עזריאל האט געשריבן:זאג נאר די וואלסט געוואלט אזוי אויסזעהן? ווילסט זעהן דיינע קינדער אזוי? אויב נישט דאן זאג איך דיר אז זיין טאטע וויל אויך נישט
דו האלסט אז ראביי יוילי ראטה איז פירות הנושרים פון מהרא״ש? דו האלסט אז ער האט אויפגעטוהן, אדער א מטהר טמאים ומ*** טהורים? האלסט נישט אז יוא-לי האט פשוט געשטרעבט אויף מאכט און פירערשאפט און קאנטראל? פארוואס האט נישט דער מהרא״ש אנגעוויזן א מעטשור וועג?
איך ווייס אז יולי ראטה האט געטון גוטע זאכן מיט זיין חבריא, און איך ווייס אויך די שברה לב און שאדענס וואס ער האט אנגעמאכט קודם פאר פרעמדע אין וויען און נאכדעם ציווישן די מער ערענסטע חבריא פון די מהרא״ש. איז ער שוין די שפיגעלע פונעם מוהראש הקדוש?! ווער איז יא די מוסטער? איך זעה דא אסאך אבער גארנישט קיין באלאנס. יעך זעה א גרויסע צומישעניש אויף אסאך פראנטן. אדרבה, ענטפערטס עס, אז סזאל זיין התרת הספיקות. יעך פרעג שוין נישט וועגן די צוואה!.. יעך פרעג נישט אויף׳ן מהרא״ש. ער האט געטון אסאך גוטע זאכן און פאר אזויפיל יודען. אבער וואס איז יעצט, פון יעצט, אויף יעצט, יעצט ממש?.. אזויפיל צומישעניש דא. לעולם יסדר אדם.. אללעס אזוי ציווארפן און אזוי נישט מסודר דא. א מענטש אויך די וועלט דארף דינען דעם אייבירשטן, אונז דארפן סדר, ארגעניזאציע, א סיסטעם, נישט קיין צופלויגענקייט און מיט ש ליעדער וואס איז א קאנטראלער, א קאנטראל פריק און דארף אללעס האבען אנדער-פערסאנעל-קאנטראל, אבער מאידך גיסא איז אללעס האא-האא (ערשטע מיט א קמץ, צווייטע מיט א פאתאח)...
וויאס איז פון יעצט?? ווער וואס ווען וואו? ער איז שוין מער נישטא און גייטס ענק וואס עטס ווילטס, דער עיקר איז קומסט וויזיטן?.. וואס טוט מען און ווי גייט מען פון יעצט?