויף וואסער פארשטייט יעדער וואס קען די בעסיקס אין פיזיקס אז עס איז נישט מעגליך צו פארוואנדלען וואסער אין ברענשטאף.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יתרו האט געשריבן:אינטערעסאנט אז מען זאגט נישט די אלע גזומאות אויפן שאפראנער רבל למשל. דאס ווייזט לכאורה אז יש דברים בגו.

דריי דיך נאר און שאפראן וועסטו שוין איינמאל הערן, די מעלה וואס נייטרא האט איז אז מ'קומט אהין און ישיבה פון אלע חסידות'ער מילא קענען זיי אריינפרעגלגן און יעדעם וחברא חברא אית ליה.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

פאר א לענגערע באריכט איבער וואסער קארס זע דא:
http://en.wikipedia.org/wiki/Water-fuelled_car

א ציטאט:
According to the currently accepted laws of physics, there is no way to extract chemical energy from water alone
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די לעגענדע דארט און שטעטל גייט אז די מאפיא האט אים געווארנט נישט מגלה צו זיין די סוד, די אידן דארט באוויינען עס
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין נתרגש געווארן פין זיין כוחות הנפש צי קענען אראפשפרינגען פונעם באן ווען זיין ווייב און קינדער זענען דארט פארבליבן, איי עט איר פרעגן וואס איז די חכמה פון אנטלויפן פון טויט? איך ווייס אויך נישט, אבער ווי עדות געבן איבער איז געשטאנען לעבן א לאך וואס ער האט אויסגעשניטען אונעם באן און זיך געבעטן ביין עולם מיטצוקימען און קיינער אדער כמעט קיינער האט נישט געוואלט, זעט זיך אויס אז עס האט יא פארלאנגט כוחות הנפש, אין אים וואס ער האט געהאלטן אז עס ליגט בידו צי ראטעווען א חלק פין כלל ישראל איז עס אים געווען וויכטיגער ווי זיין משפחה,

אין במחילת כבוד פונעם פותח השכול איז עס א חוצפה און אומקאפעטענץ צו אזוי באשרייבן א מענטש אן דורכגיין זיין ביאגראפיע אין זיך נאכפרעגן ביי מענטשן וואס האבן אים געקענט,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יתרו האט געשריבן:פאר א לענגערע באריכט איבער וואסער קארס זע דא:
http://en.wikipedia.org/wiki/Water-fuelled_car

א ציטאט:
According to the currently accepted laws of physics, there is no way to extract chemical energy from water alone


שוין,ווער איז וויקעפידיע אפציפרעגן ר' מיכאל בער...
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

מענין לענין

אן אירעאלי קאמפאני, האט ערפינדן א קאר וואס פארט אויף וואסער און לופט

איך האב עס נישט שטודירט, ווער ס'האט צייט קען געבן א באריכט
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

כ[tag]יאיר[/tag] ועוד, וואלט כ׳בלויז צוגעלייגט אז ר׳ מיכאל בער קען פאררעכנט ווערן אלץ אונזער עניגמע פון צווישן די גדולים ומנהיגי הדור, הגם דער וואקום איז אזוי גרויס אז ס׳איז נישט מוכרח אז ס׳איז נישט קיין מילתא זוטרתא, אבער לבו הטהור יוכיח.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

shem-tov האט געשריבן:סאיז ארויסגעקומען 2 בענדער איבער אים אין יודיש. זיין בייאו איז מוראדיג. די פרובירס אוועקצומאכן דעם אדם גדול און עסקן וואס האט געלעבט פאר יענעם אבער תוך כדי מאכסט אים זייער גרויס מיט אלעם וואס די ברענגס ארויס. בעיקר זיין תמימות צו טאן וואס ער האט געטאן און נאך בלייבן א תמים איז א יקר המציאות. איך וועל דיר זאגן בלויז 3 זאכן וואס איך פערזענלעך בין באצויבערט פון דעם יוד.
1. נייטרא רב האט אים גענומען פאר א איידעם
2. ער האט זיך ארויסגעראטעוועט פון א פארעדיגע באן קיין אוישוויץ
3. ער האט ארלעדיגט דער סאטמאר רב זי"ע זאל בלייבן אין אמעריקע
4. און נאך איינס. נייטרא שטעטעל. דאס וואס די מאכסט אזוי אוועק בשתי ידים איז די איינציגסטע שטעטעלע אין אמעריקע וואס נישט א אדמו"ר האט געבויט. און אגב איז עס אויך געווען די ערשטע יעדער האט זיך געלערנט פון אים. סאיז טאקע קליין אבער סהאט א קיום. משא"כ אלע אנדערע ובתוכם בלומינגבערג זענען דערווייל אלע חלומות. דער איז געווען א ריז. קריך אראפ

שם טוב: ייש,כ פאר מברר זיין מקחו של צדיק. דער כעלעם'ער מגיד פרובירט אוועקצומאכן הרה"צ ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל במשימת יד. ס'גייט אבער נישט. ער איז געווען א חד בדרא. אזוי ווי דו האסט שוין אויסגערעכנט. נאר לגבי איין פרט האביך א שטיקל ספק. זיין פארהאנדלען מיט די גרעסטע נאצישע רוצחים, ימ"ש. כאטש, הרמ"ד זצ"ל האט געטענה'ט אז זיי האבן יא געהאלטן זייער הסכם. נאר דער אפהאלט פון די גענצליכע הצלחה פון זיין פלאן איז געווען ווייל די מענטשן וועלכע האבן געהאט די מעגליכקייט האבן נישט געשיקט די איבעריגע געלט באצייטנס. אבער די נאציס, ימ"ש זענען געווען אזאלכע ליגנערס און באנדיטן, ווי מ'האט געזעהן אין א יעדן פריער'דיגן פאל אז זיי האבן גענימען דאס געלט און דאך געהרג'עט די אידן. כאטש די אומשטענדן זענען בשעת ר' מיכאל בער האט פארהאנדלט מיט זיי שוין געווען אינגאנצן אנדערש ווי אין אנהייב מלחמה. דאך האט מען זיי נישט געקענט טראסטן...!
פארשפארט