אין ליכט פון די לעצטיגע ארעסטן:

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3334 מאל

אין ליכט פון די לעצטיגע ארעסטן:

שליחה דורך קאך_לעפל »

אין די ליכט פון די לעצטע געשענעניש, וואס א מנין היימישע אידן האבן זיך ליידער פארהאנקערט מיטן געזעץ איז צייט זיך מתבונן צו זיין וואס לערנען מיר זיך ארויס פון די דאזיגע פרשה.

אין דער אלטער היים האט דער אלגעמיינער איד זיך פארמאגט זיין פעלדל, זיין וויינגארטאן, זיינע פאר קיהען, ציגן, און עופות פון וואס ער האט אין אלגעמיין געצויגן זיין חיונה, די מער געריבענע זענן טאקע געפארן קיין לייפציג אדער קיין לעמבערג ווי מען האט איינגעקויפט סחורה וואס מען קען נישט באקומען אין זייערע שטעטליך, אין גרויסע קוואנטימס פאר גוטע פרייזען, און עס דערנאך אהיים געברענגט צו פארקויפן און געמאכט גוטע געשעפטן.

נאך דעם וואס בא היטלער ימ''ש ובילבל את העולם און כלל ישראל האט גענומען דעם וואנדער שטעקן, און מאסנווייז אומערגרירט דא קיין אמעריקא, און זיך ע''פ רוב באזעצט אין די גרויסע שטעט, און דאס האבן א ווירטשאפט פון פעלדער אדער בהמות איז כמעט פאראומעגליכט געווארן, האט דער פרנסה ברענגען אנגענומען א נייעם כאכאקטער, דער עולם האט אדער געארבייט אין די שאפס פון אויפדערפרי ביז אויף דער נאכט, מען איז אפגעזעצן אין די שאפס איבערגעבויגען איבער די מאשינען, אונטער דער אויפזיכט פון דעם שטרענגען באס און אהיים געברענגט פרנסה, אדער האט מען זיך געפענט א געשעפטל אויף האטשעסן סטריט אדער אויף לי עווניו אדער אין אנדערע מקומות און אזוי אהיים געברענגט פרנסה פול מער בדרך כבוד.

דער עיקר סיבה פארוואס דער עולם האט זיך נישט פארנומען מיט מסחר, און נישט פארמאגט קיין פראפאסענאלע שטעלעס, איז געווען צילוב דער אומוויסענשאפט און אומבאהאווענקייט אין די גויאישע שפראך און קולטור, דעריבער האט מען זיך נישט געפינען דאס ארט אין דעם אלגעמיינער עולם המסחר.

און דער עולם האט זיך געלעבט שטיל און צופרידן, יעדער איז געווען פארנומען מער מיט זיינע געשעפטען ווי מיט יענעמס, און מען האט חתונה געמאכט די קינדער און זיך אפגעלעבט די יארן במנוחה ושלוה, און אין פיל פעלער נאך איבערגעלאזט ירושה אויך....

אין די סויף ל' יארן האט זיך אלעס דראסטיש געטוישט.

עס איז אונטער געוואקסען א נייעם דור, וואס זענען שוין נתגדל געווארן און נתחנך געווארן דא אויפן אמעריקאנעם באדן, און האבן שוין מער פארשטאנען די לאנדס שפראך און קולטור, דאס האט פארגרינגערט פאר אונזערע יונגעלייט דאס אריין צו גיין אין עולם המסחר, און באזעצען פראפעסענאלע אמטען, און א שיין חלק פון אינזערע יונגלייט זענען געווארן סוקסעספולע ביזנעס לייט.

אזוי ארום האט זיך אנגעהויבן צו פארמירן א נייער קולטור, דער עולם איז געווארן איינגעטיילט אין צוויי קלאסען:

א טייל פון די העכערע קלאס, פון די ביזנעסלייט און פראפעסענאלע פאזיציע באזיצער , און די מער מיטל קלאס פון ארבייטער און קליינע געשעפעטן באזיצער.

אבער דער מצב הפרנסה איז נאך געווען גאנץ בחסד, די ביזנעס לייט האבן געקענט זייער פאך, און געמאכט גוטע און אויסגעהאלטענע געשעפטן, מען האט כמעט נישט געהערט פון קיין אידן וואס זאלן זיך פארהאנקערן מיטן געזעץ, און די ארבייטער וואס האבן אהיים געברענגט זייער געהאלט וועכנטליך.

אין די לעצטע 20 יאר האט זיך דער טעכעלאגיע דראסטיש אנוטוויקעלט, און די קולטור ביי אונז האט זיך גאר שטארק פארענדערט, דער עולם האט זיך אנגעהויבן צו שעמען צו זיין פון די מיטל קלאס ארבייטער, יעדער וויל געהערן צו די העכערע קלאס, יעדער וויל זיין פון די עליטע, יעדער וויל זיין א ביזנעס מאן און פארוואנדעלט ווערן פאר עושר איבערנאכט, דער עולם לעבט מער פאר יענעם ווי פאר זיך, יעדער קליינע ראצער וואס קען קוים אונטער שרייבען זיין נאמען רעכט, און האט נישט קיין השגה בחייכון וביומייכון אין מסחר, פראקאלאמירט זיך אלס א ביזנעסמאן, ארבייטען ביי א צווייטען פאסט אים נישט, און פירן א לעגעטימע ביזנעס קען ער נישט, וואס טוהט מען? ער מיז זיך דאך אהערשטעלן אלס אן עושר און א סוקסעספולע ביזנעסמאן? ער מיז דאך ווייזען פאר זיינע חבירים אז ער איז א גבר בגברין?

מען גיבט זיך אן עצה, מען באשעפטיגט זיך מיט צווייפלהאפטיגע און קרימע געשעפטן, מען באגייט זיך מיט אומלעגאלע מעטאדן, און מען איז מקיים דעם גניבות עכו''ם וואס איז אסור ע''פ הלכה מיט אלע הידירים, און וואס איז דער סויף? מען קומט אן אין חד גדיא, און דרור שטעלט צו אדוואקאטען, און מען מאכט פדיון שביים אקציעס.

אינגערמאן! לערן דיך א פאך, און האנדל ערליך, אפי' די וועסט נישט ווערן ווי דער יעניגען מיט די שיינע קאר און מיט די 17 טעלאפאנען אנגעבינדן אויפן פאסיק, מיט 13 בלוטוטס אין די אויערן, די מיזט נישט ווערן קיין עושר איבערנאכט. אדער גיי ארביייטען ביי א צווייטען און ברענג אהיים פרנסה, נישט נאר פרעסטיזש...........

דער אשכול פארמאגט 61 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר