א בירגער-קריג אין דער אידיש-יידיש וועלט (ואיה וענה)

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

מבין ריסי מכתבו שיינט אז דער איה וענה איז א היימיש אינגעל אדער מיידל(אין זיינע ווערטער: ער שרייבט גלייך צום פינטעל און נישט ארום און ארום מיט געקינצעלטע פראזן) טא פארוואס שרייבט ער אין אזא וועג כאילו ער אין שלום זענען פון איין לאגער און ער באטראכט די חסידים פון אינדרויסן, קאט די קרעפ מר. אדער מרת איה.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

פונעם מכתב איז אויך ניכר אז עס איז נישט געשריבן געווארן מיט די זעלבע אידישע אויסלייג ווי שלום ברגר,
עס איז מיר אינטרעסאנט צו זעהו ווי מען פארדרייט פאקטן אנשטאט צו באצייכענען אז די קאווע שטיבלניקעס זענען געווארן אויפגעברויזט ווען ער האט זיי באטיטלט נידריג און מיט ביטול שרייבט מען כאילו אז עס האט געבאדערט די עצם קריטיק
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

עס איז נישט קיין 'בירגער-קריג'. עס איז א קריג צווישן עליטע ייִדישיסטן, סנאבס, און דער פשוטער אידיש באנוצער.

עס וואלט געווען טשיקאווע ווען נישט די קאמישער פאקט אז רוב עליטע ייִדישיסטן קענען נישט רעדן אדער שרייבן דעם שפראך האלב אזוי פליסיג ווי די פשוט'סטער טאג-טעגליכער אידיש באנוצער.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ס'איז א "בערגער-קריג", נישט קיין בירגער קריג...
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

איך גלייב אז ביז פיר וואכן גייט דער איד באריכטן א בירגער קריג וואס דער פארווערץ האט אינטער גענימען און אינטערגעצינדען א העץ קאמפיין קעיגן חסידים
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

על רגל אחת

שליחה דורך שלום בערגער »

נאָך נישט געהאַט אַ געלעגנהײט זיך אָפּצורופן װי געהעריק אױף דעם אַרטיקל. על רגל אחת - ס׳איז גוט געשריבן און שכלדיק. ער מאַכט נאָר אײן גרױסן טעות - ער ציטירט פאַלש עפּעס אַ זאַץ פון מײן אָריגינעלער זאַך. ער שרײבט אַז כ׳האָב כלומרשט געזאָגט אַז די ק“ש־פּאָעטן „האבן קיינמאל נישט גענומען א פאעזיע-בוך אין דער האנט, אויסער די גרעניצן פון ארטאדאקסישע שרייבער‟.

דאָס איז אַ בילבול. כ׳האָב קלאָר און דײטלעך געזאָגט - קוקט צוריק אין אַרטיקל אױב איר גלײבט מיך נישט - אַז כ׳בין אױסן *יענע פיל פרומע פּאָעטן און שרײבער פון פריערדיקע צײטן* װאָס האָבן געשריבן אין אַ גאַנצער גאַמע סטילן און מיט אַן עמאָציאָנעלער ברײטקײט, װאָס ס׳איז כדאַי זיך צו באַקענען מיט זײ. אַפילו מע װיל בלײבן צװישן די גרענעצן און נאָר לײענען פרומע שרײבער, װאָס כ׳פאַרשטײ איז בײ טײל פון אײך אַ כלל, איז אַדרבא - נאָר לײענט עפּעס נײס!

די װאָס זײנען אױף פײסבוק זײנען אױק האַרציק פאַרבעטן צו לײענען אַן אױסטױש װאָס מיר האָבן דאָרט פאַרפירט:

https://www.facebook.com/zackary.berger/posts/10153110449699711?pnref=story

אַ גוטן חודש!
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

פארוואס איז שלום דער איינציגסטער וואס גריסט א גוטן חודש, איז עס אַ יידישיסטישער מנהג?
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

שיינע ארטיקל. איך מיין אז עס איז צייט צו אפיציעל ענדיגן די בערגער קריג און שליכטן די קלאגעס אינדרויסן פון פובליק געריכט. שלום בערגער איז א היזיגער, אחד מבני החבורה, און ער האט זיך אנטשולדיגט און אויפגעקלערט זיין קוק ווינקל. מיר זענען צוריק גוטע פריינט, און מיר ווארטן אויף מער קריטיק און הערות, אבער זיי זאלן ביטע זיין איינגעוויקלט אין א ביסל וואזאלין אז עס זאל זיך לייכט אריינגליטשן.
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

שמערל האט געשריבן:פארוואס איז שלום דער איינציגסטער וואס גריסט א גוטן חודש, איז עס אַ יידישיסטישער מנהג?


[tag]וועטערבאריכט[/tag] גריסט אויך א גוטן חודש.

viewtopic.php?f=3&t=8116&start=425#p254613
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איין זאך מיט וואס די אידיש און יידיש שרייבער זענען אייניג איז דאס שאפן א בארג פון א מוריטשקע בערגל, און אן עלעפאנט פון א לעידי-באג. האבען זיך אפאר צולייגער אין א קיפקע ערגעץ געדינגען, איז דאס שוין א בירגער קריג, האבען צוויי אידען ערגעץ עפעס נישט מסכים געווען, איז דאס א נייע טיילונג, האט איינער געזאגט א שלעכט ווארט אויף זיין פריינט, איז ער שוין א פארראטער. יעדער יונגערמאען וואס האט א בית מדרש איז שוין א גאון א צדיק, און טאמער האט זיין זיידע אויך געהאט א בית מדרש איז ער א קדוש וטהור אויך. אולי איז דאס א חסרון פון שרייבער אין אלגעמיין, ווי דער צורך צו דראמאטאזירען פשוט'ע געשיכטעס פאר א בוך אדער צייטונג מאכט זאכען אויסזעהן גרעסער ווי זיי זענען.
I have a dream
Martin Luther King ~
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

@לעיקוואד, דער אידיש-יידיש שרייבער האט געשריבן מיט א שמעק פון הומאר ("בירגער קריג" איז נישט ווייניגער חוזק ווי "דיפלאמאטישע כוחות" צו שליכטן דעם קריזיס). ס'זעט נישט אויס אז ער האט געמיינט אזוי ערנסט ווי דו האסט עס אנגענומען. נעקסט קומט אן ארטיקל אין פארווערטס אז קאווע-שטיבל פארשטייט נישט צו הומאר...
פארשפארט