שליחה
דורך שמעקעדיג »
ווי שוין געשריבן אין אנדערע אשכולות, ארבעטן די ארונים אויף קעסל און כלים אויסצורייסן די טעכנאלאגישע כלים פון זייערע מענטשן, מען באמבארדירט מיט אסיפות, צעטלעך און פלאקאטן אז ס'גייט א רויך. און דער ש.ש.ט. פון דער בלאט האקט שטיקער ממש משוגע.
כ'מוז מודה זיין אז עס האט א היבשן אפעקט, איך האב שוין געזען טייל פון זיי אויפגעבן כלים צי טעקסט וכדו'. (וואס דארפן מיר מער אז @שעפטל און @גאלד דרייען זיך מער נישט דא לעצטנס...)
אבער די פאלגענדע זאץ וואס ש.ש.ט. שרייבט די וואך אין זיין ארטיקל איז מיר געווען אויפפאלענד. קענען זיי דאס אסר'ן לויטן געזעץ??
וירח ה' את ריח הניחוח