איחוד פעלד האט געשריבן:וואס האט דייטשלאנד היינט מיט די נאציס?
א גוטע פראגע,
און וואס האבן נטו״ק מיט אידישקייט??
די ענטפער איז א גרויסען גארנישט 0+0 !!!
דייטשלאנד פון 85 יאר צוריק אין דייטשלאנד פון היינטיגע צייטען זענען די זעלבע זאך געבליבען גארנישט עפעס אנדערש, די הלכה איז געפסקנט אז עשיו שונא ליעקב אין די פאקט גייט אן ביז סוועט זיין ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשיו מיט זייער ציהעלפערס אונזער קאזענס די נטו״ק, דער חילוק וואס כאפט צוישען ביידע תקופות איז נאר אז מיט 80 יאר צוריק איז ליידער געלונגען פאר איין צודרייטער צו אויפפלאקערען די אינערליכע נטורליכע הרגשים פון שנאת ישראל אין היינט דערוואגט זיך קיין איינער נישט צו טהון וואס יענער טמאניאק ימ״ש האט געטוהן ממילא זהעט אויס כאילו סאיז דא א מדינה וואס הייסט ״דייטשלאנד״ אין סאיז דא די ״נאצי דייטשלאנד״ וואס זענען צוויי דינים, אין די זעלבע צייט וואס די הלכה איז א מציאות וואס סאיז נאריש צו טראכטען אז סאיז א פארגאנגנהייט
נטו״ק זאגען אז שנאת ישראל איז בעצם א אלטע מציאות וואס איז געשטארבען אין די אלטע הלכה איז מער נישט שייך, סאיז תורה חדשה מאתי תצא די וועלט האט זיך געטאשט, נאר וואס ציונות האט אויפגעוועקט צוריק די אלטע הלכה וואס איז אלע יארן געוועהן בידוע, זענען זיי אויפגעקומען מיט א המצאה וואס פארשטייט זיך אז דאס קומט וי נישט פון רבינו יואל זעלבסט, וואס איז געוועהן א בחינה פון ״סר מן הדרך״ אין ער האט געהייסען אז מזאל מפרסם זיין אין די מידיא אין אויפשטעלען האטליינס אין זיך טרעפען מיט היטלער, אוי אנטשולדיגט, כהאב געמיינט צו זאגען אחמדינג׳אד, אין פארשטייט זיך איז די מטרה איז הייליג נאר צו מפרסם זיין אז ״עם ישראל אין מדינת ישראל וואס דאס מיינט ציונים, זענען צוויי דינים, אין האבן נישט איינס מיטן צווייטען״ אין מדינת ישראל זענען נישט די פארטרעטער פון די אידישן פאלק(זיי זענען גויים ערגער וי די נאציס ש׳טייט זיך אליין) נאר אונז די פאר הונגערישע וואס טראגען די ריזיגע פלאסטיק גלייזער, אונז זענען די פארטרעטער פונעם אידישן פאלק.....
אין אונז האבן מיר באשלאסען!!!!
וואס באשלאסען??? מיר האבן באשלאסען, אז די ציונים זענען גויים גמורים אין האבן גארניקס מיט אידישקייט צו זאגען 0, מיר האבן באשלאסען אז זיי זענען גנבים שפלים, וואס הייסט?? מיר האבן באשלאסען אז ארץ ישראל באלאנגט פאר די בני ישמעאל נישט מער אין נישט וייניגער!!!
אין די וועלט קוקט זיך צו מיט פרייד ביזן 12 הימל, זיי האבן סחורה, פון היינט אן אין ווייטער איז אוועקגנומען פון זיי די פלעק פון אנטיסמיטיזאם אין הוילע שנאת ישראל, פארגעסען פון די ״הלכה״ פון יעצט איז דא א ״שיטה״....
סאיז דא ווער עס זאל זיך זארגען מיט די הלכה מיט א מאסק פון א שיטה אין נישט סתם אזא מין שיטה בעלמא נאר א שיטה מקובצת א הייליגע שיטה ,יעצט קעגען די ״הייליגע שיטה״ איז אויפגעשטאנען די ״הייליגע שיטה״ פון ״ג׳יהאד״ וואס האט גארנישט מיט שנאת ישראל צו טהון כהוא זה אין והראיה אז עראפאת ימח שמו האט זיך געקושט מיט משה הירש אין געשיקט שבת פעקלעך מיט אוצרות גאלדנע רענדלעך{שיריים פון מוצאי שבת} זיי זענען אלטע גיטע פריינד, אין דער וואס זאגט אז די בני ישמעאל האבן קעגען אידן איז א ציוני, סאיז פאלטש, עלילת דם אויף אומשילדיגע מענטשען וואס קומט פון די ציוניסטישע פראפאגענדע מוחות,
אין אויב מאכט זיך אז והיה כי ישאלך בנך מחר לאמור, וואס איז פשט אז די מופתי אל חוסני ימח שמו האט זיך געטראפען מיט היטלער ימח שמו אין זייער פלענער צו אויסשעחטען אלע אידן פון ארצינו הקדושה??? וואס וועסטו עם ענטפערען, אז סאיז א פראפגאנדע פון די ציונים?? כהאב פארגעסען צו זאגען ״די ציונים ימח שמם״
דאס וואס נטו״ק האבן זיך געטראפען מיט היטלער פון ימינו וואס איך מיין צו זאגען דער טמאניאק אחמדינג׳אד, האט געגעבען חיזוק פאר אלע שונאי ישראל צו די עקזיסטאנץ פון די פאלטשע שיטה וואס קומט צו טוישען די הלכה קדומה וואס איז בידוע, דער שטן האט זיך געפרייט צו די געלעגנהייט וואס איז אויפגעוואקסען אדאנק אללה, יעצט געבט מען עם אין די אלע שונאי ישראל חיזוק אז זיי נישט קיין אנטיסמיטען, נאר שונאים פון די טמאנע טרייפנע פארשאלטענע מדינה, אין מיט די ברען שטאף אין ״שיטה״ וועקט מען אויף די אלטע ״הלכה״ אין שלום על שונאיהם של ישראל
אין ווער איז שולדיג אין די שנאת ישראל נאר די ציונים אליין, הא ??