חודש אדר 2015: שמחת החיים 4 און מלא שמחה

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

חודש אדר 2015: שמחת החיים 4 און מלא שמחה

שליחה דורך לאליפאפ »

אזוי ווי די לעצטע פאר יאר, איז אויך די יאר ארויסגעקומען א שמחת החיים אלבום, און פונקט ווי פאריגע יאר איז די מוזיק ארעינדזשד און געשפילט דורך אברומי בערקא.

שמחת החיים האט אין די ערשטע צוויי יאר גענומען מוזיק ביי נפתלי משה שניצלער, און ערשט ביים דריטן און ביים יעצטיגן אנגעהויבן נוצן אברומי בערקא.

שמחת החיים 4 וועלכע איז ארויס נעכטן, דעם פופצנטער פון פעברואר, ענהאלט דריי און צוואנציג ערוועלטע חסידישע היטס, אריינגערעכנט דעם גאר לעצטיגן סינגל פון ר' שלמה טויסיג; מאי דהוה.

אויף שמחת החיים 4 זינגען; מענדל ווערדיגער, זיין זון ישראל, בעני פרידמאן, יהושע בערקא, און יומי לאווי. עדאלט קווייער איז דורך ידידים העולמית דאס זענען נישט ידידים וואס מיר זענען געוואוינט צו זען דא אין ניו יארק, נאר א ארץ ישראל'דיגע גרופע אנגעפירט דורך מיכאל וויינבערגער פון ירושלים, און קינדער קווייער איז דורך די לעצטיגע ידידים דזשוניאר.

מוזיק איז ווי געזאגט געשפילט דורך אברומי בערקא, חוץ עטליכע פלעצער ווי עס איז דא אמת'ע ברעסס דורך דעני פלאם; ריעל סעקסאפאון דורך שלומי כהן, און אביסל עכטע גיטאר דורך חיים באקשן וועלכער איז אונז באקאנט פונעם סימפיני ארקעסטרא.

יעצט צוריק צו מלא שמחה.

מלא שמחה איז א ניגון מוזיק פראדאקשן. און אין פאקט א נפתלי שניצלער פראדאקשן. ער מעג דאך אויך קאנטריבוטירן פארן בעפארשטייענדן יום טוב.

מוזיק מאכט נפתלי משה, און דאס אלבום איז נאך כרגע נישט ארויס לאור עולם. פון די פריוויו הערט זיך עס גאנץ אסאך ניגונים וואס זענען אויך דא אויפן שמחת החיים אלבום. נישט זיכער צו עס איז בכוונה אדער נישט.

מלא שמחה וועט ענהאלטן ניגונים געזינגען דורך; שימי ענגל; יששכר גוטמאן, צאלי גאלד, הרב שלמה טוסיג, מנחם מאשקאוויטש, און די ארץ ישראלדיגע זינגער; יואלי קליין און ארעלע סאמעט.

צווישן די ניגונים וואס ביידע האבן אייניג איז; יש בתורה, אהללה, און נאך איינס וואס איך געדענק נישט אויפן קאפ.

ישמעו ענוים וישמחו!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

חודש אדר 2015 איז עפעס א צומישטע יוצרות...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

שמעקעדיג האט געשריבן:חודש אדר 2015 איז עפעס א צומישטע יוצרות...

שמעקעדיג מ'רעדט דאך פון אדר..

העי פאר איך פארגעס, קווייער אויף טולע מוישעס אלבום איז דורך מיין פעיוואריט איין און איינציגער [tag]MK Studio[/tag], סיי עדאלט סיי קינדער.
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

דרך אגב. האט איינער באמערקט אויפן דעקל ״הרב״?
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

גנדי האט געשריבן:דרך אגב. האט איינער באמערקט אויפן דעקל ״הרב״?

אוודאי! דאס איז מן הסתם די מערסט דורכגעטראכטע דיטעיל פון די גאנצע אלבום ;-)
פארשפארט