כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:עהרליך איז ער געווען מיט אן עקסטרעם, און נאך מער פון דער א תמים. תמימות'דיג אין פולען זין פון ווארט, געגלייבט יעדעם אויפן ווארט, אנגעפאנגן פון א ישיבה בחור'ל מיט א תפילין זעקל, ביז הויך-ראנקיגע נאציס, באקאנטע געשולטער ליגענערס ווי קורט בעכער און וויסליצעני. מ'האט אים געקענט פארקויפן די ברוקלין בריק און ער האט דיר נאך צוריקגעגעבן טשענזש די מאנהעטן בריק. דאס בערך איז דאך געווען וואס ער האט פארהאנדעלט מיט הימלער, ער האט געפלאסן געלט און זיי האבן אים באשאטן מיט הבטחות. האט ער זיי געכאפט ביי איין ליגענט האבן זיי אים פארגיטיגט מיט צוויי פרישע ליגענטס, און ער האט עס נאך געקויפט פאר גוט געלט. וואס הייסט, ער איז דאך ארויס מיט ריווח.
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:זיינע "פעולות הצלה", וואס קען דען ווייזן אויף גרעסערע נאיווקייט. די ציונים מיט זייער "טרעין פון די מיוחסים" האבן כאטש מצליח געווען מיט וואס זיי האבן געהאנדעלט. ס'איז א שאלה פאר זיך צו די צימצום הפעולה איז געווען א בחינה פון רבי יוחנן בן זכאי'ס 'תן לי יבנה וחכמיה' סטראטעגיע, צי ס'איז באמת געליגן אונטער דעם א שלאפערישע פוילקייט באפעפערט מיט סעלפישקייט. ס'איז נישט דא דער ארט פאר דער סוגיא. אבער ר' מיכאל בער, זיינע פראנטען, אפגעזען ווי עהרליך ער האט עס באמת געמיינט, איז געווען דורכגעפוילט מיט שלימזלות פון אנפאנג ביזן סוף.
כעלעם׳ר, דו צייגסט נישט אן פונקט וואס דו פאררעכנסט אלץ שלימזלות אין ר׳ מיכאל בער׳ס הצלה פרואוו אונטערנעמונגען, און דיין אפשאצונג אז ער איז געווען נאאיוו איז לגמרי נישט אין פלאץ. ער האט קליפ און קלאר פארשטאנען און פאראויסגעזען דעם חורבן, בזמן וואס כלל ישראל און עולם ומלואו זענען געווען בלינד מיט אפענע אויגן.
בנוגע זיינע פעולות, דארף מען געדענקן אז ער האט זיך אריינגעשליידערט אין די פארהאנדלונגען אן דעם וואס ער זאל האבן עפעס ממשות פארצושלאגן פון זיין זייט, און זיינע עיקר ווענדונגען זענען טאקע געווען אין ריכטונג פון פרובירן שאפן געלט אדער איבערצייגן די אזויגערופענע אידישע ארגאנאזאציעס בייצושטייערן אויסלייז געלט פאר׳ן ארטאדאקסישען ציבור.
קאסטנער ודוגמתו זענען געווען אין א פאזיציע צו אפיציעל פארהאנדלן, מיכאל בער ודוגמתו נישט.
קאסטנער איז אויך געווען א פאליטיקאנט, ער האט מציאות׳דיג אנגענומען די שוואכע שאנסן אז מען זאל נאך קענען עפעס ערנסט אויפטאן נישט מכח יאוש נאר אלץ א קאלטער ציניקער, און דערפאר זיך באצויגן צו זיין תפקיד אלץ פארמיטלער ווי א מאטעמאטיקער וואס רעכנט אויס וועלכע נומבערס האבן די בעסטע שאנסן. ער האט געזעהן זיין ראלע נישט אלץ בעל רחמים נאר אלץ אינטעלעקט, און אויב האנדלט זיך איבער ״צען טויזנט מיליטערישע טרעקלעך פאר אידיש בלוט״, האט ער געקליבן די סארט אידיש בלוט וואס ער האט געהאלטן אלץ מערסטענ׳ס וויכטיג (מ׳קען אים אפילו מדמה זיין צו מענגעלע אין דעם הינזיכט).
סיי ער און סיי די נאציס האבן גוט געוואוסט אז דער דיעל איז א דמיון (קיין איינער פון די מיליטערישע גרויסמאכטן וואלטן נישט צוגעלאזט אז דייטשלאנד זאל באקומען פרישע טרעקלעך פאר׳ן פראנט און קיין שום מדינה האט נישט געהאלטן ביים אריינעמען מאסן אידישע פליטים), אבער יעדער האט פרובירט ארויסצוקוועטשן פון די פארהאנדלונגען וואס נאר מעגליך. בעכער איז געווען א ביזנעסמאן אויסן צו מאכן געלט און אייכמאן איז געווען א ביוראקראט ממונה צו לייזן די אידן פראגע מיט׳ן גרעסטן מאס ארדענונג וואס נאר מעגליך, ס׳איז אים שטארק וויכטיג געווען אפצוקויפן די קאאפאראציע פון די אידישע פירער כדי צו פארזיכערן מינימאלע ווידערשטעלונגען. ביידע האבן געהאנדלט אונטער הימלער׳ס דירעקטיוו, און פארשטייט זיך אז ס׳איז געווען ידם על העליונה.
דאס זענען געווען די אומשטענדן פון די פארהאנדלונגען, קיינער האט זיך נישט גע׳נער׳ט, נישט די נאציס, נישט די ציונים, און נישט ר׳ מיכאל בער. פארקערט, אויב עפעס, האט ר׳ מיכאל בער באוויזן צו עטוואס זיין כאטש א מינדערוויכטיגער פיגור אינעם משא ומתן, נישט מכח טפשות, נאר מכח גדלות. ער איז געווען א ״טוער״, נישט קיין מענטש וואס זיצט מיט
פארלייגטע הענט, אפילו ווען ער האט גוט געוואוסט אז ער קומט מיט
ליידיגע הענט און אז די שאנסן אויפצוטאן (מיט לעהרע קעשענעס) זענען מינימאל.
נאכ׳ן חורבן, און סוף ימיו, האט אט די טרייבקראפט אים פאראורזאכט א טיפע דעפרעסיע, דער פאקט אז ער האט נישט אויספיעט אויפצוטאן עפעס ממשות׳דיג און די ידיעה אז מען וואלט ווען געקענט טאן מער, דער פאקט אז אינעם אמעריקאנער מדבר שממה האט ער זיך אנגעשטויסן אין שוועריגקייטן און אז די וועלט איז פארבליבן ״קאלט״ צום אידישן (חרדי׳שן) פאלק, האט אים גייסטיש פאראלאזירט און ענדגילטיג צובראכן דאס ביסל שבר כלי וואס איז נאך יא פארבליבן פון זיין לעבנסשאפט און כאראקטער.
כאן, חבל טבור הארץ.