אין ליכט פון די לעצטיגע ארעסטן:

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א קלוגער איד האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, ליבערשט 2 יאר מיט גויים אין קאלעדזש, ווי 20 יאר מיט גויים אין תפיסה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

שמעקעדיג האט געשריבן:א קלוגער איד האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, ליבערשט 2 יאר מיט גויים אין קאלעדזש, ווי 20 יאר מיט גויים אין תפיסה.

חוץ די לייק, קומט זיך עפעס עקסטערע פארן קליגן איד!!! :like :קלאטש :לייק :דאבללייק: :צוויי:
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

שמעקעדיג האט געשריבן:א קלוגער איד האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, ליבערשט 2 יאר מיט גויים אין קאלעדזש, ווי 20 יאר מיט גויים אין תפיסה.


דער אמת איז, איך בין אינגאנצן צומישט דא, פון וואס רעדט מען? פון גיין געהעריג אין קאלעדש? 4 יאר בעטשלער'סת און נאך צוויי ביז פיהר יאר מעסטער?
אויב רעדט מען פון דעם פארשטיי פארוואס מען איז דן צו מען מעג, מוטב שיהא שוטה כל ימיו ואל יהא חוטא שעה אחת (עפעס אזוי),

אבער מען האט דאך שוין פריער געזאגט אז ס'איז דא טורא קאלעדש (און פון גיין געהעריג אין קאלעדש פארדינט מען גארנישט אחוץ אויב וויל מען ווערן א MD),
סא, וואס איז די שאלה בכלל? זיכער דארף מען גיין! (הגם איך האלט אז טורא איז אויך נישט די ענטפער וואו אויבן ערווענט)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ר' שלמה אבן גבירול, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איך מיין אז קאך לעפעל האט איין מיסקאנסעפשן. קאלעזש מיינט נישט אז מ'פארט אין די מרחקים פאר צוויי יאר. קאלעזש קען אויך מיינען אז סך הכל גייט מען צוויי-דריי מאל א וואך נעמען א קורס, מ'טוט היים ארבעט און מ'נעמט א טעסט. נישטא קיין "קאלעזש לייף".

טורא אין ב"פ און פלעטבוש האבן באזינדערע קלאסן פאר מענער און פרויען. נאך מער, מענער און פרויען קומען מיטאמאל די זעלבע טאג! מאנטאג פאר מענער און דינסטאג פאר פרויען וכו'. אלזא, וואס איז די פראבלעם?
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

שמעון וואלף האט געשריבן:איך מיין אז קאך לעפעל האט איין מיסקאנסעפשן. קאלעזש מיינט נישט אז מ'פארט אין די מרחקים פאר צוויי יאר. קאלעזש קען אויך מיינען אז סך הכל גייט מען צוויי-דריי מאל א וואך נעמען א קורס, מ'טוט היים ארבעט און מ'נעמט א טעסט. נישטא קיין "קאלעזש לייף".

טורא אין ב"פ און פלעטבוש האבן באזינדערע קלאסן פאר מענער און פרויען. נאך מער, מענער און פרויען קומען מיטאמאל די זעלבע טאג! מאנטאג פאר מענער און דינסטאג פאר פרויען וכו'. אלזא, וואס איז די פראבלעם?


זאגאר אויף דעם וועג האט עס טאקע קיינער נישט גע'אסר'ט, און הונדערטער יונגעלייט טוען דאס טאקע, ב"ה
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך האב גערעדט פון עכט קאלעדש ווי למשל:
New York University
Columbia University
Hunter College
Brooklyn College
Fashion Institute of Technology

בנוגע טורא קאלעדש און די אנדערע אידישע א''ג קאלעדש, ווייס איך נישט וואס דארט טוהט זיך, און איך האב קיינמאל נישט געזעהן קיין איסור דעראויף, קען טאקע זיין אז מען מעג דארט גייט לערנען, איך ווייס נישט..... ווי רילייעבל און רעספעקפול זיי זענען.... למשל וועט איר גייט אפלייען פאר א דשאב אין IBM און אויף דיין רעיזעמעי שטייט אז די האסט גראדאורט אין טורא קאלאדש.... ווייס איך נישט צו זיי וועלן בכלל אנקוקען דיין רעזעמעי ......

דעריבער האב איך געזאגט אז די עכטע לעזונג צום פראבלעים איז: אז מען זאל גיין אין א געהעריגע פרעזטישפולע קאלעדש.
אבער דאס איז קעגן די תורה. דעריבער איז די עצה זיך צו לערנען פאך אין א היימישע געזעלשאפט: ווי למשל מעטעמעטיקס, מארקעטינג, פינאנץ, פראגרעמינג, דיזיין, פאטאגרעפי, סייקאלעשי, פיזיקס, אלזשעברא, מיקראס, אד''ג וואס אז איר אפילו מען לערענט עס אין א פריוואטע איינשטאלט נישט אין א קאלעדש קען מען זיך דערשלאגן צו א הערליכע פרנסה, און די קהילות דארפן עס צושטעלן, און מען קען באקומען פאנדן פון די רעגורונג פארדעם.....
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זאגסטו אזוי,
ווען דו גייסט אפלייען פאר א דזשאב אין IBM און דו גיסט זיי דיין דעגרי פון טורא, וועט עס זיין כקליפת השום, ווייסט אפילו נישט צי זיי וועלן קוקן דערויף;
משא"כ אז ס'וועט האבן א לעטערהעד פון די היימישע מוסדות על טהרת הקודש, וועט עס זיין בעסער. און דאס איז די עצה צום פראבלעם.

פארשטיי איך ריכטיג?
וירח ה' את ריח הניחוח
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שמעקעדיג האט געשריבן:זאגסטו אזוי,
ווען דו גייסט אפלייען פאר א דזשאב אין IBM און דו גיסט זיי דיין דעגרי פון טורא, וועט עס זיין כקליפת השום, ווייסט אפילו נישט צי זיי וועלן קוקן דערויף;
משא"כ אז ס'וועט האבן א לעטערהעד פון די היימישע מוסדות על טהרת הקודש, וועט עס זיין בעסער. און דאס איז די עצה צום פראבלעם.

פארשטיי איך ריכטיג?


ניין!
וואס איך זאג איז אזוי:

אויב ווילט איר האבן א פרעזטישפולע פאזיציע אין א גרויסע קאמפאני, דארפט איר גיין אין א געהעריגע פרעסטישפולע קאלעדש: און דאס קען א איד ע''פ תורה נישט טוהן:
אויב ווילט איר קענן א פאך קענט איר זיך דאס לערנען על טהרת הקודש, און איר קענט זיך דערשלאגן צו א הערליכע פרנסה: אן דארפן גנבענען אדער עובר זיין אויפן געזעץ!
אויב גייט איר אין טירא קאלאדש זענט איר קרח מכאן וקרח מכאן: דהיינו איר קענט מיט דעם נישט באקומען קיין פרעסטישפולע פאזיציע אין א פרעסטישפולע קאמפעני... און איר ברענגט סתם אזוי אן אייער צייט..... און מסתמא לערנט איר זיך גארנישט... נאר שטחיותדיג...........

גענוג קלאר....... ????????????
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

הייסט אז די גאנצע פראבלעם וואס מען רעדט פון די דירות קריזיס אז דאס איז פשוט אומדירטרעגליך און עס איז פשוט אומעגליך פאר א ארבעטס יונגערמאן צו קענען אליין באצאלן די גרויסע קאסטן וואס דאס לעבן קאסט קען מען סאלוון מיט גיין אין טורא קאלעזש? אויב אפילו מיט טורא דארף מען זיך דראפענען אויף די גראגע ווענט פאר פרנסה דעמאלטץ איז עס נישט קיין ישועה אויף די פראבלעם אז מיר מיזן גיין קרום אויף צו מאכן פרנסה....
בכלל זאגן יודעי דבר אז די קרומע שטיק איז ביי אונז אפילו ביי בעלב'תישע יודן...און איר קענט טאקע זען אז אסאך פון דיהיימישע יודן אין די תפיסה'ס זענען געווען פון די בעלב'תישע חדר בשעת'ן חטא, דאס קוקט ענדערש אויס ווי עס האט מיט אונזער מענטעליטי... קאר טיקעטס באקומען מן הסתם די חרדישע עולם אויכט מער ווי די אלגעמיינע עולם...
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

איך האב ליעב צו הערן די וויכוח פון די זייט.

טורא קאלעדזש איז אנגעברענגט די צייט. אבער זיך דרייען אין ישיבה פון דארמאטארי צום קאך. דאס איז נישט פארברענט צייט?
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

איך וויל נאך אלס פארשטיין די הנחה אז א געהעריגע קאלעדזש איז אסור על פי תורה...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שעפטל האט געשריבן:איך וויל נאך אלס פארשטיין די הנחה אז א געהעריגע קאלעדזש איז אסור על פי תורה...


שעפטל זיסער איך האב עס נישט געאסערט:

דער מקים עילה של תורה, גאון הגאונים, דער הייליגער צדיק רבי אהרן קאטלאר ז''ל האט עס געאסערט, ביי יעדע דרשה איז נאר פארנומען געווען מיט דעם אז מען זאל חלילה נישט גיין אין קאלעדש...... דאס איז ביי די ליטווישע....
ביי די חסידים האט מען ניטמאהל גערעדט דערפון....... עס איז געווען לא עלה עלה הדעת.......
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

גע'אסר'ט? ארויסגעקומען מיט אן איסור על פי דעת תורה? סך הכל האט ער געבעטן און געוויינט מ'זאל נישט גיין (אזוי דענק איך, אדרבה ברענג פארקערט).

און צווייטענס, היינט זענען די קאלעדזשעס אינגאנצן אנדערשט ווי אמאל, אידישקייט אין אמעריקע איז שטערקער, און איך בין זיכער ס'וועט אפילו זיין א שוהל און אפשר גאר א שיעור אין תורתך שעשועי/זכרו/וכו' ביי לאנטש...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

קאך לעפ, האסט אנגעהויבן דעם אשכול מיט א שיינעם ארטיקל. דערנאך האסטי דיך פארפלאנטערט נישט וויסענדיג די מהות פון טורא קאלעזש. אנשטאטס טוישן קורס נאכ'ן געוואר ווערן די מציאות, פארסטי אריין אין די בלאטע.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

[tag]קאך_לעפל[/tag]

איך ליין דיין ארטיקל דיין באשילדיגונג אויף די וואס טיען עפעס פאר א לעיבן אן קענען אדער פארשטיין די לאגיק פון ביזנעס, עטליכע זאכן וואס לויפן מיר דורך מיין של ראש, איך האלט אז דו ביזט בכלל נישט גערעכט מיט דיין השערה, דו הייבסט אן פון ווארשע בודעפעסט שארעשפאטעק, לויפס אריבער צים פאוסט וועלט קריג, דערנאך צי די ביטעלס אירעה, דו קיקסט וויפיל אידן זענען דאן געוועין אין תפיסה, און מאכסט קאלקעלאציעס, דו פארזעיסט אבער עטליכע פונקטן.

ווען די עניות איז געוועין גרויס, מען האט געארבייט מבוקר עד צאת הנשמה, איז מען טאקע נישט געגאנגען און קיין תפיסות, דאס איז אמת, אבער נישט ווייל מען האט נישט געשווינדעלט, נאכווי מען האט, נאר די גאווערמענט איז נישט געוועין אזוי דערקעיגן, יעדער האט געשווינדעלט, אלעס האט געגעיבן כאבאר, יעדע פאליציי מאן האט גערן גענימען, פון אויבן ביז אינטען איז געוועין קאראפטירט.

ווען איך בין געוועין אינג, האט מען געוויסט פון מאפיע חיות, מען האט געציטערט פון א גרינע גארבידש טראק, קיינער ווייסט מסתם נישט וואס איך רעד, ווער ווייסט בכלל פון די פולטען פיש מארקעט, אדער די גארמענד אינדאסטרי, ווער געדעינקט בכלל ווען די באן איז געוועין אנגעפירקט פון אויבן ביז אינטען, מען האט געציטערט צי גיין סיי ווי עס האבן נישט געוואוינט קיין אידן, פון א פשוטע שחור איז געוועין אימת מות, מארד איז געוועין נארמאל אפילו ווייסע קאלנער.

צים ענין, היינט ציטאגס ווען מען האט זיך גענימען איבער די עקספעדייטארס וועסטו באשילדיגן די וואס ווייסן נישט בחייכון, די סיבה פארוואס מען האט דאס געטיען ליידער, איז ווייל יעדער האט געטיען, פארגעס נישט אז צווישן די אלע פארמישטע זענען געוועין רוב דיוועלאפער'ס אין די שִׁיטי, קיינער רעדט נישט אפילו דערפון, די עקספעדייטארס האבן נישט קיין אייגענע דזשאס אדער אייגען געלט, עס איז געוועין א געפערליכע דראנג עס צי טיען ווייל די וואס האבן נישט געניצט די באשילדיגטע האבן געווארט חדשים פאר א עפראוועל, דעיס בארעכטיגט נישט גארנישט, און איך זאג עס נאר לפי שיטות הדיסטריקט עטארני.

וואס וועסטו זאגן ווען מען וועט פליצלינג איין טאג אנהייבן אריין דרינגען און פארשידענע אנדערע שגץ שטיק וואס טייל פירן זיך צי טיען שוין עטליכע דורות, אויף יעדע ווינקעל וואס מען טיט זאל ג-ט אפהיטן אויב זענען זיי מחליט אז מען ברויך פאבליסיטי, מען ברויך דרינגענד ארעסטירן א פיפציג חברה זאל דער באשעפער האלטן אויפ אינז זיין יד רמא וזרועו הנטייה, ווייל אויב נישט זענען מיר אין תחת הגוגל, איך וויל נישט מאריך זיין בדיבור, אבער ווי זאגן זיי ווער ס'פארשטייט פארשטייט נישט.

די חברה זענען פאבליסיטי זיכער, אן קיין שום מידה אנישי, עבדים כי ימלוך, איך זאג זיי גם עליך יעבור כוס התרעלה, זיי וועלן סוף כל סוף אויך פאלן קרבן צי א אנדערע וואס וועט זיין בגוסטא פון פיפצען סקונדעס טעלעוויזיע.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

יאיר האט געשריבן:ער האט שוין לאנג נישט צו וועמען צו קומען.

ב''ה לא אלמן ישראל, עס איז דא וואוילע אידן וואס זענען גרייט לקבל פני משיח צדקינו

עס איז נעבעך דא אידן היינט וואס וויסען נישט וואס דאס הייסט אז מען דארף זיך גרייטן לקבלת פני משיח, מי דארף מיר מער זאגן דעם אני מאמין
פארשפארט