מיטינג - פייטן אדיקשאן AA ק"ש

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

מיטינג - פייטן אדיקשאן AA ק"ש

שליחה דורך shem-tov »

סאיז מיר איינגעפאלן א געוואלדיגע המצאה. ממש וואס אפשר פאר דעם אליינס האט זיך שוין געלוינט דאס גאנצע אינטערנעט. כוויל בע"ה מאכן דא אין שטיבל א מיטינג רום ווי מען וועט פראקטיצירן די "עי עי" מיטינגס מיט די 12 סטעפס ספעציעל פאר די וואס ליידן פון אלקעהאל אדיקשאנס בפרט, און אזוי אויך אנדערע שווערע עדיקשאנס אן ארויסשרייבן די פרטים.

איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק. דאס איז א געוואלדיגע כח סיי ווי מיר טרעפן אין דברי נביאים און אזוי אויךאין פראקטיק פון א סייענטיפישער שטאנדפונקט. יעדער וועט קענען דערציילן וואסערע נסיונות ער גייט דורך און ווי ער דארף חיזוק. מעון וועט זיך ארויסהעלפן מען וועט זיך מחזק זיין און ווען איינער וועט האבן דורכגעבראכן א טאג, א וואך, א חודש אן אלקעהאל, דראגס, געמבלינג, עצלות, כעס, וכדו, וועט מען אים מאכן א פארטי און אים אפגעבן זיין פארדינטן כבוד.

אביסל בעקראונד. סאיז ידוע אז ביי די או"ה איז דא אזא זאך וואס הייסט אלקעהאליק אנאנעמאס. אין קורצן עי עי . א פראגראם וואס איז באקאנט אלץ זייער א פראפעסיאנאלע טערעפי-טייפ גרופע. סאיז נישט געמאכט פאר קיין מענטשן וואס גלייכען צו קוועטשן אדער זיך אפרעדן, סאיז א פראגראם וואס מען טוט דארטן צו דער זאך און מען זעהט געוואלדיגע ריזאלטס. פאר די וואס ווייסן נישט וואס דאס איז וועל איך עס שילדערן בקיצור נמרץ. מען קען עס גוגלען און צוברענגן נאך אינפארמאציע איבער די וואונדערליכע פראגראם און אירע 21 סטעפס.

בעיקר איז דאס געמאכט פאר מענטשן וואס פלעיגן זיין אדיקטעד צו אלקעהאל און זיי האבן זיך מאוס אפגעבריט, פארלוירן זייערע משפחות און פריינד, פארלוירן פרנסה, זייער סעלף עסטיעם בקיצור אינגאנצן האבן זיי פארלוירן זייער לעבנס. די חברה האבן זיך פרובירט צו היילן אזוי און אזוי אבער גארנישט האט נישט געהאלפן. דער ביטערער טראפ האט אייביג מנצח געווען. סאיז אן אדיקשען און אדיקשאנס זענען אדיקשאן פאר די וואס זענען נעבך באקאנט.

זענען געווען עטליכע געוועזענע שיכורים וואס האבן ביי זיך אפגעמאכט גענוג איז גענוג. מיר האלטן נישט אזוי ביים לעבן. און זיי זענען אויפגעקומען מיט די המצאה פון זיך טרעפן טעגליך אויף א פלאץ ווי מען גייט דורכשמועסן די נסיונות און זיך מחזק זיין פאר נאך א טאג און נאך א וואך. און וואונדער איבער וואונדער נאר דאס האט זיי געהאלפן. האבן זיי עס אנגעהאלטן אויף ווייטער אויך, א וואך נאך חודש נאך יאר און סהאט זיך פעסט געהאלטן, אויב האט אייער פון די חבורה פארפאסט אפילו איין טאג פון צו קומען האט ער שוין געפילט א שוואכקייט אין זיין קאמף און האט שוין געדארפט מער חיזוק.

באמת קלער איך איז דאס דער גאנצער ענין פון טעראפי און מיטינגען וואס מענטשן מוזען צומאל גיין פאר יארן לאנג, פארוואס. כדי סזאל זיך דיר בכלל נישט מאכן א שוואכע מינוט ווייל אז סמאכט זיך דיר שוין א שוואכע מינוט איז שוין כמעט פארפאלן. דעריבער דארף מען שטיין על המשמר אויב ווילסטו באמת געהאלפן ווערן און נישט ח"ו שטארבן א לוזער.

דער מקור איז זיכער פון אונזער הייליגע תורה. ווי דער פסוק אין תנ"ך איש את רעהו וגו' און נאך פיל בעניני חיזוק. ואכמ"ל. אבער סאיז כדאי ווער ס'קען ציטירן פסוקים, תורות אדער מעשיות מתלמידי בעש"ט בענינים אלו.

אגב הרב דר. אי"ה טווערסקי שליט"א האט געשריבן ביכער איבער די 12 סטעפס און ער איז שטארק פארגלייבט אין די ענינים אויף אלע ענינים ובכללם התגברות בקדושה.

היינט באשטייט שוין נישט די מיטינגען דווקא איבער אלקעהאל פראבלעמן. מענטשן קומען דארטן רעדן איבער זייערע אדיקשאנס, מען שמועסט זיך דורך, מען העלפט זיך ארויס מען דערציילט, אבער עכ"ז איז נאך אלס אלעס באזירט ארום משקה. זיי רעדן איבער זייערע טרינקן פראבלעמן און מען האלט חשבון איינער אויפן צווייטען.

א עקסטערע פרשה פאר זיך און א גרויס חלק פון די הצלחה איז דאס נעמען ספאנסערס פון די חבורה אזעלעכע וואס האבן עס שוין אדורכגעפירט. זיי העלפן די ניו קאמערס צו וועמען זיי האבן שטארקע געפילן, זיך צו האלטן שטארק.

נאך א סוד פון הצלחה איז, אז ס'איז גענצליך פריי פון אפצאל און יעדער קען זיך באטייליגן. מען קען גיין 20 יאר און נישט באצאלן א פעני. סקומט געווענלעך פאר אין עפעס א קומיוניטי רום און יעדער איז וועלקאם.

די מיטינגען זענען פארשפרייט אין די גאנצע וועלט, אלע פראגראמען באשטייען פון בערך א שעה און אויבנאויף טראגט עס איבעראל דעם זעלבן פנים מען טוט מער ווייניגער די זעלבע זאכן. איינער פירט עס אן, מען שמועסט, יעדער האט א טשאנס צו רעדן. באמת אבער, זענען נישט אלע מיטינגען גלייך, סאיז דא צוויי מינים. מען קען אריינפאלן מיט פארברעכער גארבעדש מיט גארבעדש און מען קען טרעפן אזעלעכע וואס סאיז ממש אומגלויבלעך נארמאל ארגאניזירט סזיצן ארענטליכע גוים און מען העלפט זיך ארויס. די וואס טוען דערינען ווייסן שוין פונקטלעך וואו מטרעפט די ריכטיגע.

דעריבער, אלץ איינער וואס איז היבש באקאנט אין די ענינים און א שטארקער גלויביגער, וויל איך פארשלאגן א פלאן מייסד צו זיין דא אזא מיטיג פלאץ. ווער אימער ספלאגט זיך ארום מיט אלקעהאול אז ס'רואינירט אים דאס לעבן, דער שבת טיש זעהט אויס ווי א פורים, די קינדערלעך זיינע האבן נישט קיין טאטע, 1 נאכמיטאג דינסטאג איז ער שוין ווייטער שיכור. אדער ווער ספלאגט זיך מיט דראגס אדער עני אנדערע אדיקשאן און קען זיך נישט קיין עצה געבן, אזוי אויך ווער סהאלט אז ער קען ארויסהעלפן זאל ביטע אהערקומעןאון אנטייל נעמן אינעם פראגראם. איך בעט אבער מען זאל טראכטן פאר מען שרייבט, מען זאל סטיקען צו איין טאפיק, נישט ארומשפרינגען מענין לענין נאר זיך האלטן צואיין זאך, אין וואס די ווילסט באמת געהאלפן ווערן אין די טראכסט אז אנדערע קענען דיר העלפן. און למען השם בעט איך אז קיינער זאל נישט דא קומען טרייבן שפאס ווייל סקען זיין אז פאר געוויסע מענטשן וועט דער ווינקל זיין ממש א לייף סעיוואר.

ויהי רצון שתשרה שכינה בתוכינו. יעצט ווארט איך צו הערן וואס דער עולם האט מוסף צו זיין איבער די ענינים און בכלל צו מיין פלאן. כל טוב
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום shem-tov, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

מורי ורבותי. יעדער בעל חי ווייסט אז סטוט וויי שרייט מען. זאג איך אייך עס רייסט ביים הארץ.

שוין א לענגערע צייט וואס איך קוק מיך צו וויאזוי א באקאנטער מיינער פלאגט זיך מוראדיג מיט אן שרעקליכע אדיקשאן צו אלקעהאל ה"י, וויפיל איך מיט אנדערע פראבירן אים צו העלפן גייט עס נישט. איי פארוואס גייט ער נישט פאר קיין פראפעשאנעל הילף, פארוואס קומט ער צו מיר, איך בין דאך א פשוטער שם-טוב שלעפער, וועל איך אייך זאגן אז ער קומט שוין פון דארט ער איז געווען ביי די סארט מיטינגן פאר א יאר צייט - אָן ענד אָף - אבער ער קען מער נישט מיטהאלטן.

איך וועל אייך דערציילן די פרטים. פארשטייט זיך מיט שינוים, און לאמיר פרובירן צו העלפן דעם יוד. דער יוד איז 30 יאר אלט. האט נישט געהאט קיין ספעציעלע שווערע לעבן. ער האט אנגעהויבן טרינקן ביי די זיבעצען יאר אלץ ישיבה גדולה בחור ס'האט אים זייער געשמעקט. זייט דעמאלטס גייט עס פול-פארס ביז ער איז אויסגעשטיגן צו זיין א קלעס עי אלקעהליקער.

ער וויינט זיך צו מיר אויס אז ער האט שוין פארלוירן עטליכע דשאבס אין זיין לעבן, זיין דרייווערס לייסענס איז שוין עטלעכע מאל געווארן סוספענדירט, ער איז שוין כמעט געזיצן אין תפיסה פאר א יאר, נאר ממש די לעצטע מינוט האט אים א לויער וואונדערליך געראטעוועט. דעמאלטס האט ער טאקע אויפגעהערט צו טרינקן פאר א שטיק צייט, אבער סהאט נישט לאנג אנגעהאלטן.

דער יונגערמאן האט א איבערגעגעבענע וואוילע ווייב, זייער פאפולער און אוטגאואינג, פינעף קליינע ליכטיגע קינדערלעך, פאר וועם ער וואלט געטאן אלעס אין די וועלט זיי זאלן זיין גליקלעך, ער קומט פון א נארמאלע שטוב, הגם די טאטע איז אויך באקאנט אלץ א שטילער שיכור, די שווער איז זייער א נארמאלע מענטש, ער ווייסט פונקטלעך די מצב אבער ער קען נעבעך גארנישט טאן. דער יונגערמאן פאר זיך איז א ערליכער נישט קיין רשע, נישט קיין פארביסענער, ער קען לערנען, ער קען שמועסן ער איז באחנ'ט און קלוג אבער די סקעלעטאן איז די אלקעהאל.

ווען איר זעהט דעם יונגערמאן אין ביהמ"ד וועט איר ניטאמאל וויסן אז פלאגט זיך אזוי ביטערליך מיט דעם אדיקשאן. ער איז א פראפעשאנעל טרינקער, ווען ער קומט פרייטאג צונאכטס אין ביהמ"ד האלט ער שוין נאך אראפשאוולען א האלבער פלאש משקה און ער מאכט זיך אזוי כאלו לא היה, ער שרייט ביים דאווענען מיט א פרישקייט, דערנאך מאכט ער קידוש אינדערהיים און זאפעט אראפ דעם צווייטן חלק פלאש, ער רעדט שטותים והבלים ער רעגט יעדן אויף, ער טיילט פסקים פון רעכטס אויף לינקס, ביז ער פאלט א טויטער לעיני משפחתו. שבת צופרי חזרט זיך איבער די זעלבע זאך ער טרינקט פארן דאווענען, ער טרינקט ביים ליינען, כאלו ער מאכט איצט צום ערשטן מאל קידוש, און טרינקט ביי עטליכע קידישים, איבעראל מאכט ער הויעך קידוש און שאקעלט מיטן קאפ ווי גלייך ער קען נאך אינזין האבן די פירוש המלות. און הערשט נאכדעם גייט ער אהיים קידוש מאכן...

דער פראבלעם איז אז סיי ער און סיי זיין ווייב און אויך די קינדער שפירן אז זיי האלטן עס מער נישט אויס. די יללות און געוויין וואס זי וויינט און שרייט יעדען שבת נאכמיטאג. וואס האב איך געזינדיגט אז איך האב געדארפט חתונה האבן מיט אזא שיכור, די קינדערלעך הערן דאס און זיי וויינען מיט, טאטי קום שוין מאכן די סעודה אבער דער פאפט אריין אויפן קאוטש ער שרייט, איין מינוט איך קום שוין. עטס ווייסטס איך האב ענק ליב. אבער טאטי קום שוין, שלעפט אים דער דריי יעריגס, איין מינוט שלעפ נישט טאטי, אבער מאמי האט געזאגט איך זאל דיך רופן בעט זיך דער קליינער אפרוח און שלעפט ווייטער די טאטענס האנט, דער חכם האט שוין א שטיקל מייגרען געט ער א לאז אראפ א קלינגעדינגען פראסק פארן קינד, סאיז שוין דורך א שעה און דאס קינד וויינט נאך אלץ. שלש סעודות האט דער ערליכער שיכור שוין נישט אריין געטרעטן אין א ביהמ"ד פאר דעקעדס, מוצאי שבת עטליכע שטונדען נאכן זמן ווען ער וועקט זיך אויף, איז שוין די בני בית געגאנגן שלאפן פארוויינטערהייט און ער שטייט אויף און שפירט אז ער וויל זיך נעמן דאס לעבן.

וועט איר דאך פרעגן וואס ליגט אונטער דעם. אויב פעלט אים גארנישט ער האט פיין חתונה געהאט און ער איז עמאשענאל סטעיבעל דעמאלטס פארוואס טרינקט ער. דער תירוץ איז גראדע זייער איבעראשענד, ער זאגט פאר אלע עקספערטן אז ער האט קיינמאל נישט געפילט עקסעפטעט אין זיינע סירקעלס און נאר ווען ער טרינקט פילט ער עקסעפטעד ער קען רעדן ער קען זיך עקספרעסן, ער קען טאן וואס ער וויל.

היינט ווייסט ער שוין אויך אז סאיז דא בעסערע מיטלן צו טעקלען זיינע עמאשענאל פראבלעמען, אבער ער איז אינגאנצן מיואש ער טענהט אז סאיז שוין צו שפעט, סאיז געווארן אן א דיקשאן און סהעלפט אים נישט גארנישט אין די וועלט. ער קען ביי זיך אפמאכן הונדערט טויזענט מאל אז ער גייט מער נישט טרינקן אבער ס'העלפט א פייג. ווען ער זעהט ברוינפן טרינקט ער, און ווען ער טרינקט , טרינקט ער א גאלאן און ווען ער טרינקט א גאלאן ווערט עק וועלט. רבותי וואס טוט מען דא.


* * * * * * *

די געשיכטע וואס איך האב אייך דערציילט איז בנוגע אן אדיקשאן צו אלקעהאל. אבער איך ווייס פון נאך אסאך פעלער ווי מענטשן גייען פשוט צוגרונג, מענטשן זענען מיואש, משפחות זענען פארביטערט, מען געבט אויף, מען קען זיך מער נישט לוחם זיין, מען פארמאגט נישט די כוחות. ס'דא וואס זייער אדיקשאן איז אלקעהאל אבער ס'איז אויך דא אנדערע. "געמבלינג אדיקשאן". "דראגס אדיקשאן". "מעדיקעישאן אדיקשאן". "[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אדיקשאן". "אינטערנעט אדיקשאן". און נאך אנדערע. אן אדיקשאן איז אן אדיקשאן און מענטשן קענען זיך נישט ארויסזעהן דערפון. איך בעט דעם עולם אויב ווייסט עמעצער פון א ענליכער פאל זאל ביטע שרייבן איבער דעם ענין, וואסערע סארט טעראפי העלפט, וואסערע עצות סהאט שוין געהאלפן, הלוואי זאלן זיך מאכן דא 10 חברים וואס זאלן דיסקאסן זייערע - אדער זייערע באקאנטע - אדיקשאן פראבלעמען, פארשטייט זיך מיט ארומגעטוישטע פרטים - און לאמיר זיך בעיקר האלטן צו אלקעהאל אפי ס'איז נישט אלעמאל די מציאות. - און איך בין זיכער בשם ה' אז מיר וועלן מצליח זיין כמ"ש איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק ונאמר דאגה בלב איש ישחנה לאחרים.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

ס'קוקט מיר אויס אז דער איד האט א סטעפ וואן פראבלעם.

אבער די אידענע מוז נישט בלייבן אין דעם קלעם. זאג איר זי זאל אנהייבן גיין צו על-ענאן.
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

ק/פ

אפשר קענט איר מיר העלפן. איך בין א יונגערמאן וואס פלעגט אלעס האבן אמאל, אבער די לעצטע פאר יאר האב איך אלעס פארלוירן צוליב מיין אלקעהאל אדיקשאן. הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם דאס ווייס איך נישט וואס סמיינט. אבער מיין אדיקשאן נעמט מיך אינגאנצן ארויס פון די וועלט. איך קען דערצו גארנישט טאן. יא כהאב אלעס פראבירט. איך בין אינגאנצן מיואש און צובראכן פון מיין מצב. און סזעהט נישט אויס ווי סגייט בעסער ווערן.


מיין אדיקשאן צו אלקעהאל איז נישט פשוט צו פארשטיין. ווי שטארק איך בין נמאס פון אזא לעבן פון לייד און פיין פון ביטערניש און חרטה בין איך אבער סאך מער אנגערייצט צו כאפן א טרינק און זיך אריינטאן אינעם עולם הדמיון. איך האב נישט קיין נארמאלע פרנסה איך האב נישט קיין שלום בית איך האב פארלוירן מיין האפענונג אויף א גוט לעבן. איך לעכץ נאר אויף א טאג פון טרינקן און זיך פארטעמפען מיין מח. סאיז מיר ביטער איך פלעג האבן ריזיגע גאולס אין לעב, איך פלעג עס נאכלויפן און אויך אויספירן אבער היינט איז מיין איינציגע גאול נאך א גוטער שלינג שנאפס און נאך צער. דאס איז גוט אויף די מינוט און עפעס אנדערש האב איך נישט. וואס קען איך טאן איך קען מיך נישט אפרייסן דערפון. וויפיל מאל א טאג האב איך חרטה אויפן נעכטיגן טאג וואס כהאב געוועיסט מיט גארנישט אלעס ווייל כבין שיכור אדער דריי איך מיך מיט א הענגאוווער און איך קען גארנישט טאן יעדער ליידט פון מיר מיין ווייב מיינע קינדער און איך זעלבסט כהאב שוין אלעס געטאן אויפצוהערן מיין דאקטאר האט מיך געווארנט אז די לעיבאר איז אויס אבער כהאב נאך מוסיף געווען. מיין לעבן איז איין שטיק דיסטראקשען. קיין פרנסה. קיין גאולס. קיין סדר היום. גארנישט גארנישט איך פיל ווי איך בין ביי מיין אייגענע לוי איך קען מיך נישט זעהן ארויס פון דעם פלאנטער. מיינע אויגען זענען שוין אויסגעטריקענט פון וויינען ביינאכט אויף מיין קישען און סתם אויפן גאס אויפן סאבוועי האב איך היינט געוויינט אן א בושות. איך פיל שלעכט אז איך זעה אזוי אויס אבער איך קען מיך נישט העלפן איך בין איין שטיק חרטה איך עס מיך אויף שטיקער
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

מיין הארץ גייט מיר אויס פאר אים!!!
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
פארשפארט