ירושלים מיין שטאט פון גאלד

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

ירושלים מיין שטאט פון גאלד

שליחה דורך נופת צופים »

קלארע לופט װי װיין לויטער
די שמעק פון סאסנע װינקט
געטראגען מיט די אװנט װינטער
די קלאנג פון גלעקער קלינגט

א שטילער שלאף די בוים און שטיינער
אין חלומ'ל פארכאפּט
דער שטאט װאס זיצט אליין איינער
אינדערמיט א װאנט עס טאפּט


ירושלים די שטאט פון גאלד
און פון קופּער און ליכטיגקייט
פאר אלע דיינע לידער
א פידל בין איך גרייט



די װאסער גריבער טרוקן אלע
אין מארק נישט דא קיינער
אין אלט שטאט אויף דעם הר הבית
אפילו נישט איינער

אין טיפע היילן אין די פעלזן
יאמערט דארט די װינד
צום ים המלח פון יריחו
גייט קיינער נישט אצינד


ירושלים די שטאט פון גאלד
און פון קופּער און ליכטיגקייט
פאר אלע דיינע לידער
א פידל בין איך גרייט



קומענדיג צו דיר היינט זינגען
באקרוינען דיר מיט עהר
בין איך נאך קלענער פון דיין יונגסטע
די לעצטע ליד זינגער

דיין נאמען װי א קיש פון שרף
פארברענט די ליפּן גיך
ירושלים די שטאט פון גאלד
כ'קען נישט פארגעסן דיך


ירושלים די שטאט פון גאלד
און פון קופּער און ליכטיגקייט
פאר אלע דיינע לידער
א פידל בין איך גרייט



צוריקגעקערט צו די גריבער װאסער
צוריק צום מארק געשװינד
אויף הר הבית טוט א שופר שרייען
אין אלט-שטאט שוין אצינד

און אין די היילן אין די פעלזן
טויזנט זונען שיין
אויפ'ן װעג דורך יריחו
צום ים המלח גיין


ירושלים די שטאט פון גאלד
און פון קופּער און ליכטיגקייט
פאר אלע דיינע לידער
א פידל בין איך גרייט
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

דארף מען אודאי דערמאנען אז די מקור פונעם 'פידל' איז אין ר' יהודה הלוי'ס 'ציון הלא תשאלי'.

וְעֵת אֶחֱלֹם שִׁיבַת שְׁבוּתֵך, אֲנִי כִנּוֹר לְשִׁירָיִךְ.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

שליחה דורך נופת צופים »

ונבנתה העיר האט געשריבן:דארף מען אודאי דערמאנען אז די מקור פונעם 'פידל' איז אין ר' יהודה הלוי'ס 'ציון הלא תשאלי'.

וְעֵת אֶחֱלֹם שִׁיבַת שְׁבוּתֵך, אֲנִי כִנּוֹר לְשִׁירָיִךְ.


ריכטיג. אויף וויקיפעדיע האט איר מקורות פון נאך חלקים פונע'ם ניגון.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

[tag]נופת צופים[/tag] שמך נאה לך ואתה נאה לשמך
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בכלל איז דא רומערס אז נעמי שמר, די קאמפאזיטארין פון דעם שיר האט עס בעצם (די ניגון) געגנב'ט פון א פאסטוך פון באסק...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

הערליך שיין.
berlbalaguleh האט געשריבן:בכלל איז דא רומערס אז חנה שמר, די קאמפאזיטארין פון דעם שיר האט עס בעצם (די ניגון) געגנב'ט פון א פאסטוך פון באסק...!

סוף ימיה האט זי מודה געווען דערין.
ימים אחדים לפני מותה, בחודש יוני האחרון, התוודתה המלחינה והמשוררת, כלת פרס ישראל, נעמי שמר, כי לחן "ירושלים של זהב" - שירה הנודע מ-1967 - מבוסס על שיר ערש מחבל הבאסקים שבספרד. לדבריה, היא השתמשה בשיר הבאסקי "בבלי דעת", וכשנזכרה בכך נכנסה לפאניקה: "אני חושבת את כל העניין לתאונת עבודה מצערת, עד כדי כך מצערת שאולי בגלל זה חליתי", כתבה לידידה המלחין חתן פרס ישראל, גיל אלדמע, שיזם את חיבור 'ירושלים של זהב'. "אתה האיש היחידי בעולם - נוסף למשפחתי - שצריך לדעת את האמת על 'ירושלים של זהב' והנה האמת", כתבה שמר.

ב-1967 פנה אלדמע לשמר וביקש ממנה לכתוב שיר לפסטיבל הזמר של אותה השנה, והיא חיברה את השיר "ירושלים של זהב" (מקור שמו של השיר בתכשיט שאותו נתן רבי עקיבא במתנה לרעייתו רחל). השיר הושמע לראשונה בפסטיבל הזמר בירושלים במוצאי יום העצמאות 1967, והקסים מיד את שומעיו, בין היתר הודות לביצועו בפי הזמרת שולי נתן - אז עדיין זמרת אלמונית, שעליה התעקשה שמר שהיא המתאימה לבצע את השיר.

לדברי שמר במכתבה לאלדמע, היא שמעה את השיר הבאסקי באמצע שנות ה-60, מפי ידידתה, הזמרת המנוחה נחמה הנדל. "כנראה באחת הפגישות האלה נחמה שרה לי את שיר הערש הבאסקי הידוע והוא נכנס לי באוזן אחת ויצא מהשנייה", כתבה שמר. "בחורף 1967, כשהתלבטתי בכתיבת 'ירושלים של זהב', כנראה שהשיר ההוא זחל אלי בבלי דעת. גם לא ידעתי שיד נעלמה הכתיבה לי שינויים במקור: המעבר למז'ור בתיבה הרביעית, הסקוונצה השלישית במילים 'הלא לכל שירייך' והסיום. יוצא שמישהו כאילו הגן עלי וסיפק לי את שמונה התיבות שלי שמקנות לי את הזכויות לגירסה משלי על שיר העם. אבל כל זה נעשה, כאמור, בבלי דעת".

שלושה שבועות לאחר פסטיבל הזמר פרצה מלחמת ששת הימים, והצנחנים שהגיעו לכותל שרו את השיר על הר הבית וליד הכותל המערבי.

מאז היה השיר למעין המנון לאומי והיה למפורסם ביותר מבין שיריה של שמר. לאחר המלחמה הוסיפה שמר לשיר בית נוסף שנפתח במילים: "חזרנו אל בורות המים..."

במשך השנים נשאלה שמר לא אחת אם השתמשה בשיר הבאסקי ותמיד הכחישה זאת בכעס. בסיום מכתבה לאלדמע כתבה: "הנחמה היחידה בשבילי היא שאני מספרת לעצמי שאולי זאת מנגינה של האנוסים ובסך הכל החזרתי עטרה ליושנה. עכשיו אתה, גיל, יודע את האמת ואני מרשה לך לפרסם אותה ברבים".

מערכת וואלה! מוסיפה:

משפחתה של נעמי שמר מסרה בתגובה: "אנחנו אוהבים את גיל ומברכים על החלטתו לפרסם את המכתב. מן המכתב עולה שזה היה גם רצונה של אמא. שלא כמשתמע מהכותרות המטעות, אנחנו חושבים שכדאי לפרסם ולקרוא את המכתב במלואו, כדי להדגיש שהדמיון הקל בין המנגינות, שכל כך ייסר את אמא, אירע בבלי דעת." תגובת המשפחה הועברה באמצעות משרד האמרגנים "מיתר קוטלר".
האדם לא נברא אלא להתענג
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

זייער אינטערעסאנט יאיר. כ'האב געוואוסט פון די שמועות, נאר כ'האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס אזא גאונ'טע ווי שמר זאל דארפן נאשן פון דער פרעמד. ס'איז א רחמנות אויף איר אז זי האט געהאט אזא מיאוס'ן עקסידענט. אויף אלע שונאים געזאגט...
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

דא האב איך געברענגט די יוא טיפ קליפס פון די גנבי ישראל און גזל עכו"ם.
viewtopic.php?p=252333#p252333
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נוסח אחר ביידיש (קרדיט: דוד אסף)

Yerushalim-shel-zaav-idish.jpg



אן אנדערע נוסח

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0QyPcakHUCg[/youtube]


און דא נאך איינס פון אונזערס א היימישן


און דא א געמיש פון יידיש און לאדינו

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=zuPbwt28MrY[/youtube]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די אלעמען באקאנטע שינדלער'ס ליסט פילם האט געהאט א שטיקל קאנטראווערסיע ארום דאס וואס ביי די ענדע פונעם פילם ווען שינדלערס ארבעטער לאזן זיך ארויס פונעם פאבריק, שפילט דער ירושלים של זהב, און מען האט געהאט טענות היות די ליד איז נתחבר געווארן נאך דעם קריג נעמט עס אוועק פון די עכטקייט וואס די פילם דארף פארצישטעלן, און געוויסע איזרעילי ווערסיעס האבן זיי טאקע געטוישט דעם ניגון,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

http://www.google.com/url?q=http://www. ... pOPrdBV6yA
דאס איז א קליפ פונעם שינדלערס ליסט,
דאס איז אגב געווען פין די שטערקסטע מאמענטען פונעם פילם ווי די שווארץ אין ווייסע סצענעס ווערן פארוואנדעלט און לעבעדיגע קאלירפולע מענטשן, און ציגאב מיט דער מורא'דיגע ניגון,
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:http://www.google.com/url?q=http://www.youtube.com/watch%3Fv%3Dyys3GPlptDM&sa=U&ei=GkXlVLLiDoiuogTknoHwDQ&ved=0CAcQtwIwAA&sig2=QXgtyTzIv2wrOxOl4HIIdg&usg=AFQjCNF-L34R-AQDzqewrqqRpOPrdBV6yA
דאס איז א קליפ פונעם שינדלערס ליסט,
דאס איז אגב געווען פין די שטערקסטע מאמענטען פונעם פילם ווי די שווארץ אין ווייסע סצענעס ווערן פארוואנדעלט און לעבעדיגע קאלירפולע מענטשן, און ציגאב מיט דער מורא'דיגע ניגון,

גראדעמעכעלע:יישר כח פאר ברענגען דעם קליפ און דעם ניגון. דאס ברענגט מיך אריין אין א מאאד פון התעוררות און באטראכטונג איבער די היסטאריע פון דאס אידישע פאלק. אין די זעלבע צייט כאפט מיך אן א כעס און אן עקל צו אלע שונאי ישראל למיניהם...!
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

שליחה דורך נופת צופים »

זייער אינטערעסאנט. איך האב גארנישט געוואוסט אז עס איז שוין דא אויף אידיש. איך האב עס אפגעשריבן אויפ'ן פליגער, אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל. דער ניגון איז מיר נישט ארויס פון קאפ די גאנצע וועג, האב איך געמוזט טרעפן א וועג עס ארויסצוגעבן.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איי איי איי ווי איין ניגון איז בכח אוועק ציווישען יארן פון א סאטמארע חינוך...

ישר כח [tag]נופת צופים[/tag] דיין תרגום איז עפעס מורא'דיג, ידים של זהב לך, ענדזוי דיין טריפ כנראה וועט עס זיין מער א גייסטישע הנאה,

אברהם פריעד ירושלים של.זהב מיט א פאסיגע ווידעא דערצו
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

שליחה דורך נופת צופים »

מיינסט אודאי דיין סאטמארע חינוך.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

נופת צופים האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט. איך האב גארנישט געוואוסט אז עס איז שוין דא אויף אידיש. איך האב עס אפגעשריבן אויפ'ן פליגער, אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל. דער ניגון איז מיר נישט ארויס פון קאפ די גאנצע וועג, האב איך געמוזט טרעפן א וועג עס ארויסצוגעבן.

איך אויך האט געשריבן: די מעשה גייט אז דער מלחין פון די באקאנטע ולירושלים עירך רב"צ שענקער ני"ו לאיוש''ט איז געפארן מיט א פליגער תיכף נאך די זעקס טאגיגע קריג און דעמאלס האט יעדער גערעש'ט מיט דעם ירושלים של זהב פון נעמי שמר, האט ער מחבר זיין ניגון אלס פרומע תשובה דערויף.


גרעיט מיינדס טינק עלייק.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מעטאל בענד ווערסיע פון ירושלים של זהב,
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=IiwbWD7OYWw[/youtube]
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ארויפגעברענג לכבוד היום.
Under influence
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

היינט איז יום ירושלים???
חוץ די גאלדענע שטעקן און בעכערס פון בעלזער רב און גורער רבי און די רינדיעכיגע גאלדענע דום אויפן הר בית, איז קיין גאלד אין די שטאט נישט פארהאנען...

און די רביס שטעקענס זענען אפילו נישט פון קיין גאלד נאר זילבער...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די וויזניצע שטיבל איז נישט קיין רינגעלע אין די וויזניצע גאלדענע קייט??

איך מיין נישט צו פארדרייען די אשכול, אבער וויזניץ קומט איבעראל אריין. מיין טאטע האט מיר בפירוש געזאגט אז מרדכי חנה האט געזאגט אז די וועלט שטייט אויפן רבי'ן די אהבת ישראל. נישט קיין חילוק וואס איך האלט לגבי אחדות ומציאת הוי"ה ברוך הוא, איז אבער די וויזניצע רבי געוועהן א קדוש וטהור, און די וויזניצע בתי מדרשים זענען די ריכטיגע ירושלים של זהב.
Under influence
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאווע טרינקער האט געשריבן:די וויזניצע שטיבל איז נישט קיין רינגעלע אין די וויזניצע גאלדענע קייט??

איך מיין נישט צו פארדרייען די אשכול, אבער וויזניץ קומט איבעראל אריין. מיין טאטע האט מיר בפירוש געזאגט אז מרדכי חנה האט געזאגט אז די וועלט שטייט אויפן רבי'ן די אהבת ישראל. נישט קיין חילוק וואס איך האלט לגבי אחדות ומציאת הוי"ה ברוך הוא, איז אבער די וויזניצע רבי געוועהן א קדוש וטהור, און די וויזניצע בתי מדרשים זענען די ריכטיגע ירושלים של זהב.


עליו הכתוב אומר:

רדיפה אחת דוחה מאה ליצנות...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

שבת אחים האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:די וויזניצע שטיבל איז נישט קיין רינגעלע אין די וויזניצע גאלדענע קייט??

איך מיין נישט צו פארדרייען די אשכול, אבער וויזניץ קומט איבעראל אריין. מיין טאטע האט מיר בפירוש געזאגט אז מרדכי חנה האט געזאגט אז די וועלט שטייט אויפן רבי'ן די אהבת ישראל. נישט קיין חילוק וואס איך האלט לגבי אחדות ומציאת הוי"ה ברוך הוא, איז אבער די וויזניצע רבי געוועהן א קדוש וטהור, און די וויזניצע בתי מדרשים זענען די ריכטיגע ירושלים של זהב.


עליך הכתוב אומר:

ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות ...
מרדכי ישראל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך מרדכי ישראל »

שבת אחים האט געשריבן:היינט איז יום ירושלים???
חוץ די גאלדענע שטעקן און בעכערס פון בעלזער רב און גורער רבי און די רינדיעכיגע גאלדענע דום אויפן הר בית, איז קיין גאלד אין די שטאט נישט פארהאנען...

און די רביס שטעקענס זענען אפילו נישט פון קיין גאלד נאר זילבער...

די ניגון רעדט נישט פון קיין גאלד אין ירושלים נאר פון א תכשיט און די שעיפ פון ירושלים
פארשפארט