מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע

שליחה דורך שלום בערגער »

חברה, כ'האב אנגעשריבן א שטיקל אין "פארווערטס" וועגן דעם "שושנים"-דיכטונג-פארמעסט:

http://yiddish.forward.com/articles/185 ... e-web/?p=1

כ'בין נייגעריק צו הערן אייערע אפרופן. מן-הסתם וועט איר ניט מסכים זיין און כ'האף איר וועט זיך אויסדריקן וועגן דעם. פטור בלא כלום אי אפשר.

א גוטן שבת
שלום
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

I don't disagree with you that the poems here are mostly not poetry, but I'm pretty sure you're wrong about the KS readership not having read quality Yiddish poetry. In general, I find a great many of the readers here extremely well read in Yiddish literature. It stands to reason that they would have read poetry, too
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

שלום צום ערשטן א דאנק פארן הערליכן זאפטיגן ארטיקל, ס'איז פארהאן אסאך אמת'ע פאינטס וואס האט געכאפט מיין אינטערעסע.
יעצט, ווי גערעכט דו זאלט נאר נישט זיין, איז זייער שווער פאר א ק"ש מיטגלידער אנצונעמן דיין קריטיק מיט אפנקייט ווען דו ווארפסט ניטאמאל אריין אפילו איין גוט-ווארט (כ'גלייב וואלסט געקענט עפעס טרעפן) אינעם גאנצן באשרייבונג.

דיין ארטיקל/קריטיק ליידט אין א וועג פון דעם זעלבן קליין-קעפיגקייט וואס זי טיילט אירע קריטיקירער, נעמליך, באדויערן "חסידים" מיט שמאלקייט און אומוויסען, אנע דינאמיקס פון וועלכע חסידים מ'רעדט דא, אינעם איצטיגן פאל ק"ש חסידים וואס זענען ווייניגסטנס אין מיינע אויגן נישט אויפן זעלבן סטאנדארד ווי די איבעריגע, אויף אזויפיל זיי נישט צו באטיטלן מיטן הארטן טיטל "חסידים."

דו בעטסט פונעם פארמעסט א סטאנדארדט וואס רוב פאלקליכע מאדערנע וואלטן נישט נאכגעקומען, געדענק! דאס איז נישט די אולימפיק שפילן! דאס איז א פרייע וועבזייטל וואס יעדער מאן דהוא שווענגט אויס זיין בטן מכל הבא בידו, דו האלטסט באמת אז אין די שענק-הייזער ביים צפון רעדט מען עפעס טיפערס, אום-אויסגעדראשענע געפילן?

והאחרון מאכסטו אויסקוקן די ק"ש ליינער ווי חסידים אדוקים צו רבי'ס וואס האבן דאסמאהל געמאכט אן אויסנאם און געלייגט פאעזיע צום אויבן אן. א זיסע דיקאטאמי גראדע, אבער ווייט פון אמת, ווער אויב נישט דו אלס א באזוכער דא וואלט געדארפט וויסן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

שלום בערגער האט געשריבן:חברה, כ'האב אנגעשריבן א שטיקל אין "פארווערטס" וועגן דעם "שושנים"-דיכטונג-פארמעסט:

http://yiddish.forward.com/articles/185 ... e-web/?p=1

כ'בין נייגעריק צו הערן אייערע אפרופן. מן-הסתם וועט איר ניט מסכים זיין און כ'האף איר וועט זיך אויסדריקן וועגן דעם. פטור בלא כלום אי אפשר.

א גוטן שבת
שלום

אין א נאט-שעל:

שלום מעסט די קוואליטי פון אונזער פאעטרי לויט די סטאנדארט און טעם פון זיין וועלט - מאדערנע פאעטרי, און ער איז נישט צופרידן פון אונזער ארבעט. מיין ימי בינה, מאראנצן'ס ראדני, פלאוויוס'ס חסידים שטיקל, ניגושיעטער'ס שאון השעון, וכו' וכו' איז ביי איהם קליפת השום.

מיין תשובה, שלום, איז אז דער פאעטרי קמפיין איז געווידמעט פאר חסידי'שע אידן, לויט חסידי'שע אידן'ס געשמאק אין פאעטרי, און לויט וויאזוי זיי זענען איינגעוואןינט צו לייענען פאעטרי פון דונש, ברוך חזק, חתם סופר, הקדמות צו ספרים, בר מצווה מתנות הקדשות, אא"וו. - ווען דו שטעלסט אריין דיינע פאעזיעס פון צייט צו צייט אין שטיבל, ווייסט קיינער נישט וואס פאר א גוט יאר דארט שטייט. פאר דיך קוקט עס אויס ווי ארט, פאר אונז ווי א חמת מלא וכו'.

קלאסישע פאעטן קענען נישט קריטיקירן רעפ פון הארלעם. ביידע זענען ארטפול, יעדער אויף זיין שטייגער. א גוי לערנט נישט ברטנורא.

---

מאטי האקט ענדליך.
(- - -)
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ווי אנדערע האבן שוין ערווענט, האט דיין ארטיקל א פנים ווי אן אמעריקאנער יוגענטליכער וואס זאגט מבינות אויף מיטל-מזרח מוזיק.
איך פארשטיי אז תפילה קען ווערן א גארילע און די נשמה איז א טעמפע סײסמאָגראף, אבער מנחה קען אויך ווערן א הינדל און קטנ'ען אויפ'ן שטאט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געט א קוק דער פארווערטס וואס איז אמאל געווען א וועלט צייטונג, איז געבליבן אמאל, מיט די אמאליגע כללים, און די (נאר) אמאליגע ליינער. ווי האלטן זיי יעצט? ביי א צייטונג פון גאנצע זעקס זייטן, קוים דא ערגעץ ווי צו באקומען, טרעפט זיך שווער א איד וואס ליינט עס, ס'קוקט אויס ווי ס'קומט ארויס מער פאר טראדיציע ווי פאר נייעס. פון דער אנדערע זייט מיר דא און שטיבל האבן מער שרייבער פון וויפל ליינער זיי האבן, ס'פארט א באן דא מיט ליינער און די גרויסע נומערן, און לאמיר נישט פארגעסען מיר זענען בערך 65 יאר יונגער פון זיי, און זיי גייען אונז גאר אויסלערנען, הא הא.. ענקער עקספיריענס דארט באשטייט וויאזוי מער אונטער צו גיין מידי שבוע בשבוע מילא געט נישט קיין עצות און קריטיק.
ס'קוקט מיר אויס ווי דער 90 יעריגער וויל אויסלערנען דעם 20 יעריגער וויאזוי צו ניצן א טייפערייטער.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

זאל שלום ביטע זאגן די מינדעסטע השגה ער האט געהאט למשל אין אזא ראדני פאעזיע און הערשט דערנאך זאל ער קריטיקירן. ס'איז ווי איך זאל קריטיקירן פאעזיע געשריבן אויף כינעזיש, דער איד האט דאך נישט קיין אנונג פון וואס מ'רעדט.

מע האַלט נאָך, בשעת איך שרײַב די שורות, אין זאַמלען די אָפּשטימונגען, כּדי צו באַקרױנען דעם געװינער מיטן טיטל פֿון „סאַמע בעסטן פּאָעט פֿון ׳קאַװע שטיבעל׳.”

אויף וועלכער וועלט לעבט איר? מהאט שוין לאנג געוועלט א געווינער. האט איר בכלל געליינט אלע פאעזיעס?
אגב, זענט איר בכלל באהאווענט אין לשון קודש?
קיצור הדברים אזעלכע פאעזיעס ווי געזעץ פון שילוש, און גאט האט געשוויגן, אמרתי, שאון השעון, ימי בינה, ועוד ועוד, האבן זיך גארנישט צו שעמען פאר אייערע אומפארשטענדליכע ווערק.
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

גוט! אלעמען איבערצײגט!

שליחה דורך שלום בערגער »

איר זײט גערעכט און איר זײט גערעכט און איר זײט אױך גערעכט...

װאָס קען מען זאָגן? פון אײן זײט זאָגט מען, אַז „חסידים“ איז צו אַ גרײטע קאַטעגאָריע, און כ׳האָב נישט פאַרשטײנען די פאַרשײדנאַרטיקײט. מיטן זעלבן מױל זאָגט מען, אַז חסידים (כך!) שרײבן אַנדערש. תרתי דסתרי....

מסכים אַז איר זײט נישט פון מײן װעלט און פאַרקערט. פאָרט קען מען שרײבן לידער פון „חסידישן“ סטיל (איר זאָלט מיר מוחל זײן די קאַטעגאָריע?) מיט לעבעדיקע פרישע גראַמען, נישט אױסגעדראָשענע סענטימענטן.

אַז מײן פּאָעזיע איז פון אַן אַנדער װעלט, און דער פאָװערט ס איז טױט, און איך בין אַ עם־הארץ, פאַר װאָס שפּרודלט דאָ מיט קאָמענטאַרן?

סתם געפרעגט.

אַ דאַנק פאַרן לײענען!

שלום־פון־אַן־אַנדערן־פּלאַנעט
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

אבטולמוס האט געשריבן:ר' שלום, אייערע דיכטונגען זענען ווייניגער פארשטענדליך פאר די קאווע שטיבל לייענער ווי די שושנים דיכטונגען זענען פארשטענדליך פאר אייך.

איר פארשטייט נישט אונזער וועלט פון פאעזיע, און מיר פארשטייען נישט אייער. נאר זע א פלא, איר זענט גרייט צו נעמען די אראגאנטע שטעלונג אז נאר אייער וועג איז ריכטיג און איר זעט ביי אונז בכלל נישט קיין קונסט. ווידער די קאווע שטיבל "חסידים" זענען גענוג ברייט, אפן און אינטעליגענט צו קענען אננעמען אז ביי אייך ליגט אויך קונסט.


[tag]אבטולמוס[/tag] איך שטום צו צו אלעס וואס די זאגסט. ביסט גערעכט אז אן אפענע, ברייטע לייענער מיז האבן די יכולת צו זען קונסט אין ווערק וואס זענען נישט זיין style און taste. אבער איך האב מורא אז די defensiveness וואס מ'פילט יעצט דא אין ליכט פון שלום בערגער'ס קריטיק וועט צוריקהאלטן פון באטראכטן און אנעליזירן צו זיינע רייד ערהאלטן נישט א שטיקל אמת. אין אמת'ן, האבן מערסטנס דא אין שטיבל קיינמאל נישט שטודירט פאעזיע אלס אן art form, און דאס איז נישט קיין חסרון. ווייניג מענטשן אויף די וועלט שטודירן ערנסט פאעזיע. אבער כאטש ס'איז זיכער דא קונסט אין די ק"ש פאעזיע ווערק, האלט איך אז מ'וואלט פארדינט פון אן אשכול וואס רעדט ארום די טעמע פון פאעזיע אלס ארט. נישט פאעזיע אלס שורות פון גראמען, נאר אלס די ארט גופא.

דא זענען אפאר פארשלאגן פון וואס מ'קען ארוםרעדן:

The music and lyricism and sounds of language
Effective enjambments and how they inform one's reading of the poem
Poetry as metaphor
Modes of poetry: the prose poem, the expository poem, etc
White space. Silence
and so much more
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

פידלער,

זעה הערשי'ס קאנטריביושען צום פאעזיא קאמפיין. ענדזעבמענט? נישט סתם!
(- - -)
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

פישלע העררינג האט געשריבן:פידלער,

זעה הערשי'ס קאנטריביושען צום פאעזיא קאמפיין. ענדזעבמענט? נישט סתם!


געב מיר פליז די לינק צו הערשי'ס. איך געדענק אז יאיר האט געהאט אויסגעצייכענטע enjambments. אגב מיין פונקט איז נישט געווען איין ספעציפישע פאקטאר, נאר בעצם זיך לערנען אביסל מער וועגן די ארט פארם.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך וועל זיין די נחשון און פרובירן שרייבן אמת'ע קונסטליכע פאעזיע. וזה החלי:

כ"א כסלו קומט צו גיין מיט גיכע טריט
כאָטש כ'בין פארקוליעט אין א חנוכה געמיט.
ופרצו חומות מגדלי
פארדריידלט, פארקוויטעלט אין פאנקען און דזשעלי.


הממ.... טויג אויף א גארילע? יש לי על מי לסמוך.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

שלום וויל אונז זאלן לעבן לויט זיינע קונסט געזעצן. די פראבלעם מיט דעם איז אז ער וועט מיט דעם פארלעשן די קונסטליכע אייגנשאפט פון א געזעהלשאפט, פונקט ווי די וועלט האט איבערגעלאזט די אייגנשאפט פונעם פארווערטס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:שלום וויל אונז זאלן לעבן לויט זיינע קונסט געזעצן. די פראבלעם מיט דעם איז אז ער וועט מיט דעם פארלעשן די קונסטליכע אייגנשאפט פון א געזעהלשאפט, פונקט ווי די וועלט האט איבערגעלאזט די אייגנשאפט פונעם פארווערטס.


I disagree

שלום וויל נישט אונז זאלן לעבן לויט זיינע קונסט געזעצן, נאר לויט basic contemporary קונסט געזעצן.
It's normal to become defensive and feel hurt when you're criticized, but if people really want to learn, they'd be wise to listen to what others who have studied the art have to say. You don't have to like Sholem's writing, but that doesn't mean he doesn't know what he's talking about
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

נעמט אים אפיר דעם שלום בערגער
געט אים א שטויס, א פראסק אדער נאך ערגער

א חידוש אין געמיינהייט
פירט זיך אויף כלל נישט ווי א לייט

איגנאראנט איבער אונזער לעבן און שטייגער
אראגאנט און גאווה'דיג, עליטיסטיש אן א טראפ ענוה אדער נייגער

קומט דא זיך פארסמאקאווען מיט אידיש רעדער, געשמאקע און זאפטיגע
און דאן קטנ'ען אויף אונזערע קעפ אינעם ארגאן פון די אמאליגע

א גוט ווארט האט ער נישט געטראפן פאר א רפואה
סתם קריטיקירן און דעגראדירן, אויך מיר א מציאה

אז מיר זענען אייך נישט גוט, שלום טייערער, מיר קענען נישט מאכן א פאום
בלייבט איר נאר מיט די פאר אלטע לייט אין אלד-עידזש האום
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

פידלער, basic contemporary קונסט געזעצן האבן געלאכט ביי די אנהייב פון די מאדערן ארט עפאכע.

אריינלייגן קונסט אין א באקס פון געזעצן איז נאריש און די היפך פון ארט. ארט איז וואס א געוויסע מענטש אדער מענטשן טרעפן אינטערטעינינג.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שלום לעבן פארקאקט איז דער פארווערטס און פארקאקט איז דיין פסודו-פאזיע ,אלזא בלייב מיר געזונטערהייט פארקאקט און שלום על ק''ש בלי שלום.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הרב פידלער "אזוי" קוקט אויס אמת'ע קונסט אן קיין קאנסומער
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

אַ גוט װאָרט פעלט נישט

שליחה דורך שלום בערגער »

עזען עטלעכע מאָל אַז כ׳האָב מיקלאָמפּערשט נישט דערמאָנט קײן גוט װאָרט װעגן דער ק“ש דיכטונג. לײנט איבער דאָס שטיקל אַ צװײט מאָל. אָפּגעגעבן אַ גאַנצן פּאַראַגראַף קאָמפּלימענטן.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די אמת איז אז שלום איז גערעכט פון א פארווערטס ליינערס פרעספעקטיוו. פאר זיי מאכן זיינע ווערטער אסאך סענס. און די ארטיקל איז טאקע אין פלאץ. אונזער בלאזעניש אויף דעם איז אויך בארעכטיגט פון אונזער פרעספעקטיוו.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

װ
ער ס׳װיל הײַנט לײענען אַ הײַנטיק חסידיש־ייִדיש װאָרט, װײסט אַװדאי, פֿון דעם װעבזײַטל „קאַװע־שטיבעל,” װוּ טױזנטער מיטגלידער שמועסן אַרום פֿאַרשײדענע טעמעס מיט דעם געװײנטלעכן אינטערנעץ־געמיש פֿון קלוגע, נאַרישע, גראָבע, פּראָסטע און גנאַי־רײד. אין מער װי אײן רובריק, פֿאַרשפּרײטן די דאָרטיקע שמועסניקע זײערע דיכטערישע פּרובירונגען.
איך דאַרף באַלד זאָגן, אַז איך האָב אױך פֿאַרפּירסומט מײַנע שאַפֿונגען דורך יענעם „שטיבל” (װוּ נאָך האָט מען אַזאַ געלעגנהײט?), און ס׳האָט זיך מיר געװאָרפֿן אין די אױגן די אונטערשײדן צװישן דער װעלטלעכער עסטעטיק און חסידישע מאָסן פֿון קונסט (אױב זײ זײַנען פֿאַראַן בכלל).
דאָס אַלץ איז מיר װידער געקומען אױפֿן זינען אין שײַכות מיט אַ פּאָעזיע־פֿאַרמעסט, צו װעלכן מע האָט מיך עטלעכע מאָל פֿאַרבעטן האַרט פֿאַר און בשעת חנוכּה. מיט אַ כאַראַקטעריסטישן ”קאַװע־שטיבעלדיקן” ענטוזיאַזם האָט מען כּסדר צעשיקט מעלדונגען, און געבעטן, מע זאָל אַרײַנשיקן דיכטונגען אױפֿן גרױסן פֿאַרמעסט. זײַענדיק אַ חסיד בלױז פֿון פּאָעזיע, און נישט פֿון קײן רבין, האָב איך זיך דערפֿרײט, אַז צום ערשטן מאָל זעצט מען אַװעק אױבן־אָן נישט אַ צדיק, נאָר דעם ציל פֿון רײנער פּאָעזיע.
פֿאַר יענעם װאָס אינטערעסירט זיך אין דעם גענױעם אינהאַלט, װעל איך דאָ אָנגעבן די פֿאַרבינדונג צו דער אױסגאַבע, װאָס מע האָט פֿאַרשפּרײט. viewtopic.php?f=50&t=7721
מע האַלט נאָך, בשעת איך שרײַב די שורות, אין זאַמלען די אָפּשטימונגען, כּדי צו באַקרױנען דעם געװינער מיטן טיטל פֿון „סאַמע בעסטן פּאָעט פֿון ׳קאַװע שטיבעל׳.”
זאָל עס אים, איר אָדער זײ װױל באַקומען. נאָכן בלעטערן די־אָ לידער איז מיר קלאָר, אַז איך, װי אַ מאָדערנער פּאָעט, און זײ, װי חסידישע דיכטער, װױנען און שרײַבן אױף װײַט אָפּגערוקטע פּלאַנעטן, מיזרח ממערבֿ.
כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די לידער זײַנען געװיסע מעלות און חסרונות. די מעלות זײַנען געצײלטע, נאָר לשם ברײטהאַרציקײט איז װיכטיק זײ אױסצורעכענען אױך: אַ געװיסע אָרנטלעכקײט, אַן עמאָציאָנעלקײט, װאָס־אױף־דער־לונג־אױף־דער־צונג. מע דריקט אױס די אַנטױשונגען מיטן אײבערשטן. מע גראַמט װי ס׳איז אַ נאַטירלעכע זאַך צו גראַמען, װי אַ דיכטער מוז גראַמען, װײַל קײן אַנדער ברירה איז נישטאָ. מיט לשון־קודשדיקע אױסדרוקן קאַרגט מען נישט, װי אױך מיט פֿאַררופֿן זיך אױף מאמרי־חז”ל. דאָס זײַנען, מיט אײן װאָרט, הײַנטצײַטיקע ייִדיש־פּיוטים. נישט אַלע זײַנען דװקא באַגרענעצט מיט רעליגיעזע טעמעס (אײן זאַך, װאָס גיט זיך אָפּ מיט אַ מין קלאָזעט־הומאָר, וואָלט מען בעסער נישט געטאָרט אָפּדרוקן בכלל), נאָר דער טאָן און סטיל זײַנען אַלע ענלעכע.

חסרונות פֿעלן אױך נישט. די גראַמען הינקען אונטער, די געפֿילן זײַנען האַמעטנע און איבערגעדראָשענע, מע זעט קײן מאָל נישט אַ שאַבלאָן, װאָס מ׳איז מסוגל זיך אױסצודרײען דערפֿון. אַלע מאָל אַ טרער. אַ זיפֿץ. אַ תּפֿילה. דעם אײבערשטן לאָזט מען נישט צו רו. אַלע מאָל יום־כּיפּורדיק.
כ׳דאַרף אױך אױסדריקן מײַנע געפֿילן װי אַ מאָדערנער לײענער, װאָס באַטראַכט פּאָעזיע װי אַ ספּעציעלן מין ליטעראַטור מיט אײגענע כּללים, מאָסן שײנקײט, און צילן אין דער ביכערװעלט. אַז מע לײענט די־אָ דיכטונגען – און מ׳איז באַרעכטיקט צו באַניצן זיך מיט אַזאַ טערמין אין אַ קריטיק, װײַל די דורכפֿירער פֿונעם פֿאַרמעסט האָבן דאָס דאָזיקע װאָרט טאַקע גענוצט – איז אָבער קלאָר, אַז קײן אײנער פֿון די כּלומרשטע פּאָעטן האָט קײן מאָל נישט געלײענט אַ ליד אױף ייִדיש, װאָס מע האָט אָנגעשריבן מחוץ די ד’ אמות פֿון דער גאָר פֿרומער ייִדישקײט. עלעהײ מע האָט נישט געהערט פֿון אָרטאָדאָקסישע שרײַבער, װאָס האָבן סײַ געשריבן װיכטיקע פּאָעזיע אױף מאַמע־לשון, סײַ געלײענט און אײַנגעזאַפּט די װיכטיקע שאַפֿונגען פֿון אַנדערע פֿעלקער און זײערע לשונות
.
מע קען טענהן, אַז די דאָזיקע שאַפֿונגען, װאָס גיבן זיך אָפּ מערסטן מיט איבערגעניצעוועטע געדאַנקען, פֿאָלקסטימלעכע גראַמען, און גרינגע עמאָציעס, זײַנען פּירות פֿון אַ בעל־פּה־קולטור, װאָס בליט נאָך אױף ייִדיש בײַ די חסידים בשעת די, װאָס ס׳גײט זײ אָן די מאָדערנע, װעלטלעכע ליטעראַטור, װי דער שרײַבער פֿון די שורות, זײַנען שטעקן געבליבן בײַ דער אַלטער ביכער־פּאָליצע פֿון „ייִדישיסטן ייִדיש”, װאָס איז שױן עבֿר־זמנו.
צוריקגערעדט, אָבער, איז דאָס אַ בכּתבֿ־פּראָיעקט. דאָס „קאַװע־שטיבעל”, לױטן נאָמען, איז אַװדאי אַ פֿאָרום אױף געלעגנהײט־שמועסן, נאָר מיט אַזאַ פֿאַרמעסט, װאָס מע האָט אַרױסגעגעבן אין אַ ביכער־פֿאָרעם און אַפֿילו רעדאַקטירט, װאַרפֿט זיך אין די אױגן, אַז מע שטרעבט צו דעם ניװאָ און כּבֿוד פֿון געדרוקטן װאָרט.
בײדע טענדענצן קענען פֿירן אַ קאָ־עקזיסטענץ, און דאָס טוען מיר אַלע הײַנט צו טאָג, שרײַבער און לײענער, אין דער בעל־פּה־ און שריפֿטלעכער װעלטן מיט אײן מאָל. אַ מאָל איז מען נישט זיכער, פֿאַר װאָס און פֿאַר װעמען מע שרײַבט.
כ׳װאָלט אָבער געװאָלט זען אַ חסידישע פּאָעזיע, װאָס איז גרײט צו באַקענען זיך מיט אַנדערע ליטעראַטורן, מיט דער ייִדישער דיכטונג פֿון דער פֿאַרגאַנגענהײט; זיך אַ ביסל אָפּצוגלאַנצן אָן צו פֿאַרלירן די רױע מראה פֿון אַ פֿריש־אָפּגעהאַקטן שטיק האָלץ. כ׳װאָלט זיך געװאָלט זען חסידים רעדאַקטאָרן, װאָס זײַנען גרײט אָפּצוּװאַרפֿן אַ ליד, בעטן תּיקונים און ענדערונגען, װאָס טרײַבן אונטער די שרײַבער צו העכערע מדרגות. אָדער, אױב דאָס לאָזט זיך נישט גרײכן, איז כאָטש צו דער שאַפֿערישקײט און גראַם־מײַסטערשאַפֿט פֿון אַ ליפּאַ שמעלצער.
איך װאָלט געװאָלט איבערשיקן אַ לײענער צו אַזעלכער „קאַװע־שטיבעל”־פּאָעזיע נישט גלאַט אַזױ צוליב חסידישקײט, נאָר צוליב די װערטער, װאָס מע בינדט צונױף. אױב מ׳איז נישט גרײט אױף דעם, װאָלט מען אַדורכגעלאָזט אַ געלעגנהײט.


איך האב קאלירט אלע קריטיק אין רויטע קאלירן, און די פארגינערישע רייד אין בלוי, אלזא זאגט מיר שלום וויפיל גוטס האט איר געטראפן אין א פארום ווי עס שרייבן דערדרוקטע מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געלערנט קיין שום קונסט אדער ליטעראטור, און אויף די אייגענע אינציאטיוו, אפט קעגן די רבנים, עלטערן, ווייבער, שרייבן, און פרובירן צו הנאה האבן פון די וואלט פון קונסט.
אוון אז מען רעדט שוין, ווייזט אונז זיי אזוי גוט ליפא שמעלצער'ס הויכע השגות אין קונסט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אבטולמוס האט געשריבן:ר' שלום, אייערע דיכטונגען זענען ווייניגער פארשטענדליך פאר די קאווע שטיבל לייענער ווי די שושנים דיכטונגען זענען פארשטענדליך פאר אייך.

איר פארשטייט נישט אונזער וועלט פון פאעזיע, און מיר פארשטייען נישט אייער. נאר זע א פלא, איר זענט גרייט צו נעמען די אראגאנטע שטעלונג אז נאר אייער וועג איז ריכטיג און איר זעט ביי אונז בכלל נישט קיין קונסט. ווידער די קאווע שטיבל "חסידים" זענען גענוג ברייט, אפן און אינטעליגענט צו קענען אננעמען אז ביי אייך ליגט אויך קונסט.

איך זע נישט אז די קאווע שטיבל ליינער זאלן זיין אזוי "ברייט". יעדן מאל וואס שלום שרייבט א פאעם אויף דעם מאדערנעם שטייגער (וואס איך וועל מודה זיין אז איך הויב נישט אן צו פארשטיין) באגיסט מען אים מיט א קיתון של שופכים פון אלע זייטן. ווען איך האב זיך געוואגט צו זאגן אז דער טראסק וואס מען מאכט ארום די פאעמס איז איבערגעטריבן און קינדיש האט מען מיר אטאקירט פאר די שרעקליכע חוצפה צו זאגן א ווארט קריטיק (כאטש איך האב געהאלטן אין איין קאמענטירן און קאמפלימענטירן די פאעמס, פון וועלכע איך האב באמת הנאה געהאט). און ווען די אייוועלט ליינער האבן געשריבן כלומר'שט צו אלטמאדיש (הגם איך האב נישט געזען קיין ערנסטע חילוקים צווישן זייערע פאעמס און אונזערע) האט מען אויך געטריבן פון זיי ליצנות און נישט פארגינען א גוט ווארט.
רבותי, ווי פידלער האט געזאגט, אויב מען וויל זיך לערנען מוז מען אננעמען קריטיק. אויב די קריטיק איז אמת דאן קבל את האמת ממי שאמרו. און אויב ס'איז שקר דארף מען זיין גענוג ערוואקסן זיך צו אויסלאכן און איגנארירן. דאס צוריקשיסן מיט נארישע קאונטער אטאקעס מאכט אונז אויסזען ווי קליינע קינדער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

יאיר האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:ר' שלום, אייערע דיכטונגען זענען ווייניגער פארשטענדליך פאר די קאווע שטיבל לייענער ווי די שושנים דיכטונגען זענען פארשטענדליך פאר אייך.

איר פארשטייט נישט אונזער וועלט פון פאעזיע, און מיר פארשטייען נישט אייער. נאר זע א פלא, איר זענט גרייט צו נעמען די אראגאנטע שטעלונג אז נאר אייער וועג איז ריכטיג און איר זעט ביי אונז בכלל נישט קיין קונסט. ווידער די קאווע שטיבל "חסידים" זענען גענוג ברייט, אפן און אינטעליגענט צו קענען אננעמען אז ביי אייך ליגט אויך קונסט.

איך זע נישט אז די קאווע שטיבל ליינער זאלן זיין אזוי "ברייט". יעדן מאל וואס שלום שרייבט א פאעם אויף דעם מאדערנעם שטייגער (וואס איך וועל מודה זיין אז איך הויב נישט אן צו פארשטיין) באגיסט מען אים מיט א קיתון של שופכים פון אלע זייטן. ווען איך האב זיך געוואגט צו זאגן אז דער טראסק וואס מען מאכט ארום די פאעמס איז איבערגעטריבן און קינדיש האט מען מיר אטאקירט פאר די שרעקליכע חוצפה צו זאגן א ווארט קריטיק (כאטש איך האב געהאלטן אין איין קאמענטירן און קאמפלימענטירן די פאעמס, פון וועלכע איך האב באמת הנאה געהאט). און ווען די אייוועלט ליינער האבן געשריבן כלומר'שט צו אלטמאדיש (הגם איך האב נישט געזען קיין ערנסטע חילוקים צווישן זייערע פאעמס און אונזערע) האט מען אויך געטריבן פון זיי ליצנות און נישט פארגינען א גוט ווארט.
רבותי, ווי פידלער האט געזאגט, אויב מען וויל זיך לערנען מוז מען אננעמען קריטיק. אויב די קריטיק איז אמת דאן קבל את האמת ממי שאמרו. און אויב ס'איז שקר דארף מען זיין גענוג ערוואקסן זיך צו אויסלאכן און איגנארירן. דאס צוריקשיסן מיט נארישע קאונטער אטאקעס מאכט אונז אויסזען ווי קליינע קינדער.


Very well said
I agree with your comment in its entirety, but I want to finger this specific point you made
און ווען די אייוועלט ליינער האבן געשריבן כלומר'שט צו אלטמאדיש (הגם איך האב נישט געזען קיין ערנסטע חילוקים צווישן זייערע פאעמס און אונזערע
True. I found the level of art in the IVelt poems equivalent to the level of art in KS's. True, their poems were more preachy and moralizing, but the art factor was the same
פארשפארט