קול מבשר'ס פורים אפטיילונג תשע''ד

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

קול מבשר'ס פורים אפטיילונג תשע''ד

שליחה דורך פלעין יודיש »

ניין ניין!!! נאכנישט,
איר האלט שוין זיכער דעם טרייבעל אין האנט מיט איין שמחה'דיגע אטעם, מיטן חשבון אז לכאורה וויל איך מיט דעם אשכול פשוט מודיע זיין די עולם אז זה היום קיוונו און נאכן ווארטן אזוי לאנג מיט א ציגעקימענער דרייצענטע חודש העיבור, גיי מיר זיך שוין ווידער באגעגענען מיט אינזערע באליבטען חתן יאסעלע, וואס איז שוין היינט אוודאי א זיידע פאר עטליכע אייניקלעך, מיר לעכצענען שוין אויף נאך א פשט וואס ער וועט היי יאר מחדש זיין אויף דעם ואתה תצווה, און צו הערן וויאזוי זיין גרויסען ביזנעס ווערט געראנט מיט אזויפיל הונדערטער דזשאניס, ע''פ חשבון גלייב איך אז זיין שווער לעבט שוין נישט סא ס'איז אים אוודאי סאך לייכטער אויפן הארצ'ן אהן דער פרעשור פון זיין וואוילע שווער, נאר א גרויס רחמנות פאר דעם יאסעלע'ס איידעם וואס ער צאלט אים ציריק תבין ותקלין אויף אלעס וואס ער האט געליטען אין זיין קינדערשע יארן, ווי אינז האבן שוין אביסעל מיטגעהאלטן פאריאר וואס עס גייט פאר אין סוכה ביים שווער יאסעלע.
מיר ווארטן שוין אנגעצויגענערהייט וויאזוי עס האט אויסגעקיקט דעם חתונה נאכדעם וואס די קעיטערער האט באקימענען כתובה עלינו (ליין: כתובה ליינען) נאך וואס דער נארישע בעל מקרא האט צישטערט די גאנצע חופה.
אינזער הארץ גייט נאך אויס אויף דעם עלטערען יוד וואס מ'האט אים נעבעך אויפגעוועקט באנאכט נאר אויף צי פרעגן וועלעכע שיך איז לייכטער ציגיין אנגעטון, פאנטאפל אדער שטעק שיך, ווען ער ווייסט אז אט אט ווארט שוין זיין חברותה אויף אים אין שיל.

אבער ניין די פרייד איז פריצייטיג, דערווייל שפילט קול מבשר אויף אינזער נערוון אין ס'איז נישטא קיין זכר אין כאן לא יאסעלע ולא יואלי לעבאוויטש וכו', וועלען מיר מיזען ציווארטען מיטן האף אז מ'וועט אינז אוודאי היי יאר אויך נישט דיסעפוינטען

עס וואלט נאר געווען כדאי, אז ווען די גליקלעכער טאג וועט אנגעקימען, איז א גיטע זאך אז די קאווע טרינקערס וואס הערן אויס דעם אפטיילונג ושותים בצמא את דבריו המשמח לב אנוש, און הערן עס איבער און איבער (איך האף אז איך בין נישט די איינציגסטע) כדי נישט אויסצימיידען אפילו איין פעריל ווארט, אויב די עולם דא קען אויפמערקזאם מאכן וואס ס'איז זיי געפאלן און פון וואס זיי האבן הנאה געהאט פון דעם אפי' נאר א קליין סענטענס אדער א מימרא, וואס ווי באוויסט איז קאמעדי א זאך וואס נישט יעדער לאכט פון די זעלבע וויץ און נישט יעדער כאפט אפילו אז אינטער דעם ליגט תילי תילים פון גאונות, און שוואכקייטן אינעם מענטשענ'ס נאטור.
דאס איז כדאי נישט נאר אז מיר וועלען קענען געבן א עקסטערע לאך פון א גיטען דזשאוק, נאר אזוי וועלען מיר אויך מער אפרישיעיטען די כוחות און די קאפ וואס די פרייליכע יודעלעך לייגען אריין אינז צי מהנה זיין.
[center]היכינו היכינו היכינו[/center]

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר