פון ווען איך געדענק מיר לעבן אויף דעם וועלט זענען אין די סטארס געווען צו באקומען אזא פעקעלע פון 5 פיר עקעדיגע רויטע קענדיס (פאר די צומישטע: 5 קענדיס מיט 4 עקען) , מ'פלעגט עס רופן טשו טשו'ס. ס'געווען א נאש ממש אוט אוו דיס ווארלד! איך מיין אז בלום פלעגט עס ארויסגעבן (10% זיכער, נישט מער) איך בין געווען אזוי אדיקטעד דערצו אז נאר!
ווען איך האב נאר געהאט 25 סענט אין מיין טאש בין איך שוין געשטאנען אין גראסערי אין די ליין מיט מיין פעקעלע טשו טשו'ס, די שפייאכטס פלעגן אזש רינען נאר טראכטענדיג דערפון.
אזוי האט אנגעהאלטן יארן. איין טאג - אפשר 10 יאר צוריק? - איז ער מיר פשוט פארשווינדען געווארן.
נאך איינער בענקט זיך?
איך בין וויליג צו צאלן שיין פאר איינעם וואס קען צוריקברעגען מיין אזוי באליבטע טשו טשו'ס. כ'מיין עס ערנסט אפילו איך שרייב עס דא אינעם שמייכל אפטיילונג.
וואו זענען מיינע טשו-טשו'ס???
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל
וואו זענען מיינע טשו-טשו'ס???
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
דער אשכול פארמאגט 46 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן