גיין אין קאלעדש און לערנען א פאך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

גיין אין קאלעדש און לערנען א פאך

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

אין די אשכול איז שוין בדרך אגב געווארן אביסל אויסגעשמועסט, אבער אויף א צעמישטן אופן, דעריבער עפן איך אויף דא א פרישע אשכול וואו איך וועל פרובירן צוזאמען צונעמען אלעס וואס מען האט שוין געשמועסט ביז אהער, און פארשטייט זיך כ'וועל פרובירן משלים כפי יכולת, און נאכער וועט האפנטליך די עולם צולייגן זייערע עקספריענס.


לאמיר קודם בקיצור נמרץ איבערגיין וויאזוי די קאלעדש סיסטעם ארבעט אין די וועלט

צום ערשט גייט מען סקול, ווען מען ענדיג סקול, הייבט מען אן היי סקול, וואס מען לערנט דארטן, איז בכלליות לימודים וואו צב"ש מעטאמאטיק, און היסטאריע. ווען מען געראדואירט פון היי סקול, באקומט מען א היי סקול דיפלאמע, און דערנאך קען מען אריינגיין אין קאלעדש.

אין קאלעדש אליינס איז דא בכלליות דריי דרגות, צום ערשט לערנט מען פיהר יאר צו באקומען א בעטשלער'ס דעגרי, און בעטשלער'ס דעגרי איז דא גאר אסאך סארטן, די געווענליכע לערנט מען אויך נאר בכלליות'דיגע למודים אזוי ווי אין היי סקול נאר אויף א העכערע לעוועל, וואו אויך איז דא, בעטשלער'ס וואס איז ספעציעל געמאכט צו לערנען א פאך, וואו צב"ש פראגרעמינג, א נורס טעקנישאן, וכו'. איינמאל מען האט די בעטשלער'ס דעגרי, קען מען גיין ווייטער און ארויסנעמען א מעסטער דעגרי, עפ"ר איז די מעסטער דעגרי אויסגעשטעלט צו קענען באקומען א דשאב, וואו צב"ש סאושעל וואורקער, אקאונטינג, וכו'. וואס קען נעמען צווישן צוויי אין פיהר יאר, ווענדט זיך וועלכע מעסטער די נעמסט. דערנאך ווען מען האט שוין א מעסטער דעגרי, קען מען גיין צום לעצטן אין העכסטן שטאפל און ארויסנעמען א דאקטערל דעגרי.


נאך א נקודה פאר מען גייט ווייטער, כמעט אלע דעגריעס קען מען היינט ארויסנעמען אנליין אן דארפן אראפגיין צו א קלאס. ווידעראום ביי א דאקטורעל דעגרי וועט זיך יא אויספעהלן אראפצוקומען, אבער אויך נאר פאר צוויי וואכן דורכאויס א גאנצע זמן. (אחוץ א MD דארף מען יא געהעריגע קלאסן, ופשוט הוא)


קאלעדש ביים היימישן עולם

מען האט שוין געשמועסט, אז ס'איז טורא קאלעדש, וואס ארבעט פונקט וואו א געהעריגע פראפעשאנעל קאלעדש, און איז געאיינגנט פאר היימישן עולם. וואו אויכעט איז שוין היינט דא TTI, וואס גיבט קלאסן אויך אין מאנסי. אויכעט האבן מיר The New Seminary, איך מיין אז ס'איז דא נאך אפאר, וואס איך געדענק נישט יעצט


יעצט וועל מיר רעדן למעשה וועגן א דשאב

האבן א פראפעשאנעל דשאב האט גארנישט מיט גיין אין קאלעדש. אמת צומאל קען מען נישט באקומען די דשאב אן גיין אין קאלעדש, דעמאלט דארף מען גיין און פארדעם איז טאקע היינט גענוג היימישע וואס שטעלן עס צו, וואו אויך האבן מיר שוין געשמועסט אז מען קען אלעס מאכן אנליין. אבער סתם צוזאמעשטעלן די צוויי, אויב נישט קאלעדש איז נישט דא קיין דשאב, איז נישט ריכטיג. און איך וועל פרובירן אדורכצוגיין איין דשאב נאכ'ן צווייטן, און זעהן ווי אזוי דעגרייכט מען איר.

פראגרעמינג
לוינט זיך נישט צו גיין אין קאלעדש, די בעסטע וועג איז מען לערנט זיך דורך בוקס און ווידיאוס, פאר צוויי חדשים, דערנאך שרייבט מען זיך איין בי בי ענד עידש', אלס א בעגגינער.

אקאונטינג
איז די איינציגסטע וועג דורך גיין אין קאלעדש, ווענדט, אויב די האסט שוין א ישיבה קאלעדש דעגרי. אויב האסטו א ישיבה קאלעדש דעגרי, דעמאלט איז דא היבש דריי קאמפאניס, וואס שטעלן צו קאלעדש קלאסן ספעציעל פאר'ן היימישען עולם, ס'נעמט בערך פופצן חדשים.
אויב האסטו נאכנישט קיין בעטשלער'ס, איז די גרינסטע צו מאכן א בעטשלער'ס דורך טי טי איי, ס'נעמט בערך א יאר, און קאסט צווישן צעהן און צוועלף טויזענט דאלער

ספעשל עד
מוזסטו אויך גיין אין קאלעדש
דא דארף מען וואוסן פונקטליך די מצב, צו וויסן וועלכע קאלעדש איז די בעסטע, טי טי איי, אדער טורא, אדער די ניו סעמענערי

דיזייניג
מען קויפט א קאמפיוטער, און מען לערנט זיך אויס פאוטאשאפ וכו'. און מען שפילט זיך ארום, מען הייבט אן צו מאכן זאכן, ביז מען קומט אריין אין די ליין

ריעל עסטעיט און מארגעטש
ביידע דארף מען נעמען א קליינע קורס, און דשאסט מאכן א טעסט ביי די שטאט, און נאדיר אז די פעסט באקומסטו לייסענס

סאושעל וואורקער
ווענד זיך אויך צו מען האט שוין א ישיבה דעגרי, און מען קען עס מאכן סיי ביי טורא און סיי בי די ניו סעמענערי

לויער
אופס! מוז מען ביזדערווייל גיין געהעריג אין קאלעדש

בוקיפער
לערן דיר אויס קוויקבוקס און בעיסיק קאמפיוטער, טעיק עי דשאב, און ארבעט דיר ארויף

סעילסמאן
דארפסטו פשוט ליינען פון און סערטשען, טיפס און טריקס, פאר א סעילסמאן, גיין אפשר צו קורסעס דא דארט, באט ס'האט גארנישט מיט קאלעדש

מענעדשער
דשאסט טעיק עי דשאב און ארבעט דיר ארויף

אינדשעניר
דארף מען אויך גיין אין קאלעדש, דוכט זיך די היימישע שטעלן דאס אויך צו


די פראבלעם:

רוב היימישע יונגעלייט האבן חתונה, גייען אין כולל, און נאר ווען מען איז שוין געדרוקט, מען האט שוין צוויי קינדער, די ווייב קען שוין נישט ארבעטן גייט מען זוכן א דשאב. וואס געשעהנט איז א דאמינאו אפעקט, ער דארף יעצט גיין אנהייבן בויען א קעריערע, דאס מיינט געווענליך אז ער וועט קוים דעקן די בודשעט, און פארשטייט אז ער האט שוין נישט קיין צייט צו גיין זיך לערנען עפעס א נאמאלע פאך, און ווער רעדט נאך פון האבן געלט דערפאר. וואס געשעהנט איז, אז ער הייבט אן נאך צו לויפן זיין בודשעט, ער גייט ארבעטן ערשט ארבעטן ווען ער מוז שוין עמערשענסי האבן געלט, און ער דעקט קוים די בודשעט, נאכער ווען ער הייבט שוין אן צו מאכן אביסל מער געלט, איז שוין זיינע עקספענסעס לאנג געוואקסן וואו אויף הייווען, אזוי אז א גאנץ לעבן לויפט ער נאך צו דעקן די בודשעט.

ס'איז דא ב"ה גענוג סורסן ביים היימישן עולם זיך צו לערנען א נארמאלע פאך, די זאך איז ס'נעמט נאר גאר אסאך צייט, און גאר אסאך געלט. און נאכדעם וואס מען קען שוין א פאך נעמט געוועליך מינומום צוויי יאר, ביז עמן הייבט אן צו ווערן עקספריענס און מען הייבט אן צו מאכן געלט.

די פראבלעם איז די יונגערמאן וואס דערמאנט זיך צו שפעט ווען ער האט שוין נישט די צייט אין די געלט זיך צו לערנען עפעס נארמאל.


די עצה
פשוט מקדים זיין די רפואה פאר די מכה, תיכף א יונגערמאן האט חתונה, (וואס אסאך טוהן טאקע אזוי) ווען די ווייב ארבעט נאך, גיי לערנען דיר א פאך, ווילסט לערנען אין כולל נאו פראבלעם, אבער אין די זייט לערנען דיר א פאך, מאך זיכער צו באקומען די עקספריענס דערין, און אזוי ארום וועסטו עס האבן גרייט, ווען די ברויכסט עס.

--

איך בין זיכער ס'איז נאך דא אסאך צו רעדן, איך האב עס נאר אנגערירט אויפן שפיץ גאפל, און אז די עולם וועט אנהייבן רעדן, וועט זיך עס האפנטליך צוביסלעך אויסקלארן

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר