עס ווערט פארציילט דורך די ביביסי נייעס ארגאן, פון איינעם מר העילען, אז ער ארבייט אויף אזא פלאן.
היות מיר ווייסן שוין וואויל אז אטאמאבילן גייען זיין זעלבסט שטענדיג, עס גייט קענען אפארירן אן קיין שום מענטשליכע פירינג, עס גייט נישט דארפן האבן קיין מענטשליכע אויג וואס זאל ארים קיקן צי עס פארט אינעם ריכטיגען ריכטונג, עס קען ארים קרייזן, פארקן, זיצען אין טקעפיק, אלעס אליין.
השתא דאתית להכא, איז מר העילן ארויס געקומען מיט א פלאן, אז ער גייט פראגראמירן א קאר, וואס די קאר זאל זיין איר אייגענע בעל בית, עס זאל אויך נישט האבן קיין בעלים, וואס זאל אים אדער איר איינטיילן ווי צי גיין, און וואס צי טיען, נעמליך עס זאל אליין פארדינען געלט, און עס זאל האבן פרי פראגראמירט ווי אזוי עס זאל ציטיילן אירע פראפיטן, ווי למשל עס זאל אוועק לייגן קודם געלט פאר געז, עס זאל האבן א באדזשעט פאר אפגרעידן די פראגראם, עס וועט באצאלן פאר פראגראמירער, עס וועט קענען לויפן א חלק טאג אויף די נייע פראגראם, אויב ארבייט זיך עס אויב וועט די נייע אפגרעיד ווערן פערמענאנט.
ווען עס גייט שוין האבן אנגעזאמעלט געניג געלט אינעם קאסע, וואס גייט עס טיען, נישט קיין פראבלעים, די קאר גייט געבוירן נאך א נייע בעיבי קאר, עס וועט ארויסגעיבן א ארדער פאר די פעקטארי עס זאל בויען נאך א קאר, אויך וועלן זיך צוויי קארן קענען משדך זיין און צינעזאם געבוירן די בעיבי, ווען די נייע בעיבי קאר ווערט ארויס גערוילט, ברויך עס קודם באצאלן דעים געבוירן חוב פארן טאטע קאר, ווען עס וועט ווערן אויסגעצאלט ווערט די קאר א פאלקאמע זעלבסשטענדיגע קאר.
ראלס ווערן פראגראמירט אויב די קאר ווערט ציבראכן, אוועק לייגן געלט צי באצאלן פאר די ריפער שאפ די וועלכע גיבן זיך אפ מיט פאריכטן די וויקלעך, און אויב איז מער נישט דא קיין ארבייט אין די געיגענט ווי די קאר קרייזט ארים, איז דא די רול פון הוי גולם למקום אחר, עס וועט נעמען די וואנדער שטעקן (רעידל), און גיין למקום ווי עס אוועט יא זיין עפעס צי לייזן, אויב גייט עס אזוי שלעכט אז די קאר לויפט אויס פון געז, און קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג, איז געקימען די צייט, אז די קאר זאל אקטיווירן איר שטארבן פלאן, עס וועט זיך אינטערגעיבן פאר א סקרעפ מעטל קאמפאני עס זאל איר אימברעינגען, און באנקראפטירן די חובות.
געוויסע בערג מיז מען איבערקומען ווען מען קומט אויף מיט אזעלכע איידיע'ס, די מאראלע דילעמא וואס טייל האבן, ווען מען דילט מיט ראבאטן, ווייל מען האט מורא פון די אלע פראגראמען אז עס וועט זיך שלעכט אויפירן, און אנהייבן טיען צרות פאר די מענטשהייט, אפשר אפילו ארויס און מלחמה מיט די מענטשהייט וואס קען איר שטיין און וועיג.
אויך מיזן זיי זיך דערווייל נאר באניצן מיט די ביטקוין'ס קארענסי, ווייל אלע אנדערע געלטער זענען רעגאלירט אז עס מיז האבן א מענטשליכע בעל בית, נאר ביטקוין קען זיין זעלבסשטענדיג, וועט מען ארבייטן מיט ביטקוין'ס ביז אלע אנדערע קארענסי'ס וועלן פאלן צי די פיס פון די ראבאטישע זעלבסשטענדיגע רייכע אנגעפאשעטע קארן, וואס האלטן זיך און איין פארמערן און געבוירן נאך און נאך בעיבי קארן.
עס זאל נישט קיינער מיינען אז דער מר. העילען איז א חדר אינגל, ער איז געוועין א הויפט עקזעקעטיוו ביי גוגל'ן, און האט א מעכטיגע רעפאטאציע, ער איז נישט קיין פארלנער בעל דמיון.
זעלבסטשטענדיגער קאר
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
זעלבסטשטענדיגער קאר
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:39 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
דעס קוקט אויס גוט!!
איך זעה מיר שוין זיך אריינזעצן אין מיין דרייווערלאזע לעקסעס, ווען אלע שכנים קוקן מיט שפיזיגע קנאה דורכגעפרעסענע בליקן.... כ'זעץ מיר אריין, כ'זאג "זשאב" און איך וועק מיר אויף אין פארקינג לאט אונטער מיין זשאב דורך די אריינגעבויטע וועק סיסטעם וואס איך האב נעכטן אנגעשטעלט עס זאל לויפן די לעטעס סידי..
פרעג מיר נישט צו איך האב געלט עס צו קויפן.. ווייל איך און דו ווייסן אז נישט.. אבער דעס יא, לויט מיין פלאן, ווען די קאר וועט זיין צו פארקויפן פאר די פאבליק, וועל איך שוין זיין א מיליאנער...!!
וואס? פארגיסט מיר נישט? גיי ארבעט יעצט!!
און איך האב מיר אויפגעוועקט...

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך האב אן אנדערן, וואונדערליכן פלאן. ארויפפליענדיג צו מארס (די לבנה איז שוין אלטמאדיש. נאר אלטע מענטשן גייען דארט אהין.) וועל איך מיטנעמען טאאלס און א פאר (מעקסיקאנער) ארבייטערס און אויפשטעלן א קאר פעקטארי דארט אויבן. אדער אונטן. און אויכעט אויפבויען א ספעיס אינדוסטרי, כדי צו קענען פארן באזוכן דעם פלאנעט ערד. יא. איינס פון די ערשטע זאכן וואס מ'וועט בלי"נ אויפשטעלן דארט איז ווייטץ פאר מצה שמורה (אזוי ווי ס'איז שוין נאנט צו פסח.) פון א געגנט וואס איז מכוון כנגד אריזאנא. און א רעזארט שטעטל, א כשר'ן ישוב, וואו די רבנים שליט"א וועלן קענען פארן ווען ס'וועט זיין ווינטער דא אויף די ערד. איך זאג דא. ווייל דערווייל ביניך נאך דא. המשך יבוא אי"ה...!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
כ'פארשטיי באמת נישט, און געשעפטען בכלל קענען נישט זיין זעלבסשטענדיג? פארוואס נאר די קאר?
און בכלל וועמען טוט דאס בענעפיטען צו מאכען א זעלבסשטענדיגע דומם?
און בכלל וועמען טוט דאס בענעפיטען צו מאכען א זעלבסשטענדיגע דומם?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
פליקער האט געשריבן: ווייל מען האט מורא פון די אלע פראגראמען אז עס וועט זיך שלעכט אויפירן, און אנהייבן טיען צרות פאר די מענטשהייט, אפשר אפילו ארויס און מלחמה מיט די מענטשהייט וואס קען איר שטיין און וועיג.
קאמפיוטערס וועלן קיינמאל נישט קענען טוהן גארנישט פון זיך אליין. ווער עס טוט אביסל אין די זאכן ווייסט אז א פראגרעם איז סימפלי אינסטראקשענס פארן קאמפיוטער און ער פאלגט פונקטליך וואס מען הייסט אים. דער פראגרעמער קען אים הייסן פירן מלחמה אקעגן מענטשן, אבער אליין טוט ער גארנישט.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
ביסט נישט גערעכט, גאר גרויסע יודעי מדע, ציטערען אויפ'ן טאג וואס קאמפיוטערס וועלען אונז איבערנעמען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
איך ווייס נישט וועגן די גרויסע בני בינה ימי שמונה אבער צו האסטו זיך שוין אמאל געזעצט שרייבן א פראגרעם? דו ווייסט וויאזוי א קאמפיוטער ארבעט? א קאמפיוטער האט נאך קיינמאל נישט געטוהן עפעס וואס ער איז נישט געוועהן פראגרעמט צו טוהן און עס וועט קיינמאל נישט געשעהן.
אויב עפעס, האבן זיי מורא אז מענטשן וועלן אויסנוצן די שטארקע מעגליכקייטן פון קאמפיוטערס אנצומאכן צרות פאר די מענטשהייט.
אויב עפעס, האבן זיי מורא אז מענטשן וועלן אויסנוצן די שטארקע מעגליכקייטן פון קאמפיוטערס אנצומאכן צרות פאר די מענטשהייט.
סענט פראם מיי קאושער פאון...