אויסשליסליך: אן אינטערוויו מיט: קופערניקוס!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

אויסשליסליך: אן אינטערוויו מיט: קופערניקוס!

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

קופערניקוס!

דער קעניג פון הומאר צו וועמען עס שמייכלען אלע זיבן הימלען, דער מלך פון פעליטאן צו וועמען ס'זאל זיך ווי ווען ביקן דער שר החיוך לויפנדיג צו זיינע באפעלן.

קופערניקוס איז דער ארטיסט אין באשיינפערליכן בוכשטעבליכן זין. א קופערניקוס רובריק, קאלום, ארטיקל אדער סתם תגובה, איז א קונסטלערישע יצירה. ווי דער האריזאנט זאל זיך ווען לאזן פארבן מיט ווערטער און בוכשטאבן אין א קאלירפולן בילד.

די טיפע און מער פארבארגענע זייט פון קופערניקוס איז זיין גרויסער נפש. אן ארט ווי עגאאיזם דערגרייכט נישט, א ריין צארט מקום ווי אראגאנץ און איגנאראנץ געפינען זיך נישט דאס פלאץ. א וועלט מיט גענצליך נייע נארמען און דאגמעס, ווי כוואליען זענען פון ליבשאפט, וואלקאנען שפריצן לאווע פון טאלעראנץ און רחמנות און די קאסמאס צוקישן זיך און האלזן איינער דעם אנדערן מיט אהבה.
עס לאזט זיך קלערן אז קופערניקוס איז זאגאר געשטראפט מיט א גייסט פיל שטערקער פון וויפיל זיין זעל קען בכלל פארנעמען.

און קופערניקוס אין קאווע שטיבל האט מיטגעברענגט מיט זיך א גלאררייכע עפאכע, זאגאר א קופערניקוס ערא, צו וועלכער עס בענקט זיך מיט נאסטאלגיע און אייביגער געגועים וואס א ניי געקומענער וועט ניטאמאל פארשטיין.

*

לכבוד חודש אדר ברענגען מיר ארויף אויפ'ן טרייבל דעם אלעמען באליבטן און רעספעקטירטן קופערניקוס, מיט אן אויסשליסליכן אינטערוויו פאר "קאווע שטיבל", וואו אין א גוטמוטיגער שטימונג און מיט א שמירקע אויף די לעפצן, לאזט ער לופטערן זיינע מיינונגען און שטעלונגען איבער אלץ און אלעמען.

ליינט מיט פארגעניגן און הנאה:

*

וואס מאכט איר עפעס אזוי הרב קופערניקוס?
ברוכה השמה.
(כבין א פעמיניסט דעריבער איז עס ביי מיר ברוכה השמה).


וואס זאגט איר אין אלגעמיין צום שטיבל?
די שטיבל בליעט, א שאד נאר בדחן איז נישט דארט, אויב ער קומט צוריק, קום איך.
באופן כללי איז די קוואליטי אין שטיבל גאר גוט, טראץ וואס מיר האבן שוין פארלירן אינזער ווירדזשיניטי און די פרישע יונגע עקסייטמענט איז שוין אראפ.


ווער האלט איר איז א בעסערע אינטערוויוער, מאראנצן אדער הרב דרעזנער פון קול מבשר?
וואו קומסטו בכלל נאנט צו דרעזנער, ער איז דאך דער וועלטס מומחה אויף אנטיסעמיטישע לאזונגען.

וואס איז דער לעצטער וויץ וואס האט אייך געברענגט צום לאכן?
הממממ. כדארף טשעקן מיין וואטסאפ, אדער קוקן [tag]יואב[/tag]'ס נייע אשכול?

ווי אפט קומט איר אריין אין פארשוואונדענע ניקס אשכול קוקן צי איינער זוכט אייך אדער מ'רעדט פון אייער מאיאסטעט?
דאס איז די לעצטע וויץ...
איך בין בעסער פון דעם!...
ששש יעדן טאג, זאג פאר קיינעם נישט...


קריגט איר נאך אמאל א לייק פון צייט צו צייט אין פאסט קעסטל?
לייקס נישט, אבער מעסעזשעס, הערות און שמועסן יא.

איז נאך דא האפענונג אז אייער עטרה וועט צוריק נתגלה ווערן אדער ליבערשט האפן אויף משיח?
זיכער ווארט אויף משיח. אבער לאמיר נישט מאריך זיין ווייל כ'האב מורא אז [tag]נקודה החבדית[/tag] קומט באלד צו לויפן און ברענגט מיר א מראה מקום צו ווארטן על ביאת המשיח.

אויב מעג מען פרעגן, ווער איז אייער באליבסטער ניק אין שטיבל?
מיין בעסטע ניק יעצט איז [tag]פאר הדור[/tag]...
כ'מאך א דזשאוק, [tag]פלאוויוס[/tag], [tag]ישראל קאפקע[/tag] זענען פון מיינע נייע פעיווערטס, אויסער כמובן די אלע קלאסיקל ווי [tag]יאיר[/tag] [tag]לעיקוואד[/tag] [tag]אבטולמוס[/tag] און [tag]מאראנצןזאפט[/tag] וכו', ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.


וואס קלערט איר וועגן די צוקונפט פון ק''ש, האט עס א גלענצנדער עתיד, אדער די גאלדענע בראשית יארן זענען א פארגאנגענהייט?
ק"ש האט נאך אלס גרויסע פאטענציאל, קוק ווי שיין מען רעדט נאך, די הערליכע אשכולות, למשל אזא ניק ווי [tag]פארוואס?[/tag] הערליכע מאמרים, מיר האבן עס נישט געהאט אין אונזערע צייטן.
קוק, צווישן אייוועלט און פאליש זעט מען דאך וואו מ'שטייט, קיין גרויסע ברירה האבן מיר ממילא נישט און מ'מוז אנגיין מיט די הייליגע ארבעט.


אלס איינער וואס איז געבענטשט מיט אן אומגעהויערע הומאריסטישע קראפט, וואס וואלט איר גע'עצה'ט פאר עמעצער וואס וויל זיך אויסשארפן אין דעם געביט?
המממ...
אז מ'רעדט שוין איבער הומאר, איך האב נעכטן געליינט פון ארי' אורבאך ז"ל, דער רעליגעזער חבר כנסת און שרייבער וואס איז נארוואס געשטארבן צוויי טאג צוריק, זאגט ער, ער האט געזעהן א סטענד אפ קאמידיען וויינען, פרעג איך וואס טוסטו? זאגט ער "איך רוה זיך אפ", והדבר עמוק.


שטארק! צומאל איז דער הומאר גאר א דעקע און א שפיל און ס'ליגט דערין אין אמת'ן א טיפער ווייטאג.

האט איר מיטגעהאלטן דעם שושנים פארמעסט, און וואס זאגט איר צו דער [tag]שלום בערגער[/tag]-פארווערטס סומאטוכע?

שושנים האט פארמאגט גאלדענע סחורה און איך האב הנאה אז פלאוויוס איז דער געווינער. איך האב פארשטאנען די אויפברויז אויף בערגער, אבער לעומת זה ווייזט עס אז מען פאדערט פון ק"ש העכערע סטאנדארטן.

וועלכע קאסעטע האלט איר איז בעסער, פעסטערייז אדער באנדאש?
כ'מיש זיך נישט אין אזעלכע ערנסטע וועלט החלטות.

און וועגן די זיבן רייע עטרה אדער שטיין ביי פרשת שקלים האט איר אויך א מיינונג?
די וועלט איז נישט הפקר, מען ברויך קוקן וויאזוי מען האט געטאן אין גרויסן ס'מעדרעש.

און צום שלוס, וואס איז אייער מעסעזש פאר די קול מ.. כמיין קאווע שטיבל ליינער?
איך וואלט געראטן מענטשן צו געבן מער לייקס און זיין מער העפליך, למשל איינער הרוצה בעילום שמו איז זייער בייסיג צו ישראל קאפקע און צו שלום בערגער, איך וואלט געראטען אז ער זאל זיין מער טאלעראנט און אפען צו אנדערע מענטשן וואס קלערן אנדערש פון אים.

און נאך איין שאלה, לאמיר פארקירעווען די שמועס צו אייער ווישערשאפטלעריי, וואס וואלט איר בעפארציגט, האל וויט, אדער בעסער ספעלט מצות?
פאר יחץ איז כדאי צו נעמען ספעלט, עס מאכט א בעסערע יחץ און איז מבטל די אויסגעדראשענע וויץ צו יחץ איז געלונגען.

האלא, האלא, ס'האט זיך אפגעהאקט די ליין. שוין העמיר ארויף ברענגען בעריש פרייליך, א גוטן ר' בעריש, וואס זאגט איר צום קאלטן ווינטער?
יאפ, נישטא וואס צו רעדן, ס'פריזינג אינדרויסן. דער עולם זאל זען אנצוטון ווארעמע מאנטלען מיט הענטשקוס.
אקעי, א גרויסן ישר כח פאר אייער באריכט.

פעסט-האנטער פאראפאפאאפאפאם.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך ווארף זיך פאר געלעכטער. מאראנצנ'ס שאלות און קופערניקוס תשובות- כ'מיין וואס קען זיין בעסער ווי דעם? און ווער וואלט זיך געגלויבט אז די צוויי אידן עקזיסטירן נאך?
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יאיר, איך גלייב נאך נישט אזוי שנעל אז מאראנצן האט באוויזען באמת צו כאפן א אינטערוויא מיט קופערניקעס. מיינסט ס'גייט אזוי איינס צוויי?? שאלות און תירוצים -אלעס פון מאראנצן'ס פאנטאזיע.....
אז קופערניקעס וועט לייקן די אינטערוויא וועל איך גלייבן!
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

שיין דערלעבט, א פארשווינדענע ניק אינטערוויוט א פארשווינדענע ניק.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

א שטיקל נחמה..
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

קודם איז גוט חכם קופער לעבט ערגעץ וואו אויפן עולם התוהו און שיבט ווייטער די מצות, איז נישט אומגעקומען פאר הונגער אן איבערלאזן שפורן. כ'האף נאר אז דער אינטערוויא איז טאקע פארגעקומען און נישט אז מאראנצן זאפט שפילט אונז דא א קופערניקעס פערזאנעלעפיקאציע שפיל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די איין שורה פון בעריש פרייליך פאקט איין די גאנצע קופערניקוס שמועס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

דער אינטערוויו איז פארגעקומען אין ווירקליכן ווירטואלן רעאליטעט און איז ארויפגעשטעלט געווארן מיט מינימאלע מינדערוויכטיגע טוישונגען פאר קלארקייט.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

מאראנצן שרייבט, קופערניקוס לייקט. רבותי, ינועו אמות הסיפים! קומט ארויס פון די לעכער! ס'איז משיח'ס צייטן!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבותי ס'איז הויעך יום טוב!!!
קופערניקעס האט געלייקט!! יא, ס'איז עכט!!!
:קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש
:דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק:
:פורים2: :פורים2: :פורים2: :פורים2: :פורים2: :פורים2: :פורים2: :פורים2: :פורים2: :פורים2:
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

באלד קומט [tag]שלום בערגער[/tag] און באשרייבט נאך א אבזערוואציע אויף די פרייד נאך א אינטערוויו
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

פרייט אייך נישט אזוי, ווייל בדחן אז אויך צוריק, והא ראיה, ער האט נישט געלייקט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

לייגט דעם עצם אינטערוויאו גופא און א זייט, דארף מען באמערקען די קינצלערישע, און איך וואלט געזאגט, אפילו גאנץ פאעטישער הקדמה, וואס דער מאראנץ גיבט פאר דעם אינטערוויאו.

מאראנצןזאפט האט געשריבן:קופערניקוס!

דער קעניג פון הומאר צו וועמען עס שמייכלען אלע זיבן הימלען, דער מלך פון פעליטאן צו וועמען ס'זאל זיך ווי ווען ביקן דער שר החיוך לויפנדיג צו זיינע באפעלן.

קופערניקוס איז דער ארטיסט אין באשיינפערליכן בוכשטעבליכן זין. א קופערניקוס רובריק, קאלום, ארטיקל אדער סתם תגובה, איז א קונסטלערישע יצירה. ווי דער האריזאנט זאל זיך ווען לאזן פארבן מיט ווערטער און בוכשטאבן אין א קאלירפולן בילד.

די טיפע און מער פארבארגענע זייט פון קופערניקוס איז זיין גרויסער נפש. אן ארט ווי עגאאיזם דערגרייכט נישט, א ריין צארט מקום ווי אראגאנץ און איגנאראנץ געפינען זיך נישט דאס פלאץ. א וועלט מיט גענצליך נייע נארמען און דאגמעס, ווי כוואליען זענען פון ליבשאפט, וואלקאנען שפריצן לאווע פון טאלעראנץ און רחמנות און די קאסמאס צוקישן זיך און האלזן איינער דעם אנדערן מיט אהבה.
עס לאזט זיך קלערן אז קופערניקוס איז זאגאר געשטראפט מיט א גייסט פיל שטערקער פון וויפיל זיין זעל קען בכלל פארנעמען.
(זייט ווען טוט מאראנץ און פולישע תורות...)

און קופערניקוס אין קאווע שטיבל האט מיטגעברענגט מיט זיך א גלאררייכע עפאכע, זאגאר א קופערניקוס ערא, צו וועלכער עס בענקט זיך מיט נאסטאלגיע און אייביגער געגועים וואס א ניי געקומענער וועט ניטאמאל פארשטיין.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הייסט אזוי, קופערניקעס פיצט אפ באקימט ער די כבוד צו האבן א אינטערוויא, איך זיץ דא יומם ולילה באקים איך נישט די כבוד.
בקיצור, מ'דארף אפפיצן פון דאנעט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ראשעקאל דיין טענה איז שוין א אלטע טענה, אייביג באקימען די געסט אן עליה בעת די אלטגעזעצענע באקימען ניטאמאל הגבה, אבער אזוי גייט עס און דעטס לייף
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

שליחה דורך נופת צופים »

ראשעקאל האט געשריבן:הייסט אזוי, קופערניקעס פיצט אפ באקימט ער די כבוד צו האבן א אינטערוויא, איך זיץ דא יומם ולילה באקים איך נישט די כבוד.
בקיצור, מ'דארף אפפיצן פון דאנעט

איי פיל יאר פעין, הרב @ראשעקאל. אויב דאס וועט מאכן דיין טאג קען איך דיר שוין יעצט געבן אן אינטערוויו. איך בין נישט דרעזנער אדער מאראנצן אבער עפעס א כבוד איז עס נאך.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין אלל אין!!
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ראשעקאל האט געשריבן:איך בין אלל אין!!

וואס האט דיר געברענגט צו שרייבן אין קאווע שטיבל
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

וואס האסטו געפילט בשעת'ן שרייבן?
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

די ראש הקהל וויל איבערלאזן עפעס א ברכה פאר די צוהערער?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

שליחה דורך נופת צופים »

שוין, זעסט @ראשעקאל דער עולם נעמט שוין קעיר פון דיר. האפנטליך וועסטו שוין פון היינט ווייטער באקומען דעם ריכטיגן כבוד וואס קומט דיר. :)
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

לאכטי וקיבלתי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פאר הדור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:50 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פאר הדור »

תודה רבה, קופרניקוס על בחירתי למשתמש הטוב ביותר מבחינתך.

הייתי מעוניין לדעת על מה זכיתי לכך.
פארשפארט