נעגאשיעיטאר האט געשריבן:ירח בן יומו האט געשריבן:
איך האב אמאל געהערט א פסק פון הרב שאפראן (אין ארגון שיעורי תורה) אז בעצם מעיקר הדין איז מבואר אין ב"ק כח אז עביד איניש דינא לנפשי', און משבר ויוצא משבר ונכנס, דאס הייסט אז מעיקר הדין מעגסטו אריין קראכן אין איהם, אויס שיסן אלע פענסטערס אין איהם אויפהייבן כדי צו מאכן פאר זיך א וועג אריין צוגיין אדער ארויס צוגיין, אבער מ'מיז נישט זיין אזא מזיק, מ'קען רופן די פאליס און איהם אוועק טראגן מיט גוטענס.
רב שאפראן האט אודאי צוגעלייגט אז דאס איז נאר געזאגט געווארן כדי להביא (שטר) זכויותיו לבי דינא, אבער נישט אויף צו נעמען די קאר סתם אזוי,כמבואר בגמ' ובפוסקים.
גערעכט, איך האב טאקע מדייק געווען צו שרייבן "כדי צו מאכן פאר זיך א וועג אריין צוגיין אדער ארויס צוגיין"