זיך נעמען דאס לעבן
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
וואס פארשטייסטו נישט? נישט יעדעמ'ס לעבן איז שיט. און טאקע צומאל ווייל ער האט נישט גענוג די שכל צו ווערן דעפרעסט פון דאס אליינס - דער מחשבה ווי מיינונגסלאז דאס לעבן איז.
אבער אפילו עמיצער קומט שוין יא צום הכרה אז טוב לאדם שלא נברא משנברא ועכשיו שנברא יתאבד במעשיו, טוט ער נאכאלס זיך צוריקהאלטן צוליב חברים, משפחה פרוי און קינדער וכו'.
בדרך אגב, שלא מן הענין, האט עמיצער שוין אמאל אינאכט גענומען? א פאני פאראדאקס, ווען א מענטש נעמט זיך דאס לעבן שרייט מען "סעלפיש" וואס איז לכאורה אן אחריות וואס ליגט אויף יעדער היומען ביאינג צו זיינע קרובים ומכירים, אימפּאוזד ביי נאטור. אבער רוב מאל שטאמען די סיבות פארוואס דער מאן דהו איז צוגעקומען צו אזא החלטה טאקע פון דעם וואס זיינע ארומיגע האבן מועל געווען אין זייער "נאטורליכע אחריות", ווילענדיג אדער אומווילענדיג פאר וואס אימערער סיבה.

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
הקטן האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:יא אבער there is no way back
פין וואו??
איך האב מיך באצויגען צו ר'שלמה'ס ווערטער
האב איך געזאגט אז ס'לוינט זיך נישט צו געוואר ווערן ווייל נאכדעם קען ער שוין נישט ציריקציען he is dead!נייגעריק? איז שוין ענדערש זיך צו נעמען דאס לעבן. וואס לעבן איז ווייסטו שוין, יעצט דארפסטו אויך געוואר ווערן וואס מיינט טויט
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:2. מאמינים האבען זיך גענומען דאס לעבען בשיטה אין די מאסען כמה פעמים. נעמט למשל די אלע קולטס וואס האבען דאס געטוהן צוזאמען, אדער אפילו אידישע מיידלעך וואס האבען עס געטוהן צוזאמען אווס מורא נישט צו ווערען טמא דורך ראפיסטען,
לויט די מאמינים, איז דאך ווען די גוף ווערט אויס, דעמאלט איז די עיקר לעבן. איז נישט זיי נעמען זיך דאס לעבן, פונקט פארקערט, וואו לאנג די רעליגיע האט געהייסן מאכן די הכנות צום ריכטיגן לעבן, בלייבט מען נאך אויף די וועלט, אבער איינמאל רעליגיע זאגט, יעצט קום הנאה האבן פון דיין הארעוואניע וואס די האסט אריינגעלייגט, גייט מען אריבער צום ריכטיגן לעבן
איך פארשטיי נישט, סויסייד ווערט מער בארעכטיגט פארן גלויביגער וויבאלד ער גלייבט אין לעבן נאכן טויט, אבער אז דער אטעאיסט טוט עס ווייזט עס א חיסרון אין זיין (אום)גלויבן ווייל ס'איז גורם מענטשען זאלן נישט מחשיב זיין זייער לעבן. כאפסט?
איך האב דיר געלייקט, ווייל ס'איז א גוט'ס
אבער למעשה, צוריק צום פוינט, ווילאנג מען לעבט אויף די וועלט, האט דער גלויביגער א סיבה דערפאר, ער האט א סיבה און שטופ פארוואס ער וויל לעבן, ער גייט זיך נישט סתם אזוי נעמען דאס לעבן
משא"כ די אטעאיסט, האט מיר נאך קיינער נישט געזאגט, וואס האט ער פון זיין לעבן? איז דא א סיבה פארוואס ער זאל זיך נישט נעמען דאס לעבן?
ווייל שכל איז נישט די מכריע היחידי וואס מענטשן נוצן אויסצופירן באשלוסן. עיין ערך אפלטון וזיגמונד פרויד.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- ר' שלמה אבן גבירול
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
- האט שוין געלייקט: 177 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:וואס פארשטייסטו נישט? נישט יעדעמ'ס לעבן איז שיט. און טאקע צומאל ווייל ער האט נישט גענוג די שכל צו ווערן דעפרעסט פון דאס אליינס - דער מחשבה ווי מיינונגסלאז דאס לעבן איז.
אויב טראכט מען נישט האט מען שוין פריער אויסגעארבעט, יעצט רעדט איך נאר ווען מען טראכט טאקע אריין וואו מיינונגלאז די לעבן איז, איז דא א סיבה זיך נישט צו נעמען דאס לעבן?
טאמבל סאס האט געשריבן:אבער אפילו עמיצער קומט שוין יא צום הכרה אז טוב לאדם שלא נברא משנברא ועכשיו שנברא יתאבד במעשיו, טוט ער נאכאלס זיך צוריקהאלטן צוליב חברים, משפחה פרוי און קינדער וכו'.
בדרך אגב, שלא מן הענין, האט עמיצער שוין אמאל אינאכט גענומען? א פאני פאראדאקס, ווען א מענטש נעמט זיך דאס לעבן שרייט מען "סעלפיש" וואס איז לכאורה אן אחריות וואס ליגט אויף יעדער היומען ביאינג צו זיינע קרובים ומכירים, אימפּאוזד ביי נאטור. אבער רוב מאל שטאמען די סיבות פארוואס דער מאן דהו איז צוגעקומען צו אזא החלטה טאקע פון דעם וואס זיינע ארומיגע האבן מועל געווען אין זייער "נאטורליכע אחריות", ווילענדיג אדער אומווילענדיג פאר וואס אימערער סיבה.
ווען איך פלאנץ איין א זומען פון א בוים און די בוים געבוירט נאך א בוים, האט די בוים אן אחריות פאר די בוים וואס איז געבוירן פון איר זומען?
דער מענטש איז באשאפן געווארן בטעות, זיין קינד איז באשאפן געווארן בטעות, זיין ווייב בטעות, זיינע חברים בטעות, וואספארא אחריות איז פארהאנען פון די בארג צעלן, אויף די אנדערע בארג צעלן וואס איז בטעות ארויסגעקומען פון איר?
אונז רעדן דאך יעצט נאר ווען טראכט עכט אריין. איז דען דא אן אחריות פון איין בארג אטאם'ן בצורת אדם, אויף די אלע אנדערע בערג פון אטאם'ן בצורת אדם?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- Telegram
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 07, 2014 12:16 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
פאר א נישט גלויביגער איז אפשר גרינגער ווען ער האט צרות זיך צו נעמען דאס לעבן, אבער סתם אזוי זעה איך נישט פארוואס ער זאל זיך וועלן נעמען דאס לעבן. ווען די גייסט צו א שיינע פארק זיכסטו נישט סתם אזוי אוועק צו גיין פון דארט, די זעלבע איז ביי אים, ער ענדשוידט אויף די וועלט, וואס עפעס זאל ער וועלן אוועק גיין?
און טאמער עס גייט אים יא שווער מיט עפעס אבער ער קוקט ארויף אויף עפעס, ער קוקט ארויס צו חתונה האבן מיט איינעם, צו ער האט א קליין קינד און ער וויל אים זעהן חתונה מאכן, אדער האבן א אייניקעל, אדער מיט זיין דשאב ער וויל ווערן גרעסער ווי ער איז יעצט, אדער וויל ער נאך קענען ארויס געבען א ביך וואס יעדער גייט אים ארויף קוקן, אא"וו, די עיקר עס קוקט אים אויס אז די לעבן גייט אים נאך ווערן בעסער ווי בעפאר, האט ער שוין א סיבה צו פייטן זיינע שווערעקייטן און וועלן בלייבן לעבן.

- למדן
- היימישער באניצער
- הודעות: 507
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 128 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:ווען איך פלאנץ איין א זומען פון א בוים און די בוים געבוירט נאך א בוים, האט די בוים אן אחריות פאר די בוים וואס איז געבוירן פון איר זומען?
דער מענטש איז באשאפן געווארן בטעות, זיין קינד איז באשאפן געווארן בטעות, זיין ווייב בטעות, זיינע חברים בטעות, וואספארא אחריות איז פארהאנען פון די בארג צעלן, אויף די אנדערע בארג צעלן וואס איז בטעות ארויסגעקומען פון איר?
אונז רעדן דאך יעצט נאר ווען טראכט עכט אריין. איז דען דא אן אחריות פון איין בארג אטאם'ן בצורת אדם, אויף די אלע אנדערע בערג פון אטאם'ן בצורת אדם?
ווער זאגט אז די אחריות אויף די קינדער קומט מכח שכל און דו ברענגסט א ראיה פון דעם בוים, אפשר קומט עס פון דער נפש הבהמית קוק וועסטו זעהן בהמות און חיות היטן אויך זייערע קינדער אהן קיין שום חשבון, ס' א געפיהל וואס א טאטע האט פאר א אייגנס עצם מעצמו, הגם כ' האב נאכנישט אויסגעפיגרט פארוואס.
- ר' שלמה אבן גבירול
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
- האט שוין געלייקט: 177 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
צוליב די לעצטע פאר תירוצים, וואס פארענטפערט נישט מיין שאלה, וויל איך קלאר מאכן וואס מיין שאלה איז נישט
מיין שאלה איז נישט געווען, צו זיי נעמען זיך טאקע דאס לעבן?
מיין שאלה איז אויך נישט צו סתם אזוי אן אריינטראכטן, פארוואס זיי לעבן? (דאס האט [tag]telegram[/tag] זייער גוט אויסגעשמועסט)
מיין שאלה איז אויך נישט צו זיי נעמען קעיר פון די קינדער ווייל די געפיהל זאגט זיי - וואס [tag]למדן[/tag]האט ארויסגעברענט
מיין שאלה איז צו ווען מען טראכט באמת אריין, אלס אן עטאיסט,
איז דא א סיבה זיך נישט צו נעמען דאס לעבן?
איז דא א סיבה צו האבן קינדער?
איז בכלל דא א סיבה פארוואס צו טוהן עפעס? אויפבויען די וועלט?
----
בדרך אגב, אויף וואס [tag]נולד מאוחר[/tag] האט געשריבן - הגם ס'איז נישט מיין שאלה
ווי א יאר שפעטער פאלן די פראצענט קינדער ביי די אומה"ע

נולד מאוחר האט געשריבן:אויב שוין יא אחריות פאר אנדערע, ווי איז דו אחריות פון אריינברענגן קונדער צי אזא וועלט וואס דו אליינס זעסט איין אז סנישט ווערט צי לעבען? האט דען דו אטיעסט נישט קיין קונדער.
ווי א יאר שפעטער פאלן די פראצענט קינדער ביי די אומה"ע
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 220 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:מיין שאלה איז צו ווען מען טראכט באמת אריין, אלס אן עטאיסט,
איז דא א סיבה זיך נישט צו נעמען דאס לעבן?
איז דא א סיבה צו האבן קינדער?
איז בכלל דא א סיבה פארוואס צו טוהן עפעס? אויפבויען די וועלט?
איז דא א סיבה פארוואס א אטעאיסט זאל נישט קייען פאפיטעס?
איז דא א סיבה פארוואס ער זאל נישט זינגען לכה דודי?
איז דא א סיבה פארוואס ער נישט אראפקטנ'ן פונעם גרענד קעניאן?
דו זאגסט דו פראבירסט צו טראכטן אלס אן אטעאיסט אבער פרעגסט מיט א אראגאנץ פון א גלויביגער כאילו דער גלויביגער ווייסט דער סיבה און נאר זיין סיבה קען זיין אמת, און אויב גלייבט איינער נישט אין זיין סיבה מוז ער זיך שוין פארענטפערן פארוואס נישט צו נעמען דאס לעבן. בעת אבער דער אטעאיסט ווייסט פון דיין סיבה און האט אריינגעטראכט דערין און האלט אז אויב עפעס וואלט דער גלויביגער געדארפט נעמען דאס לעבן.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 144
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
- האט שוין געלייקט: 68 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל
ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:מיין שאלה איז צו ווען מען טראכט באמת אריין, אלס אן עטאיסט,
איז דא א סיבה זיך נישט צו נעמען דאס לעבן?
איז דא א סיבה צו האבן קינדער?
איז בכלל דא א סיבה פארוואס צו טוהן עפעס? אויפבויען די וועלט?
איז דא א סיבה פארוואס א קוה טוט זיך נישט אן א מעשה ר"ל? פארוואס זי קעלבערט זיך? געשלעכט זיך? ברויך מען זוכן א סיבה מער ווי אז דאס איז די נאטור? זי טוט אזוי ווייל אזוי טוט א קוה.
את"ל, א בר שכל איז אנדערש. א מענטש טוט אלעס מיט יישוב הדעת. די פירכא איז אין די קאשע. והא ראיה אז אטעטיסטן באגיין נישט זעלבסטמארד כאטש עפ"י שכל איז נישטא קיין הסבר דערפאר.
ואת"ל הא גופא קשיא. כלומר, דאס מענטשהייט באשטייט פון טעאיסטן און אטעאסיטן. טעאיסטן טיילן איין אלע מעשים אין מצוות און אין עבירות. טעאיסטן טוען מצוות, און האלטן זיך צוריק פון אן עבירה. טעאיסטן האבן קינדער און נעמען זיך נישט דאס לעבן, ווייל די ערשטע איז א מצוה און די לעצטע אן עבירה.
אויב יראת שמים וואלט געווען די איינע סיבה פון האבן קינדער און זיך נישט נעמען דאס לעבן, וואלט געדארפט זיין ענדליכע מאס יראת שמים ביי אנדערע מצות עשה'ס ולא תעשה'ס. ס'טייטש, וויפיל טעאיסטן נעמען זיך נישט דאס לעבן, אזויפיל טעאיסטן זענען נישט מז"ל. וויפיל טעאיסטן עס בויען אויף א בית נאמן, זענען אויך נושא ונותן באמונה.
דאס איז אבסורד, ווייל אויב אזוי תשובה למה לי? דאס עקזיסטענץ פון תשובה איז א באווייז אז זינד עקזיסטירט צווישן די לעבעדיגע וועלכע באגיין נישט זעלבסטמארד.
אלא מאי, ס'דא אנדערע מאטיוון צו לעבן און צו פריה'ן חוץ די געטליכן ציוי. און די אנדערע מאטיוון זענען אייניג ביי טעאיסטן און אטעאיסטן צוגלייך. במילא די שאלה דארף זיין נישט פארוואס דייקא אטעאיסטן לעבן און פארמערן זיך, נאר פארוואס דאס מענטשהייט בכלליות.
דאס אז די ענטפער איז נישט אויבערפלעכליך אין באוואוסטזיין, אפילו אויב מען קען דערגיין דער ענטפער נאך טיף אריינטראכטן, איז א באווייז אז מענטשן טוען די זאכן, נישט ווייל זיי האבן סיבה דערצו. אויב אזוי, מותר האדם מן הבהמה אין. סיי די בהמה און סיי דער מענטש טון זאכן וואס זענען אין זייער טבע, אן קיין פארוואס.
השתא דאתית להכי, דארף מען שוין נישט זוכן א שכלדיגע טעם. טבע איז גענוגנדן. א מענטש וויל לעבן און רעפראדוצירן ווייל דאס איז זיין נאטור, פונקט ווי בושה, שלוקעצן, און קראצן די פיס.
ביבער האקט