שרייבען וועגן יסודות היהדות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שרייבען וועגן יסודות היהדות

שליחה דורך ווארט זאגער »

בס"ד
שלום עליכם איך בין א פרישער דא, כ'האב געכאפט א שטיקל שפאציר אינם שטיבל, ב'האב זייער הנאה געהאט צו ליינען די נושאים וואס ווערט דא ארום געשמועסט. איך האב געזעהן פון איין זייט די אנגעגעסענקייט פון מאנכע שרייבערס אויף דעם וואס דער עולם פארשטייט נישט יודישקייט ריכטיג. אבער מצד אחר איז דא כמה בקשות אז דער עולם זאל אנהייבען שרייבן וואס יא, און לכאורה וואס "ס'זעהט מיר אויס" (איך בין נאר א פרישער דא כ'האב נאך אסאך וואס צו ליינען און צו לערנען דא...) אז ביזדערווייל איז עס נאך נישט קלאר ארויס געברענגט געווארען. איך וואלט מציע געווען אפשר אנצופאנגען אשכולות וואס מ'זאל דארט ארום רעדן די יסודי יהדות וואס לדעתי נעמט עס אריין איז זיך, באופן כללי: יסודות האמונה, תכלית הבריאה און די וועג וויאזוי עס קומט אן דערצו, ישראל ואומות העולם, הסברים אין השגחה פרטית (עכ"פ באופן כללי הסוגי' דצדיק ורע לו רשע וטוב לו), הסברים אין מצוות מעשיות. ובאופן פרטי: די מבנה הפנימי של האדם, יצרים און וויאזוי געט מען זיך אן עצה אין עבודת השי"ת, דיסארדער"ס, שמחת חיים, בית היהודי (כולל קשר להב"ב, ושלום בית, וקשר להבנים וחינוך) ועוד.

אוודאי איז אזעלכע זאכן רחבה מיני ים אבער ס'איז קלאר אז יעדער יוד וואס וויל טראכטען האט א רעכט און חיוב צו זיין קלאר אין די אלע נושאים, אפשר וועל איך זיך מתנדב זיין צו זיין דער שליח ציבור דהיינו אנפאנגען און יעדער זאל זיך אנרופען ווארעם ומתוך כולנו זאל נתברר ווערן די ענינים.
נאך אביסל ארום שפאצירען אין די רייכע אשכולות דא אין ק"ש שפיר איך אז ס'איז וויכטיג אויפמערקזאם מאכן א געוויסע נקודה.

רש"ר הירש ז"ל איז געווען אין דייטשלאנד אין די צייטען ווען ס'האט געבוזשעוועט די רעפארם בעוועגונג, ער איז שוין געווען דער דריטע דור פון מענדלסאן, און דער צווייטער דור פון גענצליכע פריקת עול תורה. שרייבט ער אין זיין ספר אגרות צפון (מכתב י"ח http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=98 ) א מורא'דיגע וויכטיגע יסוד וואס לדעתו איז דאס דער גורם פון חורבן יהדות דייטשלאנד.

ער שרייבט אז כידוע איז אין תושבע"פ דא צויי חלקים הלכה אין אגדה, הלכה נעמט אריין די פראקטישע חלק פון עשיית המצוות, און אגדה נעמט אריין די פילאזאפישע חלק פון יסודות הדת. איז בעצם זענען ביידע חלקים איבער געגעבן געווארן מסיני באופן ברור כשלחן ערוך לפני האדם. נאר שפעטער ווען מ'האט אנגעהויבען צו שרייבען די תורה שבע"פ האט מען געלייגט מער געוויכט אויף אפצושרייבען ריכטיג די חלק ההלכה וואס דאס איז גופי תורה, אבער מיט די חלק האגדה וואס דאס איז נשמת היהדות האט מען זיך נישט געקענט אפגעבען ריכטיג ווייל דאס איז מער פאר די טיפערע חלק פון כלל ישראל און די זמן איז נישט געווען פאסיג דערויף אין די שעבוד גליות. -כידוע האט דער ריי"צ פון ליובאוויטש זי"ע געזאגט אין די ראשית צייטען פון קאמעניזם פאר זיינע תלמידים אז יעצט איז נישט קיין צייט פאר חסידות אין עבודת התפילה, יעצט איז א צייט פון מס"נ בפועל ממש (כמובא בשיחות שלו של שנים אלו).- איז למעשה געבליבען א חלל אין יהדות די חלק הפנימי האט געפעלט, איז וועגען דעם האבען יודען אנגעפאנגען צו פרעגען קשיות אויף יהדות, אבער היות זיי האבען נישט געטראפען קיין תירוצים ווייל זיי האבען נישט פארשטאנען די חלק האגדה וואס איז אזוי ווי א ספר חתום, אנשטאט זיי זאלען זיך פארטיפען אין די תורה כדי צו פארשטיין די הבנת המצוות זענען זיי געגאנגען לערנען ביי די גוים, נאר ווייניג זענען געווען פילוסופים ברוח היהדות אזוי ווי דער רמב"ן און כוזרי, (און שפעטער די חכמי קבלה רמח"ל וחסידות) אבער דער רוב עולם האט געלערנט גויאישע לימודים, און ווייל זיי האבן נישט ריכטיג פארשטאנען אפאר מאמרים פון חז"ל, און בכלל זיי האבן נישט פארשטאנען די חילוק פון פרעגן "וואס שטייט דא" צו פרעגן "פארוואס שטייט עס דא". דהיינו ווען זיי האבן געהאט א קשיא אנשטאט צו זוכן הבנה האבן זיי מחמת חוסר הבנה אפגעפרעגט דעם אמת, און שפעטער זענען זיי געווארען אויפגעקלערט און זיי האבן שוין אפגעלאזט אפילו די מצוות שכליות ווייל די עיקר איז די הבנה נישט די מעשה ר"ל.

די זעלבע איז געווען אין דייטשלאנד, מענדלסאן האט געלערנט יהדות פון די גוים, און זיי האט ער געשעצט נאר ער האט געזאגט אז אפילו מ'איז א יוד קען מען נאך אלס זיין א חוקר ווי פלאטו הגרמני! אבער זיינע תלמידים האבען געזאגט אויב דער עיקר איז זיין פלאטו דאן קען מען זיין א פלאטו אפילו מ'איז נישט קיין יוד! אזוי איז צוביסלעך אפגעפארען דייטשלאנד.

שפעטער ברענגט ער ווען די רבנים האבן געזעהן דעם חורבן וואס קומט ארויס פון לערנען פילוסופי' האבן זיי געאסרט צו לערנען פילוסופי' אבער קיינער האט זיי שוין נישט אויסגעהערט. וועגען דעם האט ער געמאכט דעם יסוד תורה עם דרך ארץ וואס האט אפגעראטעוועט אין דייטשלאנד דאס וואס מ'האט נאך געקענט ראטעווען, וואס דער יסוד איז אז סייענס און יודישקייט זענען בכלל נישט קיין סתירא נאר פארקערט זיי זענען גוטע פריינט, אבער "יודישקייט זאלסטו נישט לערנען פון סייענס נאר פון די תורה".

לענינינו. אסאך מאל ווען א מענטש ווערט דיסעפוינטעט אויף זיינע מחנכים ווייל זיי האבן אים נישט מחנך געווען צו הבנת יהדות, קען פון דעם ווערן א נישט אויסגעהאלטענע בעקפייער וואס ברענגט צו גיין הערן וואס די גוים זאגען און ווערן האלבע גוים! מ'דארף זיך קלאר מאכען ביי זיך אליינס אויב וויל איך ריכטיגע הבנה אין יודישקייט דארף איך גיין צו די מקורות פון יהדות, און "אבדזשעקטיוו אפלערנען וואס דארט שטייט", פאר א וויילע זאל מען פארגעסען די הארץ ווייטאג וואס מ'האט אויף די מחנכים, נאר באמת זוכן דעם אמת און פרובירען ריכטיג צו פארשטיין כדרכו של תורה. למשל ביי מצות אמונה אויב וויל מען חוקר זיין -ווי די שיטות וואס פסקענען אז דאס איז די מצוה פון וידעת היום- זייער גערן, גיי לערן בעיון חובת הלבבות כוזרי וכו', אויב פארשטייסטו נישט מוטשע דיך אזוי ווי דו דארפסט דיך מוטשענען אויף א רשב"א אין מסכת יבמות, זיי נישט קיין נאר פרעג נישט אפ נאר פרעג צו פארשטיין, אין די ענד אוו די דעי זענען די נושאים נישט קיין דזשאוק! מ'דארף צו גיין מיט גרויס פארזיכטיקייט צו די ענינים, כלל ישראל האט שוין פארלוירען אסאך קרבנות פון יודען וואס האבן געוואלט פארשטיין און נישט געוואוסט ווי אזוי!.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ווארט זאגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אדרבה! יהא בואך לברכה, לאמיר הערן אביסל פון דיינע אוצרות, ויפוצו מעיינותיך חוצה.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט