ווארט זאגער האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:מעגסט אזוי אננעמן, און ס'איז אפילו פלואזיבל, אבער מוכרח איז דאס נישט.
כ'האב צייט אויף יענע וועלט וועט מען פראקען בגדול!
וואו קומט אריין "פראקן" דא?
מאטי האט געשריבן:ס'איז דא כמה סיבות:
אז "די וועלט" איז א פרוזדור און דער עיקר איז חיי נצחיות.
אז מ'פרעגלט אריין דעם גלויבן אינגערהייט ווען די שכל איז נאכנישט אזוי רייף, און ווען מ'ווערט עלטער איז מען משוחד צו די דיעות וואס מ'ווייסט שוין פון די אינגע יארן.
מאטי האט געשריבן: אודאי נאכן באשאף פון שכל דארפן זאכן מאכן סענס אבער מ'האלט דאך יעצט איידער די בריאה, ס'איז נישט פארהאן גארנישט!! נישט שכל, נישט לאגיק. פארוואס דארפן מיר אננעמן אז די בריאה איז באשאפן געווארן שכל'דיג?
ווארט זאגער האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:ניין, לויט דעם איז מעגליך אז זאכן זענען אליינס באשאפן געווארן, ס'מאכט נישט קיין סענס פרעגסטו? ס'דארף נישט....
נאכאמאל. אויף פארשטייסטו אז די עצם זאך אז יעדע זאך אין בריאה מאכט סענס דאס איז א ראי' אויפן בורא, אויב אזוי איז דאך איינס מיט איינס אז דער בורא האט קודם באשאפען די מושג מאכן סענץ, און אויב אזוי איז די ערשטע בריאה די מושג מאכן סענץ און נאכדעם איז אלעס באשאפן געווארן לויט די כלל. פארוואס זאל איך גיין זאגען אז ס'דא זאכן וואס מאגן נישט קיין סענץ אין די בריאה?
מרקד אתלת האט געשריבן:צו זאגן אז זאכן דארפן נישט מאכן סענס, און עס איז פון זיך אליינס באשאפן געווארן אזא מושג אז זאכן דארפן מאכן סענס
דארף מען האבן אמונה פשוטה ותמימה ביותר. די שכל הישר והפשוט (וואס איך ווייס נישט ווער עס האט דאס באשאפן) זאגט אז די ערשטע אפציא איז ריכטיג.
ווארט זאגער האט געשריבן:איך פארשטיי דיך אינגאנצען נישט נישט קיין חילוק אויב זיי האבן נישט געקענט קיין אשורית ער איז געקומען דערציילען פאקטען וואס זיי האבן געדארפט האבען מקבל געווען פון זייערע עלטערען און מכח דעם זיי געהייסען זיך אפשיידען פון זייערע גויאישע ווייבער און קינדער, און זיי האבען געגלייבט? דו האסט 'עפעס' א ראי' אויף דיין טעאריע? ווען איך זאל דיר קומען דערציילען אז קרייץ ציגלער איז קיינמאל נישט געווען נאר ס'איז א לעגענדע דערציילט דורך אזוי גערופענע היסטאריקער נאך די צייטען פון די פינסטערע מיטל אלטער וועסטו מיך גלייבען?
מרקד אתלת האט געשריבן:דיין קשיא איז א קשיא פאר זיך, עס האט נישט קיין שום שייכות מיט וואס איך האב געשריבן
און די ענטפער איז פשוט, זאכן וואס אונז זעהן און פארשטיין צו דעם קען מען אונז חוקר זיין מיט שכל און זאגן אז על כרחך האט דאס איינער געמאכט
אויף זאכן וואס מיר ווייסן נישט וואס דאס איז האט דאך נישט קיין פשט צו חוקר זיין
געפילטע פיש האט געשריבן:ווארט זאגער האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:ניין, לויט דעם איז מעגליך אז זאכן זענען אליינס באשאפן געווארן, ס'מאכט נישט קיין סענס פרעגסטו? ס'דארף נישט....
נאכאמאל. אויף פארשטייסטו אז די עצם זאך אז יעדע זאך אין בריאה מאכט סענס דאס איז א ראי' אויפן בורא, אויב אזוי איז דאך איינס מיט איינס אז דער בורא האט קודם באשאפען די מושג מאכן סענץ, און אויב אזוי איז די ערשטע בריאה די מושג מאכן סענץ און נאכדעם איז אלעס באשאפן געווארן לויט די כלל. פארוואס זאל איך גיין זאגען אז ס'דא זאכן וואס מאגן נישט קיין סענץ אין די בריאה?מרקד אתלת האט געשריבן:צו זאגן אז זאכן דארפן נישט מאכן סענס, און עס איז פון זיך אליינס באשאפן געווארן אזא מושג אז זאכן דארפן מאכן סענס
דארף מען האבן אמונה פשוטה ותמימה ביותר. די שכל הישר והפשוט (וואס איך ווייס נישט ווער עס האט דאס באשאפן) זאגט אז די ערשטע אפציא איז ריכטיג.
זאגסטו אז ס' מוז זיין א בורא ווייל אן דעם פארשטייט מען נישט וויאזוי די נברא איז צושטאנד געקומען. אויב יעדע זאך מוז האבן א בורא מוז דאך דער בורא אויך האבן א בורא, און אויב וועסטו זאגן אז דער בורא איז א ספעציעלע מין מציאות וואס איז אלעמאל געווען אדער וואס מיר קענען נישט פארשטיין, קענסטו דאך די זעלבע זאגן ווען די בריאה אויך.
rationalwiki.org/wiki/First_cause
פרייוויליג האט געשריבן:מען פארציילט אז דער רמב״ם האט אנגענומען יש מנהיג לבירה מכח אמונה פשוטה!. זיינע גרויסע חיבורים האט ער פארפאסט פאר תועה בינה, זיי צו טשעלענדזשען מיט רייד אויף די אנדערע זייט מטבע. אבער למעשה האט ער אליין אויך געדארפט צו קומען צו אמונה פשוטה. אמונה פשוטה מיינט איך גלייב מיין טאטע, וואס ער האט געגלייבט זיין טאטע, און ער זיין טאטע ביז ארויף לימי הקדמונים. דו קענסט אזא מענטש נישט אפשטויסן, ווייל אמונה פשוטה איז נישט געבויעט טעאריש.
געפילטע פיש האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:מען פארציילט אז דער רמב״ם האט אנגענומען יש מנהיג לבירה מכח אמונה פשוטה!. זיינע גרויסע חיבורים האט ער פארפאסט פאר תועה בינה, זיי צו טשעלענדזשען מיט רייד אויף די אנדערע זייט מטבע. אבער למעשה האט ער אליין אויך געדארפט צו קומען צו אמונה פשוטה. אמונה פשוטה מיינט איך גלייב מיין טאטע, וואס ער האט געגלייבט זיין טאטע, און ער זיין טאטע ביז ארויף לימי הקדמונים. דו קענסט אזא מענטש נישט אפשטויסן, ווייל אמונה פשוטה איז נישט געבויעט טעאריש.
איך ווייס נישט ווער ס'פארציילט אזוי, אבער איינער וואס קען דעם רמב"ם פארציילט דאס נישט איבער.
פרייוויליג האט געשריבן:וויבאלד דיין מוח איז געשלאסן אין א צמצום אז יעדער זאך מוז האבן א אנהייב און א ענדע, א יוצר ונברא, ממילא פארשטייסטו נישט וואס עס איז געווען פאר בראשית. אלזא, דו קענסט עס נישט פארשטיין, ווייל דיין מוח איז נישט עפליקעבעל צו יצורי היוצר. יא! אודאי איז דא א בורא, א לעכטיגער בורא ומנהיג, וואס געבט דיר יעצט כח צו ליינען מיינע שורות. און אויב פארשטייסטו נישט אז דיין יצור איז אויסגעפארעמט ביי א יד העליון און איז משגיח אויף דיר בפרטיות דאן ביסטו אפגעשניטן פון די מושג וואס הייסט שכל הישר״. אפילו דו וועסט ערלויבן א בהמה צו גענען עקסעס צו די זאך וואס הייסט שכל, און ער וועט נאר באקומען א פרעקשען פון א משהו שכל אפילו פאר א האלבע רגע, וועט ער אויך משיג זיין אז יש מנהיג לבירה.