זאכן וואס כ'וויל וויסן
chusid האט געשריבן:וואס טראכט א נישט רעליגיעזע מענטש ווען ער זעט אז זיין לעבן האלט זיך ביים ענדיגן? זיין מציאות גייט ווערן אויס און ס'בלייבט נישט א איך--א פחד--,איז וויאזוי גייט ער אן?
וואס פונקטליך ווילסטו ס'זאל זיין זיין פחד? אויב גייט ער פשוט ווערן אויס איז וואס איז דא מורא צו האבן. ווילאנג ער איז דא איז ער דא און ווען ס'איז פארטיג איז דערנאך (לשיטתיה).
[left]Mark Twain[/left]
[left]
[left]
[/left]I do not fear death. I had been dead for billions and billions of years before I was born, and had not suffered the slightest inconvenience from it
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
איך ווער אלס שרעקליך נתפעל פון טוועינ'ס מהלך אין אראפלייגן זאכן באריכות סרקסטי נורא, ער רעדט לאנג, ערענסט און טרוקן, און איז משום איזה סיבה גאוניש פאני, זעה דא למשל.
האט דאס אן אפיציעלע נאמען? איז עס פשוט 'טרוקענע הומאר'?
האט דאס אן אפיציעלע נאמען? איז עס פשוט 'טרוקענע הומאר'?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 878
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
- האט שוין געלייקט: 1386 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:chusid האט געשריבן:וואס טראכט א נישט רעליגיעזע מענטש ווען ער זעט אז זיין לעבן האלט זיך ביים ענדיגן? זיין מציאות גייט ווערן אויס און ס'בלייבט נישט א איך--א פחד--,איז וויאזוי גייט ער אן?
וואס פונקטליך ווילסטו ס'זאל זיין זיין פחד? אויב גייט ער פשוט ווערן אויס איז וואס איז דא מורא צו האבן. ווילאנג ער איז דא איז ער דא און ווען ס'איז פארטיג איז דערנאך (לשיטתיה).
דו קענסט רילעיטען צו דעם? ווערן אויס אינגאנצן און זיין רואיג?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
ווער זאגט אז דו קענסט נישט? אונז זעמיר געוואויט צו טראכטן פון נאכן טויט מער ווי פונעם לעבן זעלבס ממילא איז נישט גרינג זיך אויסצומאלן א געדאנקענסגאנג פון אן אנדערע קוק ווינקל. ביי די סארט מענטשן וואס דו האסט דערמאנט, ביי זיי ענדיקט זיך צוזאמען מיטן לעבן דער באנק-ביכל, קרעדיט קארד סטעטמענטס, פאון בילס, נדרים ונדבות, אלע התחייבות'ן ענדיגן זיך מיטן לעצטן אטעם. וואס האט אזא מענטש זיך צו זארגן.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
דאס זאג איך דאך אז ס'איז בעצם נישטא קיין חילוק אבער איידערן פראבלעם פון נישט געבוירן ווערן איז נישט געווען קיין הכרה איז מ'איז נישט געבוירן געווארן, ס'איז פשוט נישט געווען ווער ס'זאל האבן פחד, יעצט אז מ'לעבט איז דאך אויס בעיה, פונקט ווי אן עושר וואס איז געווען אן ארימאן.
אבער איידערן שטארבן איז יא דא אן הכרה אז מ'גייט שטארבן און דאס שאפט א פחד. נאכן שטארבן איז טאקע אויס מיטן פחד/פראבלעם.
אבער איידערן שטארבן איז יא דא אן הכרה אז מ'גייט שטארבן און דאס שאפט א פחד. נאכן שטארבן איז טאקע אויס מיטן פחד/פראבלעם.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
איך האב נישט געפרעגט פארוואס פארן געבוירן ווערן איז נישטא קיין פחד. מיין שאלה איז פאר די וואס האבן מורא טראכטנדיג פון דעם געדאנק אז אמאל גייט ער מער נישט זיין דא, פארוואס שטערט יענעם נישט פונקט אזוי "יעצט" אז אמאל איז ער בכלל נישט דא געווען.
און דער תירוץ פאר דעם איז פשוט. כי לא מחכמה שאלת זאת, ס'קומט נישט פון ראציונאלע מחשבות די פחד וואס מענטשן האבן פונעם טויט ממילא פאר דעם וועם דער מוח איז אים שליט על הלב איז דער פחד בכלל נישטא.
(איך רעד פון דעם פחד מוות, נישט פון יראה ממה שאחרי המוות כמובן)
און דער תירוץ פאר דעם איז פשוט. כי לא מחכמה שאלת זאת, ס'קומט נישט פון ראציונאלע מחשבות די פחד וואס מענטשן האבן פונעם טויט ממילא פאר דעם וועם דער מוח איז אים שליט על הלב איז דער פחד בכלל נישטא.
(איך רעד פון דעם פחד מוות, נישט פון יראה ממה שאחרי המוות כמובן)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 878
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
- האט שוין געלייקט: 1386 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:איך האב טאקע פארזעהן די נקודה. ס'איז אבער א גרויסע חילוק, אן ארימאן ליידט בשעת זיין ארימקייט, ובכן דער פחד פאר ארימקייט. א טויטער ליידט נישט פון זיין נישט לעבן, איז ער דעמאלס פונקט ווי א איינער וואס איז קיינמאל בכלל נישט געבוירן געווארן.כי החיים יודעים שימותו, והמתים אינם יודעים מאומה
לאמיר ברענגען א דוגמה ווי ס'איז נישט קיין סתירה צו אונזערע השקפות, אויב מען דארף דיר ל"ע לייגן אין א קאמע פאר 35 יאר מאיזה סיבה שהוא, וויאזוי וואלסטו געפילט די וואכען בעפאר? טויט איז סאך ערגער איך פראביר נאר ממחיש צו זיין...
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
און די צייטונגען ווערט די וואך באריכטעט א רוגזה אויף עיר בערלין נאכדעם וואס זיי האבן געהאט פארשפראכן פאר א גרופע לעלוב'ע חסידים אז זיי גייען קענען דאווענען אויפן פליגער און למעשה היות אנדערע פאסאדזשירן האט עס געשטערט האט מען זיי אפגעשטעלט.
פארשטייט איינער אויף וואס מ'איז דארט ברוגז? יענער גוי איז מחויב צו הערן קדיש? האט עיר בערלין דען נישט געטאן די פאסיגע זאך?
פארשטייט איינער אויף וואס מ'איז דארט ברוגז? יענער גוי איז מחויב צו הערן קדיש? האט עיר בערלין דען נישט געטאן די פאסיגע זאך?
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
גראדעמעכעלע האט געשריבן:וואס איז פשט אין דעם אוניווערסעלען מנהג פון גיין מיט אונטערוועש? פאר וואספארא גוט יאר פעלט דאס אויס?
[tag]גראדעמעכעלע[/tag], וואס פאלט דיר עפעס ביי אז עס אן אוניווערסאלע מנהג?
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
chusid האט געשריבן:ווען האט יוניפארם אנגעהויבן שפילן א ראלע אין די יודישע רעליגיע ווי למשל אז יודן וואס האלטן פון מהלך העבודה פון בעש"ט גייען מיט א fur hat יעדע שבת? אפשר זאלן אלע יודן וואס זענען מהדר אויף אריזאנע ווייטץ גיין מיט פלארשיין- Floorshein קאמפעני שיך?
גראדע די שטריימל האט ניט קיין שייכות צום בעשט ווארום די גר"א איז אויך געגאנגען מיט א שטריימל און עד היום גייען די פרושים אין ירושלים מיטן שטריימל,
די מעשה פון 500 איז נישט באקאנט פאר רוב עולם די מעשה איז אזוי.
מיט יארן צוריק האט די גאווערמענט אוועק גענומען א גרויסע שטח פון יענע גאס פאר פובליק האוזינג, אינקלאדיד סאטמאר רבס הויז, אבער פאר רבי בנימין הערש בערקאוויטש האט זייער געבאדערט אז מ'גייט אראפ ווארפן די הויז און בויען דארט הייזער האט ער מיט די הילף פון ר' משה דוד נידערמאן געפוילט אז מ'זאל עס מאכן פאר א לענדמארק. און די גאווערמענט האט אבער געוואלט האבן עמיצער זאל זיך אפגעבן דערמיט אין עס מעינטענען, וואס אויף דעם האבן זיך די צוויי אויבן דערמאנטע אונטער גענומען
אבער היות לעצטענס איז דער הויז געווען און א סכנה צוזאם צו פאלן און מ'האט געדארפט אריין לייגן דערין גרויס געלט האבן זיי עס פאר קויפט פאר משה שמואל זופניק וואס האט עס איבערגעבויעט און אריין געברענגט אלע פורניטשער וואס ס'איז דארט געווען בימיו פונעם סאטמאר רב וואס ער האט אייביג געהאט ביי זיך און בוידעם און אויך עטליכע חפצים און ספרים וואס פלעגט אלץ ליגן דארט אויפן טיש.
א קיצור דער הויז קוקט יעצט אויס פונקט ווי דעמאלטס מיט זייער אסאך ארגינעלע חפצים.
אפאר בילדער אינעם הויז