צוויי פרוטות זענען געווארן גארילעס

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

צוויי פרוטות זענען געווארן גארילעס

שליחה דורך יאיר »

א פרוטה איז געווארן א גארילע
נישט איינע, נאר צוויי
זיי האבן געצויגן אויפברויז פילע
יעדער אויסגעשריגן וויי

דער גארילע, שווארץ און גרויס
געוואקסן ווי עוג מלך הבשן
איינגענומען דער קאווע הויז
א רויעך גייט ווי מעלה עשן

מען רייסט זיך ארום ביי די קעפ
די גארילעס און שימפאנזיעס
מען שימפט און מען שטעכט
אונז, מענטשן, זייערע קוזינעס

ר' מענטש, האסט נישט
געוואלט א מאלפע בלייבן
ווילסט רעדן, זינגען, פילאזאפירן
און פאעמעס שרייבן

טו דיך נישט צונאר לייגן
פיר דיך נישט אויף ווי א גארילע
פון א פרעמדע פאר אויגן
ווער נישט דערשראקן, ס'איז נאר א גארילע

מעגסט שעצן א פרעמדער קולטור
קוק ארויף קריטיק נישט פארדאם עס
האב נישט מורא פון א מיינונגס פארשידנהייט
דארפסט נישט האבן קיין תרעומות

און ווען א גארילע ווייזט זיינע לאפעס
לאך דיך אויס און גיב א שמייכל ערליך
ס'גארנישט אויב דו כאפסט קלאפעס
ס'איז נאר א גארילע, נישט געפערליך

א גארילע, אזוי שווארץ און גרויס
א גארילע, ווי נאריש ווי חי'ש
א גארילע, קריגט זיך רייסט זיך
א האמא סעפיאן איז געווארן א גארילא

(אינספירירט דורך @קינד_אן_קייט)
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

גיב מיר א באנאנע

שליחה דורך שלום בערגער »

צו לעקן די פינגער. כל הכבוד
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ר' שלום טייערע, וואס ווייסט איר פון לעקן א פינגער, נאר א חסיד באלעקט זיך די פינגער נאכן קריגן פון רבי'ן א הייסע שטיקל שריים קוגל, ווי אויך אין אנדערע געלעגנהייטן, אבער איר בין איך זיכער עסט מיט עטיקעט.
אין יעדנספאל איז אזוי די מעשה, ווי עס זעהט מיר אויס מכותלי מכתבך זענט איר טאקע אן אינטעליגענטער פערזאן, אבער אז ס'קומט צו אידיש זענט איר דאך אליין מודה אז איר זענט נישט קיין געבוירענער אידיש רעדנדער, ווי אויך זענט איר מודה אז פילייכט קען די ציבור פליסיגער אידיש ווי אייך, נאר וואסזשע דאן ווי איר זאגט האט איר שטודירט אידיש, ווי אין יעדן שפראך איז דער נאטורליכער אידיש רעדנער מער באקאנט מיט די נשמה פון די שפראך איידער דער געלערנטער וואס קען טאקע דעם גוף בעסער, די חוקי הגראמאטיק און דאס גלייכן.
אלזא אז איר מאכט אוועק אונזערע אזוי-געריפענע פאעזיע וואס איך מוז מודה זיין אז איך בין נישט דער גרויסער מבין, פארוואסזשע דרייט איר זיך ארויס פון געבן צו פארשטיין וויאזוי איז אונזערע פאעזיע אינגאנצן נישט קיין קונסט, איך גלויב אויך נישט אז עס איז דא א באזונדערע דזשאנרע ווי חסידישע פאעזיע סיידן איר קאטאגארירט איר דאס מכח א חסידישע געדאנק אינהאלט, אבער אין עצם קונסט גלויב איך נישט אז חסידים האבן געטראפן עפעס א נייע מהלך אין דעם ארט, פילייכט -בין איך אייך חושד- אז די רגע אז דאס איז אנדרעש פון סוצקעווער און מאנגער ווערט איר אזוי אנטוישט אז איר פאראורטיילט אזאנע סארט פאעזיעס אלס קונסטלאז, אן אפשאצן וואס די דעפיניציע פון קונסט איז, און פארוואס דאס פאסט זיך נישט אריין, דאס זעלבע בייעס קען אויך געשאפן ווען ווען מ'כאפט דעם קינסטלער מיט אמעראצישע גרייזן, דאן פארלירט זיך די הנאה און התפעלות פארן איבריגן טייל פונים קונסטווערק.
זייטזשע מוחל גיט אונז צו פארשטיין.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

ר' יאיר פירט א גאנצן סעמינאר אויף דער טעמע

שליחה דורך שלום בערגער »

לייענט יענעם אשכול.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יא ר' יאיר פירט טאקע א סעמינאר, און כ'האב שוין דארט געזאגט וואס כ'האב צוזאגן, אבער וואו זענט איר ? שוין כ'וועל אייך מוזן אפלאזן, איך וויל נישט קוועטשן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

viewtopic.php?f=23&t=6693&p=208847&hilit=%D7%92%D7%90%D7%A8%D7%99%D7%9C%D7%A2#p208847


ס'מיר גוט, קודם איז א תפילה געווארען א גארילע, נאכעהר צוויי פרוטות. באלט ווערט שלום אליין א גארילע און מיר וועלען לויפען אין דומם אריין.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט