גיין אין קאלעדש און לערנען א פאך
- ר' שלמה אבן גבירול
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
- האט שוין געלייקט: 177 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
גיין אין קאלעדש און לערנען א פאך
אין די אשכול איז שוין בדרך אגב געווארן אביסל אויסגעשמועסט, אבער אויף א צעמישטן אופן, דעריבער עפן איך אויף דא א פרישע אשכול וואו איך וועל פרובירן צוזאמען צונעמען אלעס וואס מען האט שוין געשמועסט ביז אהער, און פארשטייט זיך כ'וועל פרובירן משלים כפי יכולת, און נאכער וועט האפנטליך די עולם צולייגן זייערע עקספריענס.
לאמיר קודם בקיצור נמרץ איבערגיין וויאזוי די קאלעדש סיסטעם ארבעט אין די וועלט
צום ערשט גייט מען סקול, ווען מען ענדיג סקול, הייבט מען אן היי סקול, וואס מען לערנט דארטן, איז בכלליות לימודים וואו צב"ש מעטאמאטיק, און היסטאריע. ווען מען געראדואירט פון היי סקול, באקומט מען א היי סקול דיפלאמע, און דערנאך קען מען אריינגיין אין קאלעדש.
אין קאלעדש אליינס איז דא בכלליות דריי דרגות, צום ערשט לערנט מען פיהר יאר צו באקומען א בעטשלער'ס דעגרי, און בעטשלער'ס דעגרי איז דא גאר אסאך סארטן, די געווענליכע לערנט מען אויך נאר בכלליות'דיגע למודים אזוי ווי אין היי סקול נאר אויף א העכערע לעוועל, וואו אויך איז דא, בעטשלער'ס וואס איז ספעציעל געמאכט צו לערנען א פאך, וואו צב"ש פראגרעמינג, א נורס טעקנישאן, וכו'. איינמאל מען האט די בעטשלער'ס דעגרי, קען מען גיין ווייטער און ארויסנעמען א מעסטער דעגרי, עפ"ר איז די מעסטער דעגרי אויסגעשטעלט צו קענען באקומען א דשאב, וואו צב"ש סאושעל וואורקער, אקאונטינג, וכו'. וואס קען נעמען צווישן צוויי אין פיהר יאר, ווענדט זיך וועלכע מעסטער די נעמסט. דערנאך ווען מען האט שוין א מעסטער דעגרי, קען מען גיין צום לעצטן אין העכסטן שטאפל און ארויסנעמען א דאקטערל דעגרי.
נאך א נקודה פאר מען גייט ווייטער, כמעט אלע דעגריעס קען מען היינט ארויסנעמען אנליין אן דארפן אראפגיין צו א קלאס. ווידעראום ביי א דאקטורעל דעגרי וועט זיך יא אויספעהלן אראפצוקומען, אבער אויך נאר פאר צוויי וואכן דורכאויס א גאנצע זמן. (אחוץ א MD דארף מען יא געהעריגע קלאסן, ופשוט הוא)
קאלעדש ביים היימישן עולם
מען האט שוין געשמועסט, אז ס'איז טורא קאלעדש, וואס ארבעט פונקט וואו א געהעריגע פראפעשאנעל קאלעדש, און איז געאיינגנט פאר היימישן עולם. וואו אויכעט איז שוין היינט דא TTI, וואס גיבט קלאסן אויך אין מאנסי. אויכעט האבן מיר The New Seminary, איך מיין אז ס'איז דא נאך אפאר, וואס איך געדענק נישט יעצט
יעצט וועל מיר רעדן למעשה וועגן א דשאב
האבן א פראפעשאנעל דשאב האט גארנישט מיט גיין אין קאלעדש. אמת צומאל קען מען נישט באקומען די דשאב אן גיין אין קאלעדש, דעמאלט דארף מען גיין און פארדעם איז טאקע היינט גענוג היימישע וואס שטעלן עס צו, וואו אויך האבן מיר שוין געשמועסט אז מען קען אלעס מאכן אנליין. אבער סתם צוזאמעשטעלן די צוויי, אויב נישט קאלעדש איז נישט דא קיין דשאב, איז נישט ריכטיג. און איך וועל פרובירן אדורכצוגיין איין דשאב נאכ'ן צווייטן, און זעהן ווי אזוי דעגרייכט מען איר.
פראגרעמינג
לוינט זיך נישט צו גיין אין קאלעדש, די בעסטע וועג איז מען לערנט זיך דורך בוקס און ווידיאוס, פאר צוויי חדשים, דערנאך שרייבט מען זיך איין בי בי ענד עידש', אלס א בעגגינער.
אקאונטינג
איז די איינציגסטע וועג דורך גיין אין קאלעדש, ווענדט, אויב די האסט שוין א ישיבה קאלעדש דעגרי. אויב האסטו א ישיבה קאלעדש דעגרי, דעמאלט איז דא היבש דריי קאמפאניס, וואס שטעלן צו קאלעדש קלאסן ספעציעל פאר'ן היימישען עולם, ס'נעמט בערך פופצן חדשים.
אויב האסטו נאכנישט קיין בעטשלער'ס, איז די גרינסטע צו מאכן א בעטשלער'ס דורך טי טי איי, ס'נעמט בערך א יאר, און קאסט צווישן צעהן און צוועלף טויזענט דאלער
ספעשל עד
מוזסטו אויך גיין אין קאלעדש
דא דארף מען וואוסן פונקטליך די מצב, צו וויסן וועלכע קאלעדש איז די בעסטע, טי טי איי, אדער טורא, אדער די ניו סעמענערי
דיזייניג
מען קויפט א קאמפיוטער, און מען לערנט זיך אויס פאוטאשאפ וכו'. און מען שפילט זיך ארום, מען הייבט אן צו מאכן זאכן, ביז מען קומט אריין אין די ליין
ריעל עסטעיט און מארגעטש
ביידע דארף מען נעמען א קליינע קורס, און דשאסט מאכן א טעסט ביי די שטאט, און נאדיר אז די פעסט באקומסטו לייסענס
סאושעל וואורקער
ווענד זיך אויך צו מען האט שוין א ישיבה דעגרי, און מען קען עס מאכן סיי ביי טורא און סיי בי די ניו סעמענערי
לויער
אופס! מוז מען ביזדערווייל גיין געהעריג אין קאלעדש
בוקיפער
לערן דיר אויס קוויקבוקס און בעיסיק קאמפיוטער, טעיק עי דשאב, און ארבעט דיר ארויף
סעילסמאן
דארפסטו פשוט ליינען פון און סערטשען, טיפס און טריקס, פאר א סעילסמאן, גיין אפשר צו קורסעס דא דארט, באט ס'האט גארנישט מיט קאלעדש
מענעדשער
דשאסט טעיק עי דשאב און ארבעט דיר ארויף
אינדשעניר
דארף מען אויך גיין אין קאלעדש, דוכט זיך די היימישע שטעלן דאס אויך צו
די פראבלעם:
רוב היימישע יונגעלייט האבן חתונה, גייען אין כולל, און נאר ווען מען איז שוין געדרוקט, מען האט שוין צוויי קינדער, די ווייב קען שוין נישט ארבעטן גייט מען זוכן א דשאב. וואס געשעהנט איז א דאמינאו אפעקט, ער דארף יעצט גיין אנהייבן בויען א קעריערע, דאס מיינט געווענליך אז ער וועט קוים דעקן די בודשעט, און פארשטייט אז ער האט שוין נישט קיין צייט צו גיין זיך לערנען עפעס א נאמאלע פאך, און ווער רעדט נאך פון האבן געלט דערפאר. וואס געשעהנט איז, אז ער הייבט אן נאך צו לויפן זיין בודשעט, ער גייט ארבעטן ערשט ארבעטן ווען ער מוז שוין עמערשענסי האבן געלט, און ער דעקט קוים די בודשעט, נאכער ווען ער הייבט שוין אן צו מאכן אביסל מער געלט, איז שוין זיינע עקספענסעס לאנג געוואקסן וואו אויף הייווען, אזוי אז א גאנץ לעבן לויפט ער נאך צו דעקן די בודשעט.
ס'איז דא ב"ה גענוג סורסן ביים היימישן עולם זיך צו לערנען א נארמאלע פאך, די זאך איז ס'נעמט נאר גאר אסאך צייט, און גאר אסאך געלט. און נאכדעם וואס מען קען שוין א פאך נעמט געוועליך מינומום צוויי יאר, ביז עמן הייבט אן צו ווערן עקספריענס און מען הייבט אן צו מאכן געלט.
די פראבלעם איז די יונגערמאן וואס דערמאנט זיך צו שפעט ווען ער האט שוין נישט די צייט אין די געלט זיך צו לערנען עפעס נארמאל.
די עצה
פשוט מקדים זיין די רפואה פאר די מכה, תיכף א יונגערמאן האט חתונה, (וואס אסאך טוהן טאקע אזוי) ווען די ווייב ארבעט נאך, גיי לערנען דיר א פאך, ווילסט לערנען אין כולל נאו פראבלעם, אבער אין די זייט לערנען דיר א פאך, מאך זיכער צו באקומען די עקספריענס דערין, און אזוי ארום וועסטו עס האבן גרייט, ווען די ברויכסט עס.
--
איך בין זיכער ס'איז נאך דא אסאך צו רעדן, איך האב עס נאר אנגערירט אויפן שפיץ גאפל, און אז די עולם וועט אנהייבן רעדן, וועט זיך עס האפנטליך צוביסלעך אויסקלארן

-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- ר' שלמה אבן גבירול
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
- האט שוין געלייקט: 177 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:למשל וועט איר גייט אפלייען פאר א דשאב אין IBM און אויף דיין רעיזעמעי שטייט אז די האסט גראדאורט אין טורא קאלאדש.... ווייס איך נישט צו זיי וועלן בכלל אנקוקען דיין רעזעמעי ......
צו באקומען א דשאב אין IBM דארפסטו בכלל נישט האבן א קאלעדש דעגרי, זיי פארלאנגען א סימפל סערטיפיקעט דורך comTIA,
איין מינוט... פאר די שרייבסט דיר איין...
יעדע איינער וואס קוקט נישט אויס וואו די אלגעמיינע גוי, צו ס'זאל זיין אן אראבער מיט א פאטשיילע אדער א חסידישע איד מיט בארד און פיאות, איז אים שווערער צו באקומען א דשאב ביי פראפעשאנעל גאוישע קאמפאניס. נאכאמאל, מען קען זיכער באקומען, אבער עס איז פילפאכיג שווערער.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
ר' שלמה, שכוח פאר עפענען די אשכול.
מיינע קליינע הערות,
א. די ערשטע דעגרי וואס מ'באקומט אין קאלעזש איז אן עססאסיעט דעגרי וואס נעמט צוויי יאר.
ב. א בעטשלערס איז לאו דווקא אין א ספעציפישע סובזשעקט. מ'קען נעמען, למשל, א בעטשלערס וואס קאנסענטרעיט אין ביזנעס און נאכדעם נעמען א מעסטערס אין אקאונטינג, פיינענס אדער ביזנעס לאו וכדומה.
ג. אסאך פראפעשענס מוז מען נישט האבן א דעגרי. למשל א טעראפיסט קען זיין פונקט אזוי גוט אן א דעגרי, די דעגרי העלפט נאר אז אזוי קען מען זיין לייסענסט און פארדינען מער. די זעלבע איז מיט אקאונטינג. מ'מעג מאכן טעקס רעטורנס אפילו מ'איז נישט א cpa.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
ביי די היימישע ציבור איז דא פיל פיל מער וואס האבן געלט אן קיין דעגרי.
א ביזנעס מיט א דעגרי איז געווענדליך א ארבעט וואס ווערט באצאלט אויף די שעה.
און ס'איז נאר דא 24 שעה אין א טאג.

I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
דיכט זיך מיר אז אין מאנסי איז דא א כולל וואס פארלאנגט און צאלט נאר אויב מען גייט פארנאכטס אין א סקול פאר סיי וואספארא פראפעשן,
איך קען איינער וואס איז געווארן א עקאנטענט פון יענע כולל,
איך וועל פריוון געוואויר ווערן די נאמען,
איך מיין אז דאס איז א איידיע פון עפעס א עושר א פילאנטראפ.
א געוואלדיגע זכות

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
הקטן האט געשריבן:ביי די היימישע ציבור איז דא פיל פיל מער וואס האבן געלט אן קיין דעגרי.
א ביזנעס מיט א דעגרי איז געווענדליך א ארבעט וואס ווערט באצאלט אויף די שעה.
און ס'איז נאר דא 24 שעה אין א טאג.
ס'זייער שווער צו זאגן.
די פארשטייסט אז איינער זאל זאגן מ'דארף נישט קיין דעגרי והא ראי' איך האב געוואנען די לאטערי אן א דעגרי, האט ער גערעדט שטותים ווייל מ'קען נישט לעבן מיט אזא חשבון ווייל אין סומכין על הנס. יונגעלייט וואס זענען מצליח איז איינע פון די פאלגענדע: 1) מ'האט א פראפעשאן און מ'באקומט שיין באצאלט, 2) די טאטע/שווער האט א גוט גייענדע ביזנעס און די זון/איידעם ריקט זיך אריין 3) מ'האט פון ווי צו נעמען געלט כדי צו אינוועסטירן און אויפבויען א ביזנעס, אדער 4) מ'האט מזל און מ'געווינט די לאטערי אדער קומט פונקט אינטער א געלעגענהייט שלא כדרך הטבע.
יעצט גיי איבער די ליסטע פון די וואס האבן "פיל מער געלט אן א דעגרי" און קוק וויאזוי זיי זענען נתעשר געווארן. פאר א יונגערמאן וואס האט נישט קיין עלטערן מיט א עסטעבלישט ביזנעס, אדער וואס קענען אים העלפן אויפבויען א ביזנעס, בלייבט נאר די אפשען פון זיך לערנען א פאך אדער גיין צו בי ענד עידזש.
נאך א פונקט. די קוקסט אן פאר א חסרון אז מיט א דעגרי ווערט מען באצאלט אויף די שעה. אז מ'קען באקומען $100-$200 א שעה, איז אזוי שלעכט?
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
הרבה נשאר בקולמוסי, אבער כ'וויל בלויז צולייגן מעט מזעיר צו שלמה'ס ארבעט:
עקטשוערי
א גוט צאלנדע דזשאב וועלכע מ'קען באקומען אויב גייט מען אין קאלעדזש פאר א מאטעמאטיקס דעגרי, און מ'נעמט דערנאך די גאווערמענט עקטשוערי טעסטס.
פארמאסיסט
ברויך א קאלעדזש דעגרי.
דאקטאר, אדער עכ"פ פיזישענס עסיסטענט
קאלעדזש דעגרי און גאווערמענט טעסטס.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
What degrees are appropriate to an actuarial career? Are jobs in the actuarial field limited solely to individuals with an actuarial science/math/statistics degree?
Actuarial science, math, statistics, economics, business and finance degrees are all good training for an actuarial career. However, actuaries come from a variety of educational backgrounds. Actuaries may have majors in areas such as operations research, physics, engineering, and even fine arts.
While majoring in actuarial science or math in college will benefit someone wanting to be an actuary, you are not required to major in these fields to be an actuary. It is the ability to pass actuarial exams that determines if one is eligible to enter the profession. If you are able to pass one or more of the preliminary exams, that will demonstrate to potential employers that you have the aptitude, interest, and commitment to be an actuary, regardless of your major.
- See more at: http://www.beanactuary.org/study/?fa=ed ... vC0HZ.dpuf

האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
שמעון וואלף האט געשריבן: 2) די טאטע/שווער האט א גוט גייענדע ביזנעס און די זון/איידעם ריקט זיך אריין 3) מ'האט פון ווי צו נעמען געלט כדי צו אינוועסטירן און אויפבויען א ביזנעס
יעצט גיי איבער די ליסטע פון די וואס האבן "פיל מער געלט אן א דעגרי" און קוק וויאזוי זיי זענען נתעשר געווארן. פאר א יונגערמאן וואס האט נישט קיין עלטערן מיט א עסטעבלישט ביזנעס, אדער וואס קענען אים העלפן אויפבויען א ביזנעס, בלייבט נאר די אפשען פון זיך לערנען א פאך אדער גיין צו בי ענד עידזש.
איז לאז מיך דיך פרעגן, האט דער טאטע אדער שווער א דעגרי?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- ר' שלמה אבן גבירול
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
- האט שוין געלייקט: 177 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
שמעון וואלף האט געשריבן:ר' שלמה, שכוח פאר עפענען די אשכול.
מיינע קליינע הערות,
א. די ערשטע דעגרי וואס מ'באקומט אין קאלעזש איז אן עססאסיעט דעגרי וואס נעמט צוויי יאר.
ב. א בעטשלערס איז לאו דווקא אין א ספעציפישע סובזשעקט. מ'קען נעמען, למשל, א בעטשלערס וואס קאנסענטרעיט אין ביזנעס און נאכדעם נעמען א מעסטערס אין אקאונטינג, פיינענס אדער ביזנעס לאו וכדומה.
ג. אסאך פראפעשענס מוז מען נישט האבן א דעגרי. למשל א טעראפיסט קען זיין פונקט אזוי גוט אן א דעגרי, די דעגרי העלפט נאר אז אזוי קען מען זיין לייסענסט און פארדינען מער. די זעלבע איז מיט אקאונטינג. מ'מעג מאכן טעקס רעטורנס אפילו מ'איז נישט א cpa.
א. אמת ס'איז דא אן עססאיעט דעגרי, וואו אויך איז דא א פאסט בעטשלער'ס דעגרי. אבער מען מוז עס נישט אדורכגיין. ס'איז נאר געמאכט פאר ספעציעלע למודים
ב. אמת, יישר כוח פאר צולייגן
ג. איך וואלט נישט געגאנגען צו א טעראפיסט וואס איז נישט לייסענס, (אפשר צו א היימישער איד וואס כ'קען פרעזענליך און איך בין הונדערט פראצענט זיכער אז ער איז גוט). א אקאונטענט ביסטו גערעכט, אבער מען איז ווערט דאפעלט אויב מען האט א CPA. א באנק וועט נישט געווענליך האנדלען נאר מיט א לייסענס CPA
- ר' שלמה אבן גבירול
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
- האט שוין געלייקט: 177 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
יידל האט געשריבן:הרבה נשאר בקולמוסי, אבער כ'וויל בלויז צולייגן מעט מזעיר צו שלמה'ס ארבעט:
עקטשוערי
א גוט צאלנדע דזשאב וועלכע מ'קען באקומען אויב גייט מען אין קאלעדזש פאר א מאטעמאטיקס דעגרי, און מ'נעמט דערנאך די גאווערמענט עקטשוערי טעסטס.
פארמאסיסט
ברויך א קאלעדזש דעגרי.
דאקטאר, אדער עכ"פ פיזישענס עסיסטענט
קאלעדזש דעגרי און גאווערמענט טעסטס.
יישר כוח יידל
עקשוערי
קען מען לערנען אויך אנליין
פארמאסיסט
קען מען אויך לערנען אנליין, און דארף נישט צו זיין א שווערע זאך פאר א היימישער יונגערמאן, וואו אויך איז דא דשאב'ס אוועילעבל
עם די דאקטער דעגרי
דאס איז שוין אביסל שווערער, און פאר א יונגערמאן מיט בארד און פיאות, וועט לכאורה זיין, זייער זייער שווער צו קענען טרעפן א דשאב.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
[tag]יאיר[/tag] און אזוי אוי ר' שלמה: אזוי אויך מוז א לויער נישט גיין אין קאלעדזש, ער דארף נאר פעסן די באר עקזאמען, און אן עקאונטעט מוז נאר פעסן די שטאטישע עקזאמען, וכן הלאה והלאה. די מציאות איז אז די איבערוויגנדע עקטשועריס (אויב נישט אלע) האבן באקומען זייער מאטעמאטיק עדיוקעישאן אין קאלעדזש. כ'האב נישט געזאגט אז *מ'מוז* האבן א דעגרי, נאר אז מיט א דעגרי קען מען ווערן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איך קען מער ווי איין היימישע M. D. איינער איז א אנקאלאדזשיסט, איינער א אנאסטיזשעאלאדזשיסט, איינער אן ארטאפעדיק סערדזשאן און איינער א פסיכיאטר. עס איז נישט שווערער פאר א היימישע ווי עס איז פאר עני אנדערע אמעריקאנער. מ'דארף א גוטע קעפל און א שטארקע התמדה.
בד"וו איך קען איינער וואס איז געגאנגען פאר א דעגרי אין פאליטיקל סייענס (איך בין נישט זיכער אויב ער האט עס געענדיגט). א היימישע פרוי מיט א Ph. D אין בייאוקעמעסטרי. עס זענען דא נאך אסאך פעלדער וואס מ'קען זיך לערנען, עס מוז נישט זיין דווקא די טיפיקעל היימישע דזשאב.
.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
הקטן האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן: 2) די טאטע/שווער האט א גוט גייענדע ביזנעס און די זון/איידעם ריקט זיך אריין 3) מ'האט פון ווי צו נעמען געלט כדי צו אינוועסטירן און אויפבויען א ביזנעס
יעצט גיי איבער די ליסטע פון די וואס האבן "פיל מער געלט אן א דעגרי" און קוק וויאזוי זיי זענען נתעשר געווארן. פאר א יונגערמאן וואס האט נישט קיין עלטערן מיט א עסטעבלישט ביזנעס, אדער וואס קענען אים העלפן אויפבויען א ביזנעס, בלייבט נאר די אפשען פון זיך לערנען א פאך אדער גיין צו בי ענד עידזש.
איז לאז מיך דיך פרעגן, האט דער טאטע אדער שווער א דעגרי?
איך רעדט פון היינטיגע צייטן. אמאל איז געווען גרינגער. אויפצובויען א ביזנעס האט נישט פארלאנגט אזוי סאך געלט און ס'איז געווען גרינגער צו באקומען הלוואות. אויך מיט ריעל עסטעיט האט מען געקענט קויפן און באקומען א מארגעדש, מיט דריידעלעך, פאר'ן פולען פרייז.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
הוגה האט געשריבן:איך קען מער ווי איין היימישע M. D. איינער איז א אנקאלאדזשיסט, איינער א אנאסטיזשעאלאדזשיסט, איינער אן ארטאפעדיק סערדזשאן און איינער א פסיכיאטר. עס איז נישט שווערער פאר א היימישע ווי עס איז פאר עני אנדערע אמעריקאנער. מ'דארף א גוטע קעפל און א שטארקע התמדה.
בד"וו איך קען איינער וואס איז געגאנגען פאר א דעגרי אין פאליטיקל סייענס (איך בין נישט זיכער אויב ער האט עס געענדיגט). א היימישע פרוי מיט א Ph. D אין בייאוקעמעסטרי. עס זענען דא נאך אסאך פעלדער וואס מ'קען זיך לערנען, עס מוז נישט זיין דווקא די טיפיקעל היימישע דזשאב.
.
נאר פאר איינעם אדער איינע וואס רופט זיך דאקטאר, און האט נישט קיין מ.ד. דיגרי, נאר א "פי.עיטש.די.", זאל זיין אין פאליטיקל סייענס אדער סייקאלאדזשי, האב איך ווייניג רעספעקט. ווייל איך פיהל ווי יענער וויל דא עמיצן אפנארן...
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
יידל האט געשריבן:[tag]יאיר[/tag] און אזוי אוי ר' שלמה: אזוי אויך מוז א לויער נישט גיין אין קאלעדזש, ער דארף נאר פעסן די באר עקזאמען, און אן עקאונטעט מוז נאר פעסן די שטאטישע עקזאמען, וכן הלאה והלאה. די מציאות איז אז די איבערוויגנדע עקטשועריס (אויב נישט אלע) האבן באקומען זייער מאטעמאטיק עדיוקעישאן אין קאלעדזש. כ'האב נישט געזאגט אז *מ'מוז* האבן א דעגרי, נאר אז מיט א דעגרי קען מען ווערן.
לגבי לויער דארף מען טאקע נישט קיין דעגרי אבער מ'מוז לכה"פ האבן געארבעט אין א לאו אפיס. וועלכע לויער וועט הייערן איינער ארויס פון ישיבה? לגבי אקאונטינג ביסטי נישט גערעכט. צו באקומען א לייסענס דארף מען א מעסטערס דעגרי.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
כדי צו קלאר מאכן. עס איז דא א חילוק פון לייסענס און סערטיפיקעטס. לייסענס געט די סטעיט און יעדע סטעיט האט זייער אייגענע ליסט פון פראפעשנס וואס זיי געבן א לייסענס. אזוי אויך האט יעדע סטעיט זייער אייגענע פארלאנגען וואס מען דארף נאכקומען, אריינגערעכנט יא אדער נישט גיין אין קאלעדזש. די סטעיט האט אויך סערטיפיקעטס אבער עס טראגט נישט דעם זעלבן כוח ווי א לייסענס. אין ניו יארק סטעיט די ליסט פון לייסענסד פראפעשנס און ווי אזוי צו באקומען קען מען זעהן דא.
http://labor.ny.gov/stats/lstrain.shtm
פון די אנדערע זייט זענען פארהאן כל מיני סערטיפיקעטס פון ארגאניזאציעס וואס סערטיפייען מענטשן וואס קומען נאך זייערע פארלאנגען. אסאך מאל איז די סערטיפיקעט גארנישט ווערט, אסאך מאל געט אביסל מערכת קרעדיביליטי, אסאך מאל מוזר מען עס האבן. למשל אין ניו יארק סטעיט איז נישטא קיין לייסענס אדער סערטיפיקעט פאר אן עקטשוערי. אבער עס איז דא סערטיפיקעט פון אן ארגאניזאציע. אויב האט מען נישט קיין סערטיפיקעט איז זייער שווער צו טרעפן א דזשאב ווייל די אינדוסטרי האט אפגעמאכט אז אזוי דארפן זיי נישט נאכזוכן יעדן אפליקאנט וואס ער קען, מיט א סערטיפיקעט ווייסט מען אז א געוויסע מינימום האט דער אפליקאנט. פון די אנדערע זייט למשל, זענען דא זייער אסאך IT סערטיפיקעטס וואס זענען ממש גארנישט ווערט.