וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Snow totals for storm

שליחה דורך וועטערבאריכט »

די פאלגענדיגע זענען די אמואנטס וואס זענען דערווייל אריינגעקומען, נאך אפאר פלאריס דא אין דארט אין דערנאך וועט די זון פרובירען ארויסציקומען. אויב איינער קען זיין אזוי גיט אין אריינשיקען וואס די שניי אמאונטס זענען געווען אין מאנסי אין אויך קרית יוא-ל וואלט איך געווען דאנקבאר.
היינט אווענט וועל מיר זען אי״ה וואס טוט זיך מיט די קעלט אין מעגליכע וויקענד שניי אייז וכו׳ no rest for the weary.
א גיטען טאג.back to work for me.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Actual snow amounts forecasted yesterday and reports today

שליחה דורך וועטערבאריכט »

איך האב צוזאמענגעלייגט א מעפ מיט די נעכטידיגע פרעדיקשונס אין אקטואל שניי אמאונטס ביי 11:30 am שניי ריפארטס. נישט צו זיין א ביג שאט, אבער כאטש איין שטורם וואס איך מיין איך האב ב״ה גוט פראדוקטעט.
(Note: Monsey area didn't report so I used wayne NJ which is close by)

image12.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

ווי אזוי ארבייט עס ? Solar radiation

שליחה דורך וועטערבאריכט »

וואונדערט איהר זיך וויאזוי די שניי צולאזט זיך א סאך שנעלער היינט ווי למשל חנוכה צייט טיף אינמיטן ווינטער? עס איז אין די low 20s, איז פארוואס טאקע צוגייט עס אזוי שנעל היינט?

איין טעם איז אז דאס שניי וואס איז געפאלען איבערנאכט איז זייער לייכט און טרוקען, דאס הייסט עס אנטהאלט זייער ווייניג וואסער. אמאל קען אן אינטש רעגן זיין 10 אינטשעס שניי דאס הייסט wet snow. דאס געשעהט ווען עס איז קיל ארום 30-32 דעגרי. נעכטען ביינאכט איז געווען 15-18 דעגרי ווען די שניי איז געפאלען קומט אויס אן אינטש רעגן ביי די טעמפרעטורס פארוואנדעלט זיך אויף 20 אינטשעס שניי דאס רופט מען dry, fluffy snow. אונז האב מיר טאקע נישט באקומען מער ווי 1/4 אינטש נאסקייט, איז עס פארוואנדעלט געווארען צו 4 אינטשעס שניי. איז יעצט זאל מען וויסען אז טרוקענע שניי האלט אין זיך א סאך לופט, דעריבער מיט דער זון וואס שיינט אויף די שניי צוגייט עס א סאך שנעלער ווי wet snow or ice.

די צווייטע און מער וויכטיגע טעם איז, עס איז דא א זאך וואס הייסט solar radiation - דאס הייסט די שטארקייט און כח מיט וואס די זון שיינט. דאס טוישט זיך דורך דער יאהר, עס איז די שטערקסטע זיממער צייט אין די שוואכסטע אין ווינטערס קורצע טעג -(December) איך לייג צו א פאר גרעפיקס פון מיין וועטער סטעישען וואס ווייזט טאקע אז דער solar radiation די קראפט פון די זון ווערט שטערקער און שטערקער יעדן טאג, ממילא העלפט עס מעלטען די שניי שנעלער. די אינטערסאנטע זאך איז מיט אזא שטארקע זון צו קענען זען די גאר קאלטע טעמפארעטורס אונז האב מיר און גייען זען די וואך. אויב אזא לופט מאסע וואלט אריינגעקומען אין early January וואלט געווען נאך קעלטער לויט דער חשבון.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

וואס מען קען זיך אלץ נישט אויסלערנען אין די יארן!
די ביסט מוראדיג! מסביר יעדע זאך אויף קליין געלט
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

דינסטאג אווענט - וועטער באריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גיטען אווענט, גראדע נאך די שניי איז זייער שיין געווארען דער נאכמיטאג. א סאך פון די שניי האט זיך צולאזט אין יעצט לאמיר גיין ווייטער אין אינזער ווינטער וואס וויל זיך נישט ענדיגען. היינט נאכט וועט זיין זייער קאלט אינדרויסען פון נאו יארק סיטי, מיט לייכטערע ווינטען אין פרישע שניי אויף דער ערד איז דא א זאך וואס הייסט radiational cooling. דאס מיינט אז די ווארעמערע לופט פון דורכאויס דער טאג ווערט שנעל אפגעקילט. אין דער שטאט ווי עס איז דא מער buildings, sidewalks and streets , וואס בלייבען בטבע א סאך ווארעמער ווי לאמיר זאגען גראז ציגעדעקט מיט פרישע שניי, פאלט דער טעמפערעטורס אסאך ווייניגער די נעכט. אויף קעלטערע ווינטיגע נאכט גלייכט זיך דאס אויס בעסער ווייל דער ווינט מישט די לופט בעסער. מארגען וועט זיין אביסעל מילדער ווי היינט , כמעט 30 אין שטאט. מארגען נאכט קימט א שטארקען ארטיק קאלד פראנט אדורך. עס איז מעגליך אז עס וועט באגלייט ווערען מיט snowshowers אדער flurries וואס קענען איבערלאזען פון א קאטינג ביז איין אינטש. דאנערשטאג אין פרייטאג וועט זיין געפערליך קאלט נאכאמאל. עס וועט זיין אין די teens בייטאג, אין נאנט צו 5 ביידע נעכט אין די שטאט. שבת קומט א warm front צו גיין אין נאך א שיינער זיניג מילדער טאג וועט דאס ברענגען מער שניי מוצאי שבת וואס קען טוישען אויף פריזינג רעין אין רעין זינטאג, אין צירוק צו שניי זינטאג נאכט מיט די נעקסטע קאלד פראנט. Believe it or not , מאנטאג אין דינסטאג זענען מיר צירוק צו די 20s בייטאג אין לעבען 10 ביינאכט. אביסעל האפענינג איז דא אין די long range אז דער פאטטערן וועט זיך טוישען אין ביי שבת פרשת תצוה קען מען אפשר זען 40-50s .

וועטער ברוקלין-

דינסטאג נאכט-קלאר אין זייער קאלט, 12.
מיטוואך- טייל זיניג, נישט אזוי קאלט אדער ווינטיג, 30.
מיטוואך נאכט- snowshowers אדער פלאריס מעגליך אין אווענט , ווינטיג אין קאלט שפעטער .15.
דאנערשטאג & פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 14-18 בייטאג, 0-5 ביינאכט.
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך ביינאכט, 35 בייטאג , 32 ביינאכט.
זינטאג- שניי , רעגען , אדער פריזינג רעין טוישט צירוק צו שניי ביינאכט, 40 בייטאג , 20 ביינאכט.
מאנטאג & דינסטאג- טייל זיניג אין קאלט, 20s בייטאג, פון 10-15 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דינסטאג נאכט-קלאר אין זייער קאלט, 6.
מיטוואך- טייל זיניג, נישט אזוי קאלט אדער ווינטיג, 32.
מיטוואך נאכט- snowshowers אדער פלאריס מעגליך אין אווענט , ווינטיג אין קאלט שפעטער .12.
דאנערשטאג & פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 15-20 בייטאג, ארום 0 ביינאכט.
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך נאכמיטאג אין אווענט וואס טוישט זיך צו פריזינג רעין אדער רעין , 35 בייטאג , 32 ביינאכט.
זינטאג- רעגען , וואס קען זיך טוישען צירוק צו שניי ביינאכט, 42 בייטאג , 20 ביינאכט.
מאנטאג & דינסטאג- טייל זיניג אין קאלט, 25-30 בייטאג, פון 15-20 ביינאכט.

וועטער מאנסי -

דינסטאג נאכט-קלאר אין זייער קאלט, ארום 0.
מיטוואך- טייל זיניג, נישט אזוי קאלט אדער ווינטיג, 28.
מיטוואך נאכט- snowshowers אדער פלאריס מעגליך אין אווענט ארום איין אינטש מעגליך , ווינטיג אין קאלט שפעטער .12.
דאנערשטאג & פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 10-15 בייטאג, 0 ביז below 5- ביינאכט.
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך ביינאכט, 29 בייטאג , 25 ביינאכט.
זינטאג- שניי , רעגען , אדער פריזינג רעין טוישט צירוק צו שניי ביינאכט, 37 בייטאג , 15 ביינאכט.
מאנטאג & דינסטאג- טייל זיניג אין קאלט, 20-25 בייטאג, 10-15 ביינאכט.

וועטער מאנרא-

דינסטאג נאכט-קלאר אין זייער קאלט, ארום 2-below zero.
מיטוואך- טייל זיניג, נישט אזוי קאלט אדער ווינטיג , 26.
מיטוואך נאכט- snowshowers אדער פלאריס מעגליך אין אווענט ,ארום איין אינטש מעגליך , ווינטיג אין קאלט שפעטער .10.
דאנערשטאג & פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, ארום 10 בייטאג, 0 ביז below 5- ביינאכט.
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך ביינאכט, 26 בייטאג , 22 ביינאכט.
זינטאג- שניי ,אין פריזינג רעין טוישט צירוק צו שניי ביינאכט, 35 בייטאג , 10 ביינאכט.
מאנטאג & דינסטאג- טייל זיניג אין קאלט, ארום 20 בייטאג, 0-10 ביינאכט.

נעסקטע וועטער באריכט מיטוואך אווענט אי״ה.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מיטוואך אווענט - וועטער באריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גיטען אווענט, א פרישע ארטיק קאלד פראנט קומט אריין שפעטער אין אווענט, א פאר snowshowers אין פלאריס וועלען דאס באגלייטען ווי אויך ווינטיג אין גאר קאלטע וועטער. מארגען אין פרייטאג וועלען זיין זייער קאלטע אין ווינטיגע טעג בערך אזוי קאלט ווי פריער אין די וואך. שבת קומט א שטורם צו פארען אבער ווי עס זעט יעצט אויס וועט דאס גייט צו אינזער west. דאס מיינט אז ווארעמער לופט וועט אריינגעשלעפט ווערען אין שניי וואס קען זיך אנהויבען שפעט שבת נאמיטאג וועט זיך טוישען אויף אייז אין רעגען, עס וועט רעגענען זינטאג אין זיין גאנץ מילד ספעצעיל אין לעיקוואוד אין ברוקלין, אבער זינטאג נאכט קומט קאלטע לופט צירוק אין די רעגען קען זיך ענדיגען ווי שניי. די פאטטערן טויש וואס האט אויסגעזען ווי עס קומט שוין אין א וואך איז דערווייל נישט אזוי זיכער. עס בלייבט קאלט ווי אויך נאך דא מעגליכע שניי כאטש פאר די נעקסטע וואך.

וועטער ברוקלין-

מיטוואך נאכט- snowshowers אדער פלאריס מעגליך פון א קאטינג צו אפשר איין אינטש , ווינטיג אין קאלט .15. (Wind chills near zero)
דאנערשטאג & פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 15-20 בייטאג, ארום 5 ביינאכט.
(Wind chills near zero day, -15 night.)
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך אין אווענט אין ביינאכט, 32 בייטאג , 29 ביינאכט.
זינטאג- שניי טוישט אויף רעגען , דערנאך מעגליך צירוק צו שניי ביינאכט, 45 בייטאג , 22 ביינאכט.
מאנטאג , דינסטאג & מיטוואך- טייל זיניג אין קאלט, 25-30 בייטאג, פון 15-20 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מיטוואך נאכט- snowshowers אדער פלאריס מעגליך א קאטינג איבערנאכט, ווינטיג אין קאלט .13. (Wind chills near zero)
דאנערשטאג & פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 18-22 בייטאג, 0-5 ביינאכט.
(Wind chills near zero day, -15 night.)
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך אין אווענט אין ביינאכט טוישט אויף רעגען איבערנאכט, 34 בייטאג , 28 ביינאכט.
זינטאג- רעגען , דערנאך מעגליך צירוק צו שניי שפעט ביינאכט, 47 בייטאג , 24 ביינאכט.
מאנטאג , דינסטאג & מיטוואך- פארוואלקענט אין קאלט,מעגליכקייט פאר שניי אדער פלאריס
25-30 בייטאג, פון 15-20 ביינאכט.

וועטער מאנסי -

מיטוואך נאכט- snowshowers אדער פלאריס מעגליך פון א קאטינג צו אפשר איין אינטש , ווינטיג אין קאלט .13. (Wind chills near zero)
דאנערשטאג & פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 12-16 בייטאג, ארום 0 ביינאכט.
(Wind chills near zero day, -20 night.)
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך אין אווענט אין ביינאכט, 28 בייטאג , 25 ביינאכט.
זינטאג- שניי טוישט אויף אייז דערנאך רעגען שפעט אינדערפרי, דערנאך מעגליך צירוק צו שניי ביינאכט, 40 בייטאג , 20 ביינאכט.
מאנטאג , דינסטאג & מיטוואך- טייל זיניג אין קאלט, 22-27 בייטאג, פון 10-15 ביינאכט.


וועטער מאנרא-

מיטוואך נאכט- snowshowers אדער פלאריס מעגליך פון א קאטינג צו אפשר איין אינטש , ווינטיג אין קאלט .10. (Wind chills near zero)
דאנערשטאג & פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 10-15 בייטאג, ארום 5 below zero ביינאכט.
(Wind chills near zero day, -25 night.)
שבת- טייל זיניג , שניי מעגליך אין אווענט אין ביינאכט, 26 בייטאג , 22 ביינאכט.
זינטאג- שניי טוישט אויף אייז אין רעגען , דערנאך מעגליך צירוק צו שניי ביינאכט, 38 בייטאג , 16 ביינאכט.
מאנטאג , דינסטאג & מיטוואך- טייל זיניג אין קאלט, 20-25 בייטאג, פון 5-10 ביינאכט.

נעסקטע וועטער באריכט דאנערשטאג אווענט אי״ה.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

אפדעיט דאנערשטאג צופרי

שליחה דורך וועטערבאריכט »

ברררר.... עס איז שוין ווייטער זייער שטארק קאלט , היינט וועט בלייבען אין די teens אין א שטארקע ווינט וועט ברענגען wind chills נאנט צו zero א גאנץ טאג . היינט נאכט וועט זיין גאר קאלט אין די שטאט וועט זיין נאנט צו 3 דעגריס, עמיר זען אויב מען קען זיין א דעגרי אדער 2 קעלטער ווי דער low temperature מאנטאג צופרי פון 4. עס איז א מעגליכקייט, די ווינטען היינט נאכט אין פרייטאג וועלען זיין אביסעל שוואכער ווי די זינטאג, מאנטיג זענען געוועזען אבער עס מאכט נישט קיין סאך אויס wind chills פון 15-20 below איז נישט א joke. שבת שפעט נאכמיטאג אדער אין די אווענט וועט זיך אנפאנגען די נעקסטער שניי, דאס זעט אויס זיכער אז מיר גייען אריבער צו אייז אין דערנאך רעגען שפעט מוצאי שבת. די שאלה איז נאך וויפיל שניי פאלט פאר די changeover? דערווייל לייג איך צו די snow and ice map פון די נאשענאל וועטער סערוויס. שפעטער היינט וועל איך אי״ה מער באשרייבען אין אויך ארויסגעבען א וועטערבאריכט מעפ. א גיטען טאג אין א גיטען חודש.
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

שליחה דורך נופת צופים »

יא יא, די היץ האט אביסל נאכגעלאזט אין ברוקלין.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Snow maps - מוצאי שבת אין זינטאג

שליחה דורך וועטערבאריכט »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

שניי אין ירושלים

שליחה דורך וועטערבאריכט »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

דאנערשטאג אווענט- וועטער באריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גיטען אווענט, א ווינטיגע קאלטע טאג איז אדורך אין די עולם ווארט שוין מסתם פאר א ביסעל ווארעמע וועטער. דערווייל זעט מען דאס נישט אויפן האריזאנט. היינט נאכט ביז שבת צופרי גייט זיין גאר שטארק קאלט. שבת וועט זיין אביסעל בעסער אבער וואלקענעס קומען אריין אין שניי וועט אנפאנגען צו פאלען שפעט נאכמיטאג אדער אווענט. עס זעט נאך אויס ווי עס טוישט איבער צו אייז אין רעגען ספעציעל אין שטאט. אבער נישט פאר אינז זעהן מיר אן accumulation. די מערסטע שניי אין דעם שטורם וועט פאלען אין מאנרא, מאנסי אין נארטוועסט פון די סיטי. די קלענערע אמאונטס וועלען זיין איסט אין סאוט ווי אין לעיקוואוד. ביי זינטאג צופרי וועט מען זען א לייכטע רעגען אין שטאט, אין אויך לעיקוואוד מיט א מיקס אין מאנסי אין מאנרא. דער שטורם קען זיך ענדיגען ווי אביסעל שניי אין אלע פלעצער זינטאג נאכט. קאלטע לופט פליסט צירוק אריין פאר די נעקסטע וואך אין לויט דער euro מאדעל קענען מיר זיך זעהן מיט א פעסטע שניי דינסטאג- מיטוואך צייט. איך גיי צולייגען א פאוסט שפעטער מיט א וועטערבאריכט מעפ לגבי די שבת- זינטאג שטורם פונקטען אין שניי אמאונטס.


וועטער ברוקלין-


דאנערשטאג נאכט-קלאר, ווינטיג אין זייער קאלט, 5 דעגריס, ( wind chills 15 below zero)
פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 18-בייטאג, ארום 5 ביינאכט.
(Wind chills near zero day, -15 night.)
שבת- ווערט פארוואלקענט, שניי מעגליך אין אווענט אין ביינאכט קען זיין געמישט מיט אייז אדער פריזינג רעין איבערנאכט , 32 בייטאג , 30 ביינאכט.
זינטאג- שניי אדער מיקס טוישט אויף רעגען , דערנאך מעגליך צירוק צו שניי ביינאכט, 38 בייטאג , 22 ביינאכט.
מאנטאג & דינסטאג-טייל זיניג, קאלט, 25-30 בייטאג, ארום 15 ביינאכט.
דינסטאג נאכט &מיטוואך- שניי מעגליך ,קאלט, ארום 25 בייטאג, ארום 15 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דאנערשטאג נאכט-קלאר, ווינטיג אין זייער קאלט, 3 דעגריס, ( wind chills 20 below zero)
פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 16-בייטאג, ארום 5 ביינאכט.
(Wind chills near zero day, -20 night.)
שבת- ווערט פארוואלקענט, שניי מעגליך נאכמיטאג, א מיקס פון שניי אייז אדער פריזינג רעין איבערנאכט , 34 בייטאג , 32 ביינאכט.
זינטאג- רעגען , נישט אזוי קאלט, ווינטיג, , 42 בייטאג ,פארוואקענט , קעלטער ביינאכט- 20.
מאנטאג- זיניג, ווינטיג אין קעלטער, 25 בייטאג, 8 ביינאכט.
דינסטאג-ווערט פארוואלקענט, שניי מעגליך נאכמיטאג אין ביינאכט, קאלט,ארום 25 בייטאג, ארום 20 ביינאכט.
מיטוואך- שניי מעגליך אינדערפרי ,קאלט, ארום 30 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.


וועטער מאנסי -

דאנערשטאג נאכט-קלאר, ווינטיג אין זייער קאלט, 0 דעגריס, ( wind chills 20 below zero)
פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 14-בייטאג, ארום 0 ביינאכט.
(Wind chills near zero day, -15 night.)
שבת- ווערט פארוואלקענט, שניי מעגליך אין אווענט אין ביינאכט קען זיין געמישט מיט אייז אדער פריזינג רעין איבערנאכט , 26 בייטאג , 25 ביינאכט.
זינטאג- שניי אדער מיקס טוישט אויף רעגען , דערנאך מעגליך צירוק צו שניי ביינאכט, 36 בייטאג , 20 ביינאכט.
מאנטאג & דינסטאג-טייל זיניג, קאלט, 20-25 בייטאג, 5-10 ביינאכט.
דינסטאג נאכט &מיטוואך- שניי מעגליך ,קאלט, ארום 23 בייטאג, ארום 15 ביינאכט.


וועטער מאנרא-

דאנערשטאג נאכט-קלאר, ווינטיג אין זייער קאלט, ארום 0 דעגריס, ( wind chills 15 below zero)
פרייטאג - מערסטענס זיניג, ווינטיג גאר קאלט, 12-בייטאג, ארום 5-below zero ביינאכט.
(Wind chills near zero day, -15 night.)
שבת- ווערט פארוואלקענט, שניי מעגליך אין אווענט אין ביינאכט קען זיין געמישט מיט אייז איבערנאכט , 25 בייטאג , 24 ביינאכט.
זינטאג- שניי אדער מיקס פון שניי , אייז אין רעגען , דערנאך מעגליך צירוק צו שניי ביינאכט, 35 בייטאג , 20 ביינאכט.
מאנטאג & דינסטאג-טייל זיניג, קאלט ארום 20 בייטאג, 0-10 ביינאכט.
דינסטאג נאכט &מיטוואך- שניי מעגליך ,קאלט, ארום 22 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.

נעסקטע וועטער באריכט מוצאי שבת אי״ה.
א גיט שבת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Storm map

שליחה דורך וועטערבאריכט »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

9:30 temperatures

שליחה דורך וועטערבאריכט »

עס איז יעצט 12 אין בארא פארק, 10 אין לעיקוואוד , 6 אין מאנסי אין 4 אין מאנרא. נישט אזוי קאלט ווי זינטאג נאכט אין דער זעלבע שעה אבער די נאכט איז נאך נישט דעריבער, זינטאג זענען די טעפרוטורס שטארק געפאלען אין אווענט אבער נאך דעם געבליבען steady א גאנצע נאכט. לאמיר זען וויאזוי עס גייט היינט נאכט. געווענדליך קומט די נידיריגסטע טעמפרוטורס ארום 6-7 אינדערפרי.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

שניי אין ירושלים

שליחה דורך וועטערבאריכט »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

וויאזוי זעט אויס דער outlook for march?

שליחה דורך וועטערבאריכט »

Oy vey. Will we be cold and snowy until pesach this year
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

11 אזייגער אפדעיט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

10 אין בארא פארק, 9 אין לעיקוואוד, 4 אין מאנסי , 2 אין מאנרא.
אויב מען וויל פילען א ביסעל בעסער האב איך צוגעלייגט די forecast פאר מיאמי , פלארידא, פאר מיאמי גייט זיין רעקארד קאלט היינט ביינאכט. עס איז יעצט 49 דעגריס דארט מיט א ווינט פון 12 מייל א שעה פילט עס ווי 35.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

פרייטאג צופרי אפדעיט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גיטען ערב שבת אין חודש. יעצט ביי 5:30 אינדערפרי איז 3 דעגריס אין נאו יארק , די ווינט בלאזט פון 15-20 מייל א שעה דאס מיינט אז דער wind chill איז 18 below zero, אבער די gusts דאס הייסט פון צייט צו צייט בלאזט עס ביז 30-35 מייל א שעה וואס דעמאלטס איז די wind chill -24 דאס איז מסוכנדיג קאלט. עס קען נאך פאלען 1-2 דעגריס פאר 7 am.
אין לעיקוואוד איז יעצט 1 דעגרי. Wind chills 18 below to 25 below.
אין מאנסי איז 2 below zero אין wind chills זענען 25-30 below zero.
אין קרית יוא-ל איז יעצט 4.5 below zero אין די wind chills זענען אויך 25-30 below zero.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

ירושלים שניי פרייטאג צופרי

שליחה דורך וועטערבאריכט »

די שניי האט זיך געטוישט אויף רעגען אין ירושלים יעצט אבער דא האט איהר אפאר בילדער וויאזוי עס האט אויסגעזען דארט ערב שבת צופרי.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Niagra falls

שליחה דורך וועטערבאריכט »

עס איז אזוי קאלט אין די נארטאיסט אז דער niagra falls איז מערסטענס פארפרוירען געווארען.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך וועטערבאריכט »

עס איז אראפ ביז 2 דעגריס דא אין נאו יארק יעצט אין עס קען נאך פאלען ביז איינס פאר די low temprature. איך פאר היינט שפעטער אויף לעיקוואוד בעזרת השם פאר שבת , וועל איך נישט האבען קיין אפדעיטס פאר שבת , איך וועל פרובירען צו שרייבען די וועטער באריכט מוצאי שבת. די מעפ פון די שבת- זינטאג שטורם האב איך דא ציגגעלייגט פון נעכטען no changes דערווייל ,די latest וועטער באריכט איז אויף page 18. א גיטען לעכטיגע ווארעמען שבת אידען.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

ערב שבת לעצטע מינוט אפדעיט- א פאר changes .

שליחה דורך וועטערבאריכט »

דער שטורם זעט אויס צו קימען פריער, עס וועט שוין שנייען שבת נאכמיטאג . א פאר שעה פריער ווי גערעכט. אויך עס קען זיין 1-2 אינטשעס מער ווי מיין מעפ. סא לאמיר זאגען 2-3 לעיקוואוד, 4-5 שטאט, 6-8 מאנסי אין מאנרא, אייז אין א מיקס מוצאי שבת שפעט אין די שטורם וועט שוין זיין פארטיג ביי זינטאג מיטאג. א גוט שבת!
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מוצאי שבת-וועטער באריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גיט וואך, א שנייעדיגע שבת נאכמיטאג, דער שניי איז אריינגעקומען ביי 2 אזייגער דא אין לעיקוואוד ווי איך בין אויף שבת, עס איז געפאלען שטארק אין שנעל אינז האמיר באקומען בערך 4 אינטשעס אבער ממש יעצט האט עס איבערגעטוישט אויף אביסעל רעגען אין אייז. אין ברוקלין ווי אויך מאנרא אין מאנסי וועט עס נאך פאלען פאר א פאר שעה. עס גייט אויך טוישען צו רעגען אין אייז אין ברוקלין אבער נישט פאר עס שנייט כאטש 4 אינטשעס אין אפשר אזוי סאך ווי 6 אינטשעס. אין מאנרא אין מאנסי קען מען זען די טויש שפעטער אבער די שניי איז אויך לייכטער , דעריבער וועלען זיי זעהן אויך פון 4-6 אינשטעס. פאר די קומענדיגע וואך זעט אויס צו זיין ווייטער גאנץ קאלט, ספעציעל מאנטאג-דינסטאג, אין דאנערשטאג צו פרייטאג. דערווייל אבער זעט אויס צו זיין טריקען מיט די מעגליכע שטורם וואס וואלט געקענט קומען דינסטאג - מיטוואך דאס זעט אויס צו זיין א miss.



וועטער ברוקלין-

מוצאי שבת- שניי אין אווענט, טוישט איבער צו אייז אדער פריזינג רעין איבערנאכט, פון 4-6 אינטשעס , 30 אווענט, טעמפרוטורס וועלען ארויפגיין שפעט.
זינטאג- אביסעל רעגען אדער מיקס רעגען מיט אייז , אינדערפרי דערנאך טיילווייז זיניג אין מילדער נאכמיטאג, 38 בייטאג , קלאר אין קאלט ביינאכט- 16.
מאנטאג & דינסטאג-טייל זיניג, שטארק קאלט, 20-25 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת טיילווייז זיניג ,קאלט, ארום 25-32 בייטאג, ארום 15 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מוצאי שבת- פריזינג רעגען , אייז געמישט מיט שניי אווענט, טוישט איבער רעגען איבערנאכט, ארום 4 אינטשעס , 30 אווענט, טעמפרוטורס וועלען ארויפגיין שפעט.
זינטאג- אביסעל רעגען אינדערפרי דערנאך טיילווייז זיניג אין מילדער נאכמיטאג, 42 בייטאג , קלאר אין קאלט ביינאכט- 18.
מאנטאג & דינסטאג-טייל זיניג, שטארק קאלט, 20-25 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת טיילווייז זיניג ,קאלט, ארום 25-35 בייטאג, ארום 15 ביינאכט.


וועטער מאנסי -

מוצאי שבת- שניי אין אווענט, טוישט איבער צו שניי געמישט אייז אדער פריזינג רעין איבערנאכט, פון 4-6 אינטשעס , 26 ביינאכט טעמפרוטורס וועלען ארויפגיין שפעט.
זינטאג- אביסעל פריזינג רעין אדער מיקס שניי מיט אייז , אינדערפרי, דערנאך טיילווייז זיניג אין מילדער נאכמיטאג, 36 בייטאג , קלאר אין קאלט ביינאכט- 10.
מאנטאג & דינסטאג-טייל זיניג, שטארק קאלט, 15-20 בייטאג, ארום 5 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת טיילווייז זיניג ,קאלט, ארום 23-28 בייטאג, ארום 10 ביינאכט.

וועטער מאנרא-

מוצאי שבת- שניי אין אווענט, טוישט איבער צו שניי געמישט אייז אדער פריזינג רעין איבערנאכט, פון 3-4 אינטשעס , 24 ביינאכט טעמפרוטורס וועלען ארויפגיין שפעט.
זינטאג- אביסעל פריזינג רעין אדער מיקס שניי מיט אייז , אינדערפרי, דערנאך טיילווייז זיניג אין מילדער נאכמיטאג, 34 בייטאג , קלאר אין קאלט ביינאכט- 8.
מאנטאג & דינסטאג-טייל זיניג, שטארק קאלט, 12-18 בייטאג, ארום 5 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת טיילווייז זיניג ,קאלט, ארום 20-28 בייטאג, ארום 5 ביינאכט.

נעסקטע וועטער באריכט זינטאג נאכט אי״ה.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך וועטערבאריכט »

עס גייט יעצט א שטארקע פריזינג רעין אין לעיקוואוד די גאסען זענען זייער מסוכנדיג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וועטערבאריכט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט