אין ליכט פון די לעצטיגע ארעסטן:

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

יואב האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:יא! צו די נקידה פון טוישן רבנים שטום איך פולקאם צו..... לעטס געט טו ווארק.......

געגאנגען!

אבער חינוך הייבט זיך אן אינדערהיים; רבני עירך קודמין. זענט איר גרייט איבערצולאזן ר' אהרן טייטלבוים און אריינשטעלן למשל ר' יששכר כ"ץ אין זיין פאזיציע? אפשר וועט ער אפילו ממעט זיין ממזרים בקהל ה'. א בענעפיט פאר כלל ישראל לדורות אויפ'ן פלאץ.

ס'מוז אבער נישט גיין ביז ר' יששכר כ"ץ. טעיק א פיק, אפילו פון א באבארדעלטער מקווה איד וואס וואלט מיט זיינע פריוואטע חימרות געשטעלט די בריסקער אין שאטן. ער מוז אבער האבן זיך אויסגעארבעט די מידות, איז א תלמיד חכם און קען איבערצייגן אז ער קען די וועלט מיט אירע מענטשן פון דעם איין און צוואנציגסטן יאר הונדערט.


או ......איך באקום שוין קאלטע פוס..... גענעראל איך האב נאך א וועג ארויס?
שמן זית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:39 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך שמן זית »

אויב מעג איך זאגן מיין חוות דעת ווען אזאלעכע לייבן קריגן זיך דא ארום, דא האט איר עס:

עס איז אמת אז די רבנים זענען קארופטירט, עס איז אמת אז זיי זענען די וואס פאראורזאכן אז מ'זאל פייפן אויף זיי, אלעס פיין און וואויל, אבער נאך א זאך איז אמת, און איך וועל קודם ציטירן א מעשה מ'זאל בעסער פארשטיין מיינע רייד.

עס איז אמאל געקומען א איד צו הרה"ג ר' מיכאל בער ווייסמאנדעל זצ"ל מיט א געוויין אז זיין זון וויל ל"ע הייראטן א שיקסע, וואס ער קען טון, האר ער אים געזאגט, כ'וועל דיר געבן א משל, עס איז געווען אמאל א גרויסע דאקטער, ער איז געפארן אויפ'ן וועג, רויבערס זענען אים באפאלן, און מ'האט אים איבערגעלאזט בעירום ובחוסר כל, אינקלאדעד זיינע מעדיצינען האט מען אוועקגענומען פון אים, לימים איז איינער פון די רויבערס אריינגעקומען מיט זיין זון צום דאקטער ער זאל אים היילן, זאגט אים די דאקטער, דו האסטעך מיר אוועקגענומען מיינע מעדיצינען, וויאזוי ווילסטו איך זאל אים היילן? האט ר' מיכאל בער געזאגט, ווען איך האב געשריגן וועגן יודושקייט, האסטו געזאגט פאר דיין זון "היינטיגע רבנים".. האסט מיר אוועקגענומען מיינע מעדיצינען! וויאזוי ווילסטו איך זאל אים היילן?

לענינינו, מיר דארף בכלל נישט אנגיין צו די רבנים זענען קארופטירט צו נישט, איך ווייס איין זאך, אויב וויל איך מיינע קינדער זאלן זיין ערליך, און נישט לאכן פון אנדערע זאכן וואס איך לאך נישט פון דעם, דארף איך זיי אריילייגן אז יא, איך פאלג די רבנים! צו עס שמעקט מיר יא, און אפילו אז עס שמעקט מיר נישט!

ודו"ק כי קצרתי.
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

מיינע צוויי סענט

אנשטאט צו פרובירן צו רעדן אמת'ע אבער אומרעאליסטישע עצות, לאמיר רעדן פון אזאך וואס מען למעשה דורכפירן אן טוישן די סיסטעם.
מען ברויך נאר האבן אפאר עסקנים זאלן זיך אריינלייגן דערין.

יעדע קהילה וואס האט א כולל, (וועכלע קהילה האט נאך נישט קיין כולל?), זאל צושטעלן עכ"פ א האלבע טאג, אז ווער ס'וויל זאל זיך קענען לערנען א פאך.
והדבר קרוב הוא מאוד, ס'איז בכלל נישט קיין סאך ארבעט.

ס'איז דא דריי סארטן פאכן.

1)א פאך וואס מען דארף נישט קיין לייסענס, דשאסט קענען, וואו צב"ש פראגרעמינג, דיזיין, וכ'ו

2)וואס מען דארף האבן לייסענס, אבער ס'איז גענוג א קליינע צייט צולערנען, וואו צב"ש ריעל עסטעיט בראוקער, מארגעטש בראוקער, וכו'

3)דשאבס וואס מען דארף לייסענס און ס'פארלאנג זיך א מער ערנסטע דעגרי, וואו צב"ש אקאונטינג, מענטל העלטה, וכו'

די ערשטע, צוויי איז זייער גרינג, איינצופעדעמען אז ס'זאל ווערן א נארם און א חלק פון א כולל, אז מען שטעלט צו קורסן פאר די אלע זאכן און כולל.
די דריטע קען מען אויך באווייזן, אבער איז שוין א פראצעדור. אבער ס'דארף אויך נישט צו זיין צו שווער
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

לא אלמן ישראל, ס'זענען פארהאן נארמאלע רבנים פון וועם מ'קען מקבל מרות זיין. ליידער איז היינט א זמן וואס אן ערליכער רב, א בר דעת שפירט אז ער האט נישט וואס צו זיכן ביי א. ג. אסופות און זייער דעת תורה ווערט נישט פארשפרייט און די צייטונגען.

אמת, יעדער דארף טרעפן א רב און זיך מכניע זיין צו אים. אבער דא רעדט מען פון די רבנים וואס מאכן העדליינס און זענען עפי"ר נישט ראוי איינצוטיילן פאר כלל ישראל וואס צו טון.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ר' שלמה, צו וואס זאל מען שפינען ווייטער די קארופטירטע סיסטעם. ס'איז דא טורא קאלעזש וואס ווערט געפירט על טהרת הקודש. אין ב"פ איז דא א ברענטש וואס איז א עכט היימיש פלאץ.
האסט אפשר א צוואה אז מ'טאר נישט לערנען אין א פלאץ וואס האט נישט קיין סיין בנשיאות כ"ק?
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

פראנקפורטער פון "עמי" מאגאזין האט א העכסט אינטרעסאנטע עדיטאריעל (צוויי פעידזשעס) די וואך איבער די טעמע פון שטודירן כדי צו מאכן אן ערליכע פרנסה. זיין אישו איז מיט מענטשען וועלכע זוכן צו טוישן אן עדה אנשטאט זיי סתם העלפן. ווערי אינטערעסטינג.
(- - -)
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

שמעון וואלף האט געשריבן:ר' שלמה, צו וואס זאל מען שפינען ווייטער די קארופטירטע סיסטעם. ס'איז דא טורא קאלעזש וואס ווערט געפירט על טהרת הקודש. אין ב"פ איז דא א ברענטש וואס איז א עכט היימיש פלאץ.
האסט אפשר א צוואה אז מ'טאר נישט לערנען אין א פלאץ וואס האט נישט קיין סיין בנשיאות כ"ק?


די פראבלעם מיט טורא קאלעדש איז נישט, אז ס'איז נישט על טהרת הקודש. איך וואלט ענדערש מציע געווען TTI,

איך רעדט נאר וויאזוי צו פארגרינגערן, פאר'ן היימישן עולם צו לערנען א פאך. און אויף דעם איז טורא קאלעדש נישט די ענטפער, כ'וועל שפעטער שרייבן מער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ר' שלמה אבן גבירול, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמעזאן האט געשריבן:זייער אן אמת'ע נקודה, אבער וואס האט דאס מיט די לעצטיגע ארעסטן? איך רעדט שוין נישט פון דעם אז דא איז פארמישט 40 נישט יודען וואס זענען פשוטע פעיראל ארבייטער'ס, נאר אפי' פון די היימישע זענען די רוב ארבייטערס און בכלל נישט קיין איגו לייט,
און בכלל דא רעדט מען נישט פון געשעפטן געבויט אויף דריידלעך און שווינדל, בסך הכל האבן זיי געוואלט פארשנעלערן א פראצעדור,

מענין לענין האב איך נעכטן געהערט פון א היימישע קראק ער זאגט אז די וואס בויען גענצליך אן קיין פערמיט דער האט נישט קיין פראבלעמען, די פראבלעם איז אז מען בויעט מיט א פערמיט...., און ער איז זיך טאקע אזוי נוהג....

עמעזאן: נאר דער היימישער קראק מיינט אז ער טוט עמיצן א טובה ווען ער נעמט יא ארויס א פערמיט. ווייל אויב מ'כאפט איהם וועט ער צאלן נישט כפל. נאר ארבעה וחמישה. ווייל די סיסי זענען פון די ערגסטע מענטשן מיט וועמען מ'וויל זיך פארפלאנטערן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יאיר האט געשריבן:זאגסט א שטארקע נקודה, קאכלעפל. די לימודים פון קאלעזש וואס זענען פראבלעמאטיש פון א חרדישן שטאנדפונקט פעלן באמת נישט אויס פאר ביזנעס. מען וואלט רואיג געקענט אויסארבעטן א סעקולערע קאריקולום אין די היימישע מוסדות וואס זאל זיין אויסגעהאלטן למהדרין מן המהדרין לכל הדעות.

ס'איז דאך היינט דא טורא קאלעדזש. וואו מ'געט אקרעדיטעד קורסן פאר היימישע יונגעלייט אויף א מהדרין מן המהדרינ'דיגן אופן...!
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

טורא קלאדש איז לדעתי נישט דער ענטפער, ואסביר

1. ס'קאסט אפ שווערע טויזענטער דאלער, יעדע קליינער ריר. אמת מען קען באקומען אביסל שטאטיש הילף, אבער נאר אויף די בעטשלער'ס, און אויך נאר אויף געוויסע חלקים, אן אויף די מעסטער דאס גאנצע וואס מען באקומט איז א הלוואה מיט א קליינע רעיט.

2. מען לערנט דארטן פונקט וואו א געווענליכע קאלעדש, ד.מ. אז מען לערנט אסאך איבעריגע זאכן וואס פעלן בכלל נישט אויס צובאקומען די בעטשלערס אדער מעסטער, וואס דאס פארלענגערט דעם פראצעדור פון אנקומען צום ציהל צומאל מיט עטליכע יאר.

3. ס'איז גוט פאר מענטשן פון ברוקלין, ומה יעשה יונגעלייט פון אפסטעיט.

4. זאכן וואס מען דארף נישט קיין קאלעדש, וואו צב"ש פראגרעמינגע, דיזיין, ריעל עסטעיט בראקעדש. איז ממש א שאד די צייט און די געלט צו גיין צו טורא, ווען די קענס ביי פשוטע קורסן אונקומען אסאך אסאך מער, מיט אסאך ווייניגער געלט.


סארי פאר'ן סטאפ'ן אינדערמיט, שפעטער וועלעך ווייטער ממשיך זיין
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

לאמיר מאכן שטיקל ס"ה:

לויט ווי עס קיקט אויס שטימט יעדער צי אז מען טאר נישט באגיין קיין אומלעגאלע אקטען ח''ו, אפי' מען איז דעספארט צו מאכן א פאר דאללאר אויף א שנעלן אויפן:
2 יעדער איז מודה אז מען זיך לערנען פאך און האנדלן ערליך.
3 די דיבאטע איז נאר ווי אזוי זיך צו לערנען א פאך:

א) מען זאל מאכן א היימישע סיסטעם אז יונגעלייט זאלן קענען ערייכען זייער GED טון ענווענטועל זייער DBA אזוי ארום וועט מען קענן מאכן ערליך געלט און נישט זיין דעספארט און באגיין קרימינאלע אקטען.
ב) מען זאל שיקן די קונדער אין ראלעדש.
ג) מען זאל גיין אין היימישע קאלעדש'עס
ד) נאר נאך די חתונה זאל מען גיין אין קאלעדש, אבער נישט אז דער טאטע זאל שיקען אלס בחור

למעשה: וואס איז די בעסטע מהלך?

נאך איין זאך האט מען דא דעבאטירט:

א) מען דארף אנפייפן די רבנים
ב) מען דארף פאלגן די רבנים
ג) מען דארף טוישען רבנים

למעשה: וואס איז די בעסטע מהלך?
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

איך וואלט ענדערש געפרעגט: וועלכע מהלך קען מען עווענטועל אויספירן?

לאמיר זאגן אז די טרעפסט דעם בעסטן מהלך, אויב אבער קענסטו עס נישט טוהן, צווואס רעדן דערפון?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:איך וואלט ענדערש געפרעגט: וועלכע מהלך קען מען עווענטועל אויספירן?

לאמיר זאגן אז די טרעפסט דעם בעסטן מהלך, אויב אבער קענסטו עס נישט טוהן, צווואס רעדן דערפון?


שלמה כ'האב דיך ליב און איך האב ליב דיין נאמען........ איך האב זייער ליב דיינע הייליגע שירים.......... בפרט דעם הייליגן שיר:

ער אשר ניסגר - קומה פתחהו,
וצבי אשר ברח - אלי שלחהו!
מה זה דמות דודך כלה יפהפיה,
כי תאמרי אלי: שילחה וקחהו?
ההוא יפה עין אדום וטוב רואי?
רעי ודודי זה - קומה משחהו!

שלוף חרבך, דודי הצח והאדום,
ושית אויבי תחת כף רגלך להדום!
מאז אני יוצא, אחות, להושיעך
גם עם יריביך אריב ולא אדום.
ליל כבר פנה, היום כבר חנה,
קומה, צלח ורכב, קומה ואל תירדום!

שער פתח דודי, קומה פתח שער! כי ניבהלה נפשי,
מידי עבור אלה - הנה דמות פרא

שאלי יפהפיה מה תשאלי מיני
כי קול תחינתך עלה במו אזני.
קומה, צלח ורכב, קומה ואל תירדום...

די האסט א גוטע פוינט, עולם כמנהגו הולך, אלעס וועט ממלא בלייבען ביים אלטען........ דאן וואס איז דא אפילו צו רעדן.........
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

יא אקוראט ווי נאך יעדע ארעסט קומען ארויף ארטיקלן איבער די פראבלעמען, מ'פרובירט צו טרעפן עפעס א לייזונג, אבער דארט בלייבט עס,

צום פותח האשכול הער [tag]קאך_לעפל[/tag]:
כ'האב דיר טאקע געגעבן א לייק, אבער זאג נאר, מיט וואס מיינסטו אז מ'זאל גיין ארבייטן ביי יענעם צו מ'דארף זיין א מסתפק במיעוט? וויאזוי זאל דער אינגערמאן וואס קען קוים קאלעקטן אויף זיין הימל-שרייענדע רענט באצאלן די קאסטן פון א ד' מינים סעט? תשמישי קדושה? שכר לימוד? האט ער דען א צווייטע ברירה ווי צו פרובירן צו מאכן א באנטש געלט?

פארוואס זאל איך האקן אויף רבנים? אבער שטאטעלעך, האבן זיי עפעס געטוהן? נעמען זיי קער אז די שכר לימוד זאל קענען באצאלט ווערן? נעמען זיי קער פון טאג-טעגליכע פראבלעמען וואס אינגעלייט גייען אדורך?
מיין כלל, ווילאנג דער רב/אדמו"ר פרובירט נישט דעם עשה טוב אויך, לייגט זיך נישט אריין צו העלפן דעם אינגערמאן, ארבייט נישט גרינגער צו מאכן זיינע חסידים ומעריצים, זאל ער ביטע אפלאזן דעם סור מרע, אויפהערן איינצוטיילן וואס נישט צו טוהן. וכבר אמרו חכז"ל (ביצה ב:, און נאך פלעצער), כח דהיתרא עדיף!

חוץ זאגן "גיי נישט אין קאלעדזש" האבן זיי אן אויסוועג אויך? האבן זיי שוין בכלל מתיר געווען עפעס וואס יא? בעסער געפרעגט, האט מען זיך אמאל פריש צאמגעזעצט און געקוקט צו אפשר נשתנו עיתים? אפשר היינט איז עס שוין נישט קיין פראבלעם? אפשר איז שוין נישט חל די איסור פון "שטודירן"?, לויט מיין אינפארמאציע איז דאס נישט געשעהן. מ'פארלאזט זיך אויף א איסור וואס איז קוים קוים דעמאלטס יא געווארן אויסגעארבייט, ופסקינן אז אין להרהר אחרי', טויט צו רויט...

און אז מ'רעדט שוין... איך גלייב נישט אז די מייסדי ונשיאי הביהמ"ד וואס זענען געבויט געווארן איז געבויט געווארן לעגאל, און די רב האט זעכער נישט געזאגט פארן בילדער א.ד.ג אז מ'זאל זיך האלטן צו די געזעצן, העכסטענס וועט עס געדויערן אביסל לענגער ווילאנג דער ציבור המבקשים ומצפים וואס עקסטאזט ווערן ביים מעמד הענקי החנוכת הבית.. נעעע זיי האבן געבעטן די ארבייטער צו זעהן אפילו צו ריפן דעם מעיאר און בעטן אז די בית מקדש מעט זאל שוין געפענט ווערן ווי שנעלער, ס'זאל שוין זיין אין ניץ נאך פאר משיח קומט, וועט ער כאטש האבן א נארמאלע שוהל אין ירושלים אי"ה...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

טוה א קוק שעפטל:

וועגן דעם האב איך געשריבען וואס איך האב געשריבען:

אידן אין אלע דורות האבן געהאט פרנסה, טאקע שווער, אבער אבער פרנסה על טהרת הקודש......

דאס לעבן היינט איז טאקע ביטער שווער....... קיינער מאכט דאס נישט אוועק.... אבער טאן אומלעגאלע זאכן און אריין לייגען דעם גאנצען כלל אין א סכנה? איז דאס מותר? איז דען דער איינציגסטע וועג צו טרעפן פרנסה נאר מיט אומלעגאלע שריט?

ווייטער אויב א אינגערמאן האט א דעגרי קען ער היינט מאכן שיין פרנסה! און צו באקומען דער דעגרי דארף ער עובר זיין אויף די תורה און גיין אין קאלעדש? ניין!
די קהילות דארפן צושטעלן די געלט וואס זיי באקומען פון די שטאט צו ערמעגליכען קלאסן זיך צו לערנען א פאך, פאר זייערע יונגלייט! אנשטאט צו ניצן די געלט פאר אנדערע שטיתים.......
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

די קהילות דארפן גארנישט צושטעלן, מ'קען זיך פיין אן עצה געבן אן זיי. זאלן זיי נאר נישט שטיין אין וועג פאר די וואס ווילן עפעס טון.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ס'איז געבליבן צו אגריען צו דיסאגריען... ווער זאגט אז מיטן גיין אין קאלעדזש איז מען עובר אויף די תורה?

צווייטענס, מ'האט אלע יארן געארבייט אויף אסאך אומלעגאלע וועגן, אסאך אידן זענען אפילו ארעסטירט געווארן, נאר צוליב זייער מזל איז קיין סאשעל מידיא נישט געווען און ס'איז נישט אנגעקומען בכל קצוי תבל, קוים קוים וואס שכינים האבן געוויסט וואספארא טי"ש יענער גייט אדורך.

איך ח"ו זאג נישט אז מ'מעג און מ'האט דאס אייביג געטוהן, איך רעד נאר פונעם מציאות.

צוריק צום קאלעדזש.. כ'מיין אז דאס איז פארבליבן די איינציגסטע אפציע ביז ווען די יושבי על מדין וועלן איינזעהן אז אנשטאט שרייען ניין וועט מען שיינערהייט שיקן צו די אייגענע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אקעי דו שטיפסט מיך צו די וואנט....... זאג די וואלסט געשיקט דיין זון אדער טאכטער אין קאלעדש? דו ווייסט וואס קאלעדזש לייף מיינט? אז דו שיקסט דיין זון אדער טאכטער אין קאלעדזש ביזטו כמעט פארזיכערט צו האבן אייניקליך גוים גמורים...... דיין טאכטער וועט זיך פארליבן אין א גוי און דיין זון וועט זיך פארליבן אין א גוי'טע...... און יא זיי וועלן האבן פרנסה....... איז דאס גענוג קלאר פאר דיר??????
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

@קאר_לעפל

עפעס א מיספארשטענדעניש איז דא, דוכט זיך אז זיי האבן גערעדט פון טורא קאלעדש, א.ד.ג., וואס איז געמאכט ספעציעל פאר'ן היימישען עולם.
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

קאך_לעפל האט געשריבן:
ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:איך וואלט ענדערש געפרעגט: וועלכע מהלך קען מען עווענטועל אויספירן?

לאמיר זאגן אז די טרעפסט דעם בעסטן מהלך, אויב אבער קענסטו עס נישט טוהן, צווואס רעדן דערפון?


שלמה כ'האב דיך ליב און איך האב ליב דיין נאמען........ איך האב זייער ליב דיינע הייליגע שירים.......... בפרט דעם הייליגן שיר:

ער אשר ניסגר - קומה פתחהו,
וצבי אשר ברח - אלי שלחהו!
מה זה דמות דודך כלה יפהפיה,
כי תאמרי אלי: שילחה וקחהו?
ההוא יפה עין אדום וטוב רואי?
רעי ודודי זה - קומה משחהו!

שלוף חרבך, דודי הצח והאדום,
ושית אויבי תחת כף רגלך להדום!
מאז אני יוצא, אחות, להושיעך
גם עם יריביך אריב ולא אדום.
ליל כבר פנה, היום כבר חנה,
קומה, צלח ורכב, קומה ואל תירדום!

שער פתח דודי, קומה פתח שער! כי ניבהלה נפשי,
מידי עבור אלה - הנה דמות פרא

שאלי יפהפיה מה תשאלי מיני
כי קול תחינתך עלה במו אזני.
קומה, צלח ורכב, קומה ואל תירדום...

די האסט א גוטע פוינט, עולם כמנהגו הולך, אלעס וועט ממלא בלייבען ביים אלטען........ דאן וואס איז דא אפילו צו רעדן.........


יישר כוח פאר מיר ליבן, אבער איינצוקעשן דיי ליבשאפט איז נאר דורך א לייק ;)

-
רעדן דארף מען, אבער נישט סתם הוידל בוידל איבערחזרן נאכאמאל און נאכאמאל וואו קרופטירט די סיסטעם איז. נאר רעדן זאכליך (פרוייקט למעשה?) וואס קען מען למעשה אויפטוהן? אבער נישט ארייפארן אין טעאריע, וואס וואלט ווען געדארפט זיין?.

לאמיר רעדן רעאליטי, וואס קען טוהן למעשה
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

עס איז זייער אינטערעסאנט. גיין זיך לערענען א פאך האט מען נישט געטארט ווייל עס איז צו גוי-איש אדער מען וועט דארפען האנדלען מיט גוים אדער ווייל אן אנדערע משוגענע טעם וואס די בהמות פון שטאט האבען איינגעפירט.

פונדעסוועגען זעהן מיר אז אפי' אן דעם האנדלען מיט גוים האט דער עולם זיך פארט אויסגעלענט ווי צו גנב'נן און שווינדלען נאך בעסער ווי די גוים
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שעפטל:איך האב איין קליינע הערה איבער דיין תגובה. דער רב פון ביהמ"ד איבער וועלכן ס'טוט זיך יעצט אין די נייעס איז אליינס דער בילדער (בויער). און ער בויעט לויט זיינע פינאנציעלע מעגליכקייטן. נישט וועלנדיג זיך ארויפווארפן אויפ'ן ציבור און ארויסגיין אין א גרויסן, קלינגענדיגן בילדינג קאמפיין...! און די אלע באריכטן און שמועות אז ער בויעט נישט לויט'ן געזעץ זענען שקר ושווא...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

קאך_לעפל האט געשריבן:אקעי דו שטיפסט מיך צו די וואנט.......

ניין! ארויס פונעם באקס... (נעם עס פאר א וויץ!!!)
קאך_לעפל האט געשריבן:זאג די וואלסט געשיקט דיין זון אדער טאכטער אין קאלעדש?

יא! אויב וועט נישט זיין די קאנסעקווענצעס פון נישט האבן שפעטער ווי צו שיקן זייערע קינדער, אדער גאר חתונה האבן.
קאך_לעפל האט געשריבן:דו ווייסט וואס קאלעדזש לייף מיינט?

אודאי! איך קען אפאר מענטשן וואס זענען געגאנגן, ס'איז זייער שווער, אבער אויב קען מען דאס אדורכמאכן איז עס ווערט.
קאך_לעפל האט געשריבן:אז דו שיקסט דיין זון אדער טאכטער אין קאלעדזש ביזטו כמעט פארזיכערט צו האבן אייניקליך גוים גמורים......

איז דאס שטותים! ממש א שרעק!!! דו האסט אן אהנונג וויפיל אידן ס'זענען געגאנגן און האבן אויפגעשטעלט הערליכע דורות??!!! דו ווייסט וויפיל ס'גייען נאך היינט, ספעציעל אין די נישט אזוי היימיש/חסידישע קרייז און פירן שיינע שטובער?
קאך_לעפל האט געשריבן:דיין טאכטער וועט זיך פארליבן אין א גוי און דיין זון וועט זיך פארליבן אין א גוי'טע......

מיינסט טאקע אזוי גייט עס איינס צוויי דריי??? אין וועלכע וועלט לעבסטו?? כ'רעד שוין נישט פון די גוים וואס קומען ארויס פון קאלעדזש אן קיין ליבע... דו האלסט טאקע אז יעדע מענטש אין קאלעדזש ממש זינדיגט אוועק?? פליז!!!! ובפרט אויב ס'איז א היימישער אינגערמאן און זיין ווייב/טאטע/שווער ווייסן פון זיין גיין, ס'דרייען זיך נאך אידן אין די מאסן קען ער זיך דען פארליבן? ס'איז מער שרעקעדיגער ווי דער אינגערמאן וואס ארבייט אין מאנהעטן אין אן אפיס ווי ס'זענען נאר דא גויטע'ס?
קאך_לעפל האט געשריבן:און יא זיי וועלן האבן פרנסה.......

דאס איז די גאול...
קאך_לעפל האט געשריבן:איז דאס גענוג קלאר פאר דיר??????

בכלל נישט!!! יעצט ביסטו???
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט