chusid האט געשריבן:ווען האט יוניפארם אנגעהויבן שפילן א ראלע אין די יודישע רעליגיע ווי למשל אז יודן וואס האלטן פון מהלך העבודה פון בעש"ט גייען מיט א fur hat יעדע שבת? אפשר זאלן אלע יודן וואס זענען מהדר אויף אריזאנע ווייטץ גיין מיט פלארשיין- Floorshein קאמפעני שיך?
דו מאכסט א וויץ אבער ס'גייט שוין סאך ווייטער ווי וועלכע קאמפאני שיך. טאמער ווילסטו מיר זאגן אז ס'דא א חסידישע טראגע, א סאמעטן הוט, ווייסע העמד, לאנגע ראק, זעלבע סחורה הויזן, פלארשיים אדער עקאו שיך, און שוין, וואלט איך נאך אראפגעשלונגען. אבער די אבסורדע קאנפארמיטי וואס מ'זעט ווען ס'קומט צו סיי וועלכע צוגעהערן וואס האט גארנישט מיטן חסידישן לבוש, אדער מיט חוקת הגוי, למשל, וועסט כמעט נישט טרעפן קיין חסידישע יונגעמאן מיט הוט און רעקל וואקן אויף בעדפארד עוועניו אדער 13טע מיט זון גלעזער, וואס איז, די חסידישע אויגן זענען ווייניגער סענסיטיוו צום זון? ס'באדערט עם פיין ער מאכט צו די אויגן אזוי תרוטות ווי די תרמודים פון שמאי הזקן, אבער פאר ראטשילד'ס אוצרות וועט ער זיך נישט אנטוהן א פאר אויגן שיצער. און ס'איז נישט כאילו ס'איז אמאל געווען א תקנה דערגעגן, אדער ס'ווערט געברענגט אין א חסידיש ספר אז ס'איז דרכי אמורי, נע, סתם, קאנפארמיטי, ס'קומט עם אפילו נישט אויפן געדאנק ווי א רעלעוואנטע אפציע, פונקט ווי גיין מיט א פערפל שירעם. יעצט אין די סוב זערא וועטערס זעט מען עס אויך, יונגעלייט וואס וועלן בשום אין אופן נישט אנטוהן קיין ווארימע מאנטל ווי די ספארט אל לא מאוד רעגן מאנטלעך וואס G&G פארקויפט, אוירען שיצער מעג מען נאר צוויי סארט, די וואס האבן א בענדל פון פארענט און די אנעם בענדל, און נאר אויב ס'איז פעך שווארץ, אדערווייז וועט מען ענדערש באקומען פראסט בייט אויפן אויער אבי נישט אנטוהן א נארמאל ווינער הוטל. און נאכאמאל, ווען מ'רעדט דא פונעם שטריימל אין הונדערט דעגריי וועטער, אדער אנדערע בגדים אשר יסודתם בהררי קודש, החרשתי, אבער מ'רעדט סתם פון זאכן וואס זענען געווארן, אן קיין זיצונג, אן קיין החלטה, אן קיין שום סיבה, און דאס אז דער עולם טראכט אפילו נישט פון זוכן עפעס ווארימער ווייזט אין וואסערע גייסטישע תפיסה מיר געפונען זיך.