איז די שומרים ארגעניזאציע א התגרות באומות ?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
[NAMELESS]

איז די שומרים ארגעניזאציע א התגרות באומות ?

שליחה דורך [NAMELESS] »

נעכטען האט הרב וואזנער שליט"א דער רב פון קהילת מהר"א סאטמאר אין לאנדאן , ארויס געגעבן א בריעף ווי ער טוט אסר'ן זיינע יונגעלייט זיך אן צו שליסן אין די ארגענעזאציע , אין ער ברענגט ארויס אז דאס דארף זיך אפ שטעלן וויבאלד עס איז גורם א שרעקליכע התגרות !! ווייל לפי דעתו פון רבינו הקדוש איז אסור א שולטון עצמי , אין האבען אזא ארגענעזאציע רופט ארויס בייז בלוט ביי די גויאישע שכנים, ווייל די אידען זענען די איינציגסטע פון אלע גרופעס וואס האבן א אייגענע באנדע וואס נעמט יוסטיץ אויף די אייגענע האנט !!

אין אויך האבן זיי מפרסם געווען דעם דעת פונעם בעל חשב האפוד זצ"ל וואס האט שוין אין שנת תשנ"ה ביים גרינדן די ארגענעזאציע מפרסם געווען אז דאס איז שלא ברשותו !!!

יעצט בלייבט איבער צו זען צו עס גייט טוישן אביסעל די התנהגות פון די ציבור כלפי די מעמבערס , אין צו זייער התנהגות צו די גוים וועט נישט זיין אזוי בפומבי ,
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

רב וואזנער'ס פאטווא.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

קאשוי רב האט אויך אזוי געהאלטן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך בין נישט באקאנט מיט די וועג פון די אפעראציעס פון די לאנדאן שומרים, קען איך נישט זאגן קיין מיינונג צו זיי האנדלען יא אדער נישט ריכטיג. אבער די ניו יארק שומרים, וועלכע שליסט איין ב.פ., וויליאמסבורג און פלעטבוש פונקציאנירט אויף א וועג וואס איז אין פולשטענדיגן קאאפעראציע און מיט די הסכמה פון די פאליס דעפארטמענט. אדרבה. די פאליס זענען צופרידן אז די שומרים העלפן זיי צו אין זייער ארבעט. ממילא איז עס בכלל נישט קיין התגרות באומות.

איין הערה, איבער די לאנדאן שומרים: ס'איז מעגליך אז דער פאקט וואס זיי נוצן קארס וועלכע זענען אינגאנצן ענליך צו די פאליס קארס, ברענגט ארויס דעם כעס פון די גוי'אישע באפעלקערונג. וועלכע טייטשן אריין דערין אז זיי האבן די זעלבע פאוער און מאכט וואס די געהעריגע פאליס. וואס דאס איז מסתמא נישט אמת. אפשר, אויב זיי וואלטן גענוצט פשוט'ע, אנ-מארקעד קארס וואלט דער זעם פון די גויים נישט געווען אזוי שטארק...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

ער האט א פראבלעם מיט התגרות באומות? ער האט א פראבלעם מיט ככל הגוים בית ישראל!

און גראדע האלט איך ער איז גערעכט. ער פארשטייט אז שומרים איז א סעלושען (אויך מיר א סעלושען) צו א פראבלעם וואס וועט נאר עלימינירט ווערן ווען ס'וועט געשען איינע פון די צוויי. אדער ווען התגרות באומות וועט מותר ווערן בב"א אדער וועט מיר וועלן זיך עמאנציפאטן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הירץ אייכל גומפרץ האט געשריבן:ער האט א פראבלעם מיט התגרות באומות? ער האט א פראבלעם מיט ככל הגוים בית ישראל!

און גראדע האלט איך ער איז גערעכט. ער פארשטייט אז שומרים איז א סעלושען (אויך מיר א סעלושען) צו א פראבלעם וואס וועט נאר עלימינירט ווערן ווען ס'וועט געשען איינע פון די צוויי. אדער ווען התגרות באומות וועט מותר ווערן בב"א אדער וועט מיר וועלן זיך עמאנציפאצירן.

ר' הירץ אייכל: במחכת"ה איז די תשובה שלא מן הענין. ווייל דער גאנצער טעם פארוואס שומרים האט זיך געגרינדעט איז, ווייל ס'איז געווען זייער א הויכע קריים ראטע אין די אידישע געגנט פון סטאמפארד הילל. און ביז די פאליס זענען אנגעקומען אויפ'ן פלאץ זענען די קרימינאלן שוין לאנג אנטלאפן. נאכאמאל. איך ווייס נישט פונקטליך דעם אופן פון זייער אפעראציע. אבער, למשל דאהי אין ניו יארק ווייסן די קרימינאלן אז שומרים וועט לייגן א האנט אויף זיי און איבערגעבן פאר די פאליס. ממילא האלטן זיי זיך אין א סאך פעלער צוריק פון באגיין קרימינאלע אקטן...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:אבער די ניו יארק שומרים, וועלכע שליסט איין ב.פ., וויליאמסבורג און פלעטבוש פונקציאנירט אויף א וועג וואס איז אין פולשטענדיגן קאאפעראציע און מיט די הסכמה פון די פאליס דעפארטמענט. אדרבה. די פאליס זענען צופרידן אז די שומרים העלפן זיי צו אין זייער ארבעט. ממילא איז עס בכלל נישט קיין התגרות באומות.

ר' בערל איך מיין אז ווען עס איז אנערקענט ביי די פאליציי איז עס אין א געוויסע זון א גרעסערע התגרות !!
ווייל ווען עס איז א אן עפישעל גרופ קען מען עס אנקוקן ווי א אידישע גענג גרופ וואס פאטרילירט די גאסען ,אבער טאמער איז עס אפישעל ביי די רעגירונג ( וואס אינז אידעלעך זענען די "איינציגסטע" מיט אן אייגענע פאטראל ..)אין נאך יעדע אינצידענט לאזן זיך די "אידישע שטאט טאטעס " הערן אין די פרעסע מיט באמבאסטישע רעדעס ..דאס טוט זיי אסאך מער אויף רייצן אין עס טראגט א גרויס חלק אין די התגרות,
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

ניין, ס'פאנגט זיך אן אזוי.
העקני איז א געגנט וואו ס'וואוינען אסאך ארימע מינאריטעטן, אימיגראנטן און לאווער קלאס, [און נאטורליך ציהט דער געגנט צו חרדים צוליב די הויכע בענעפיטס און סאושל הילף וואס מ'קריגט אין דעם בארא.] א קאמבינאציע פון דאס און נאך סיבות האבן ביסלעכווייז ארויסגעשטופן די נאטיוו ענגלישע פון אירע גרעניצן און געהויבן קריים ראטע אין די געגנט, אינפילטריט די לאקאלע אויטאריטעטן מיט אינטערעסע דריווען אגענדעס א"נ. יעצט פון די וויקטעמס אף קריים האבן ספעציעל די חרדים געליטן דאס מערסטע. און דא ליגט די הינט באגראבן. ווען אנדערע קאמיוניטיס אין שטאט זאלן אזוי פיהל ליידן, פרעצענטואליש ווי די חרדים אדער ווען ס'זאל זיך גרינדן א כמו-שומרים ארגיניזאציע מיט וואלונטירן פון אלע ראסן און קהילות אין שטאט וואס ארבעטן צוזאמען ארויסצוהעלפן די פאליציי כאפן קרימינאלן אגרי איך מיט דיר.

אבער יעצט אז רב וואזנער האט שוין געזען פאר וויכטיג ארויסצוטרעטן קעגן זיי איז א סימן אז ווארשיינליך פאנגען זיי אן צו גיין אויף א גוטן ריכטונג.

-------
געוואגטער אינגל האקט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ווי די וועלט זאגט: א געווארענער איז מער ווי א געבוירענער. רב וואזנר וויל פשוט ווייזן אז ער איז אויסכעקאכט אין די סאטמערע שיטה
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

די אויספירליכע בריוון פון דעם הרב וואזנער יעדן שני וחמישי אויף דברים של מה בכך צייגט נישט אויף קיין איבערגעטריבענע חכמה און דאס אוועקגעבן מלחמה פולווער פאר לופט וועט אים אין דער ענדע צוריקפאטשן אין פנים מיט'ן ביישטייערן נאך איין שטיינדל צום סתימת הגולל פונעם ללעג ולקלס'דיגן כח הרבנים.
אלנפאלס, מיר זעט אויס אז ער גלייכט זיין שיינעם שריפט און ער איז אויסן זיך צו פאטאגראפירן דערמיט ווען אימער א געלעגנהייט.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

ווי אזוי ווילסטו ער זאל ארויסגעבן 12 בענדער שרביט הלוי אויב נישט פון אזוינע בריוון?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לית דין בר נש האט געשריבן:ווי אזוי ווילסטו ער זאל ארויסגעבן 12 בענדער שרביט הלוי אויב נישט פון אזוינע בריוון?

לית דין בר נש: דיין קאמענט איז עולה על כולנה... :lol:
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

הער איך אז דער רב פון חברת שומרים הגאון ר' יוסף פאדווא איז געווען נעכטן ביים סאטמאר-לאנדאן רב און זיי פרובירן צו פארהאנדלן איבער דעם.

מער פרטים נעקסטע וואך ווען דער רב וועט זיין צוריק פון אנטווערפן
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

פונעם נ.ב. אינעם בריוו זעט מען אז ס'איז פשוט א פאוער גרעב, ער וויל קאנטראלירן די שומרים. ווי אויך זוכט מען צו פוינטער פינגערס און באשולדיגן שומרים אויף די לעצטיגע אנטיסעמיטיזם, ווען די עכטע אויפברויז איז געקומען ווען עקסטרעמיסטן האבן אויפגעהאנגן שילדן וואס הייסן פרויען גיין אויף די אנדערע זייט גאס.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווי ר' בערל שרייבט אויבן, כ'געדענק נאך ווען שומרים האט זיך געגרינדעט, נאכן ליידן ציפקע צרות פון די גוי'אישע שכנים וועלכע האבן טעראריזירט די אידישע שכונה אין וויליפעסט, און ווען מען האט געקאלט די פאליציי זיי אויפצואוועקן פון זייער שלאף זענען זיי קודם געגאנגען אויספאסטן אויף אפאר סלייסעס פיצא, און זענען אנגעקומען ווי א שירעם נאכן רעגן, די קריים ראטע איז ארויף סכנה'דיג הויך, האט מען דאן געגרינדעט די שומרים אלס "זעלבסט-שוץ", זעלבסט פארטיידיגונג, נישט צוליב התגרות באומות, נאר איה"נ אנגעהויבן האט זיך עס אז זיי פלעגן בכבודם ובעצמם דערלאנגען די שקצים מיט די פויסטן כראוי וכיאות, דאס איז טאקע געווען אביסל טו-מאטש (הגם באותה שעה איז עס געווען העכסט פאסיג און וויכטיג), היינט צו טאגס העלפן זיי נאר די פאליציי, און נאך פונקציעס ווי העלפן זוכן פארלוירענע מענטשן, עפענען טירן פאר אויסגעשפארטע (חברים האט שוין אפשר איבערגענומען דעם חלק) אא"וו, ממילא די ווארט התגרות באומות קומט נישט אריין דא, קיינער זוכט נישט צו רייצן קיין פעלקער, לא מיני' ולא מקצתי', אדרבה מי יתן והי' עס זאל זיין רואיג און מען זאל לעבן בשלום.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:פונעם נ.ב. אינעם בריוו זעט מען אז ס'איז פשוט א פאוער גרעב, ער וויל קאנטראלירן די שומרים. ווי אויך זוכט מען צו פוינטער פינגערס און באשולדיגן שומרים אויף די לעצטיגע אנטיסעמיטיזם, ווען די עכטע אויפברויז איז געקומען ווען עקסטרעמיסטן האבן אויפגעהאנגן שילדן וואס הייסן פרויען גיין אויף די אנדערע זייט גאס.

אבער איינס פון די נקודות וואס דער אנטיסעמיט האט ארויפגעברענגט איז אז די שומרים נוצן קארס וועלכע זעען אויס די זעלבע ווי די פאליס. אפשר דאס קען מאכן די גוי'אישע שכנים אויפגערעגט, כמו שאמרתי...!
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

צום מערסטן געפעלט מיר די לעצטע שורה "ובזה הננו מגלים דעתנו שאין לנו שייכות לחברה זו, ואין היא על דעתנו, והם אינם שליחינו". דערמיט גלייבט מסתמא הרב וואזנער אז ער האט אפגעטון דעם חרון אף פון די גויים.

באלד קומט שוין אריין נטרונא אינעם בילד, צו לאזן הערן דעם מעסעדזש קבל עם ומלואו...

#פאליטיק-באזירט-אויף-תמימות
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

העמיר זעהן אויב זיי וועלן דארפן צוקומען צו די שומרים אויב זיי וועלן טאקע נישט האבן קיין שייכות.
וירח ה' את ריח הניחוח
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ר' משה בער בעק האט געשריבן וועגן דעם א גאנץ חיבור מיטן נאמן שוא שקד שומר.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:העמיר זעהן אויב זיי וועלן דארפן צוקומען צו די שומרים אויב זיי וועלן טאקע נישט האבן קיין שייכות.


דאס דערמאנט ווען א געוויסער אדמו"ר (צופעליג א חשובער אדמו"ר אבער אמת בלייבט אמת) וואס האט לוחם געווען אז הצלה טאר נישט נעמען קאללס אום שבת, האט אליין געהייסן רופן הצלה ווען ער האט עס געברויכט פאר זיך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פלאוויוס האט געשריבן:צום מערסטן געפעלט מיר די לעצטע שורה "ובזה הננו מגלים דעתנו שאין לנו שייכות לחברה זו, ואין היא על דעתנו, והם אינם שליחינו". דערמיט גלייבט מסתמא הרב וואזנער אז ער האט אפגעטון דעם חרון אף פון די גויים.

באלד קומט שוין אריין נטרונא אינעם בילד, צו לאזן הערן דעם מעסעדזש קבל עם ומלואו...

#פאליטיק-באזירט-אויף-תמימות

פלאוויוס: ייש"כ. דו האסט מיר ממש אויסגעכאפט די ווערטער.נאר איך וויל עס שוין נישט איבערחזר'ן ווייל איך סאונד ווי א צובראכענער רעקארד אדער סי.די.
אבער דאך. דא קענמען זעהן באידרא זוטא ווי ווייט צו דער זאך דער מעסעדזש פון נטרונא איז... :roll:
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ידידינו ר' שמעקעדיג האט שוין א ביסל בארירט די נקודה...

עס איז דא 2 באזונדערע ענינים דא:

א) צו עס פעלט בכלל אויס א שומרים.
ב) צו עס הייסט התגרות באימות.

לאמיר אנפאנגען מיט ב' וואס מיינט התגרות באימות?

זייער א סאך מענטשען האבן ארויס דאס התגרות באימות זייער נישט קלאר. מען מיינט אז התגרות באימות מיינט מרבה זיין אנטיסעמעטיזם, עס איז בכלל נישט ריכטיג, מרבה זיין אנטיסעמעטיזם איז נישט אזוי ווייט קיין איסור, עס איז א מער פארברעך קעגן די מענטשהייט, אריין לייגן כלל ישראל אין א סכנה גייט אריין בגדר רציחה ממש..... אבער נישט דאס איז די איסר פון התגרות באימות....
דער איסור פון התגרות באימות איז א פיליאלע פונעם איסור שלא ימרדו באימות, וואס איז פון די שביעות וואס דער אייבישטער האט באשוואוירען די אידן אין גלות.. אז מען טאר נישט רעוואלטירן קעגען דעם גזירות הגלות און ארויס ווייזען נאציאנאלע זעלבסשטענדיקייט, אויב אבער מען ווייזט נישט ארויס קיין נאציאנאלקייט און אראפווארפן פון זיך דעם עול הגלות, איז עס נישט אין דעם גדר פינעם איסר פון התגרות באימות.

איצט אזוי: שומרים ווייזט נישט ארויס קיין אראפווארפן עול הגלות. אדער קיין נאציאנאלקייט, דעריבער איז אומפארשטענדליך פארוואס מאנכע שרייען התגרות, וואס יא? עס איז מרבה אנטיסעמעטיזם!, דער גוי וואס צאהלט שטייער און באקומט פראטעקציע און שוץ פון די פאליציי קען נישט דערליידען דער פאקט אז פאר די אידעלעך מיט די האדעסיס איז נישט גענוג גוט די אלגעמיינע פאליצייאישע שוץ, ניין זיי זענען מער זיי מיזן האבן מער שוץ, זיי מיזן האבן אייגענע לעלוס, ווי פארשטענדליך קען עס א נארמאלער שטייערצאהלער גוי נישט פארליידן, און עס גיבט אים נישט צו קיין ליבשאפט צום איד......

יעצט לאמיר גיין צום ערשטען....

אין די כ' יארן ווען הרב משה האפמאן האט מייסד געווען די שומרים איז דער מצב אינעם טריבען געטא וויליפעסט געווען כאאס, די מצב אין וויליפעסט געווען איום ונורא, עס האט בכלל דאן געהערשט אן הפקרות אין די וועלט די אמעריקאנער יונגווארג האט אנגעהויבן אוועק צו ווארפן דעם אנצוג מיטן נעקטיי, מיטן הוט, און זיך אנגעהויבן צו באקליידן מיט צוריסינע דשינס און מאדענע טי שערטס, און אויער רינגלעך אויף די נאניעס, און שרעקעדיגע שלענג טאטוס אויפן גאנצען גוף, און זענען פארוואנדעלט געווארן פאר הפקר און גזעץ לאזע יונגען, דאס האט אנגעברענגט א פארפלייצונג פון פארברעכען אין די גאנצע פאראייניגטע שטאטן..... גניבות און רציחות זענען געווען רוטין.... און די געזעץ היטער זענען געשטאנען הילפלאז.....

דער ר' משה האט נישט געקענט צו קיקן ווי אידיש געלט ווערט גערויבט, און ווי געשעפטן ווערן געפילדערט דירך די יונגע שקוצים, און זקינים ונערים ווערן צו שלאגען אין די גאסען, זיין אידיש הארץ האט דאס נישט געקענעט פארנעמען, דעריבער האט ער גרופירט א גרופע ערענסטע מענטשען, און נגעהויבן צו פאטראלירן די גאסן, און אויב האט מען געכאפט א גוי דירך פירן א גניבה, האט מען אים מכבד געווען מיט אזאנע מכות, אדש אז דער אותו איש זעלבס צו וועם דער גוי האט געשריגען פאר זיינע צרות, איז כמעט פארטויבט געווארן, און נאך בעפאר די פאליציי איז נאר אנגעקומען צום כאפצעם צענע, איז שוין נישט געווען קיין זכר פון די שומרים מעמבער, זיי האבן בס''ה געדארפט רופן אן שטאטישער אמבעלונס וואס זאל דעם צומזיקטען ערל אריין פירן קיין בעלוויו (אויב ער איז נאך געווען צווישען די לעבעדיגע) אזוי ארום האבן די יונגע שקצים אנגעהויבן איינצוזעהן, אז דדירך פירן א גניבה אין וויליפעסט, מיינט אהיים צו קומען א מרוח אשך אן קיין ציין, און א אויסגעשאסען אויג.... אזוי ארום האט ארדענונג ציריק אנגעהויבן הערשען אין געטא.....

הייינט אבער איז די שומרים א אומווירקזאמע ארגענעזאציע, וואס קיינער דארף נישט און קיינער שעצט נישט, די לעלוס מיט וואס זיי שמייסען ווען א מאדענאויסזעהנער ערל באווייזט זיך אין געטא, עקעלט און גרוילט פאר די מענטשהייט, עס איז שוין העכסט צייט דאס אויסצוראטען מיטן ווארצעל...... זאלן די לעלא שטינקערס זיך טרעפן אנדערע אופנים ווי אזוי ארויף צו ברענגען אויף זיך, דאס אויפמערזאמקייט..... די פאליציי מאכט היינט א גוטע ארבייט און קומען אן גאר שנעל, און די פארברעכן ראטע איז גאלד קעגן אמאהל...... מיר צאהלן שטייער פאר פאליצייאישע שוץ, לאמיר געניסען דערפון..........
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כבוד הרב קאך לעפל.
איך שעץ זייער די פאקט אז די נעמסט דיך אן פאר דיין פארטיי, נאך אלעם האסט לכאורה דארט געלערנט אין ישיבה און די שיקסט דיינע קינדער דארט און די מוסדות במילא שעץ איך דיר פאר דיין הכרת הטוב וואס די פארמאגסט פאר זיי, ווי אויך וועסטו לכאורה קריגען עטליכע לייקס פון גאלד און די אנדערע החונים אתך תחת דגל אחד.
אבער מוזט פארשטיין אז ס'איז דא וואס זעהן יא איין א תועלת אין חברה שומרים, פארשטייט זיך אז מ'דארף שוין נישט אנהאקן גוים ווייל די פאליציי שטעלט זיך מער צו אבער נאך אלעם קומען זיי שטארק צוניץ ווען אימער מ'דארף כאפן א גוי וכדומה וואס פאליס וועט קיינמאל נישט נאך לויפן און זיי יא, ווי אויך נעמט נאך היפש צייט ביז פאליס באווייזט זיך, און לאמיר נישט פארגעסען אז זיי האבן אסאך ארבעט צווישן יודן מיט יודן זעלבסט. און ווער רעדט נאך ווען מ'דארף אויפזיכען א פארלוינער. אדער ווען מ'דארף באוואכן א געגנט ווי ס'קומט פאר טעגליכע גניבות וואס פאליס וועט קיינמאל נישט שטיין דארט אגאנצע נאכט.
דער הרב וואזנער קוקט סתם אויף אביסל באליידיגט און צובלאזען, ווער סליינט גוט צווישן די שורות קען באמערקן אז ער וויל ווערן פון די וועד הרבנים דארט.
פארשפארט