פורים שטעלט זיך ארויס דער חילוק פון דעם איד און דער גוי.....

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

פורים שטעלט זיך ארויס דער חילוק פון דעם איד און דער גוי.....

שליחה דורך קאך_לעפל »

אזוי ווי דער הייליגער יו'יט פורים שטייט שוין ביי די טיר, די פיבערהאפטיגע הכנות צום הייליגען יו''ט המשמש ובא, גייען שוין אן אין פולען שוואנג, די בשר בהמה פיקלען זיך שוין, און די גרוך פון די פיינע פרישע האלאפצעס פארפילט שוין די ליפט, דע מאן אנגעפילטע המן טאשען שמייכלען שוין ארויס פון אויבן, די שאכטעלען פון אלערליי פארשטעלעכצעס ווערן שוין אראפ געשלעפט פון די שטויביגע פאליצעס, די יענטעס פלוישען שוין אויף די טעלעפאנען איבער זייער מעכטיגע איידיעס פון משלוחמאנעס...... בקיצור קינד און קייט, גרויס ביז קליין אלעס גרייט זיך מיט פיבערהאפטיגע הכנות צום הייליגן יו''ט פורים הבעל''ט.......

ווי באוויסט איז איינע פון די גרעסטע מצות היום דעם חייב אינוש לבוסימי בפריא עד דלא ידע.......

פורים טרינקט זיך דער עולם אן ווי עס באדארף צו זיין.... דער עולם איז פרייליך מען לעבט אויף אלע באקען...... און די נאכווייען שפירן זיך ביז פסח.......

דער הייליגער רבי דער ברך משה זי''ע פרעגט זאגן אז עס איז טאקע פארהאן א סאך פשטים אויף חייב אינוש לביסמי עד דלא ידע, אבער רש''י זאגט ביין... פשיטו כמשמעו מען דארף זיך אזוי אנטרינקען אז מען זאל נישט וויסן בחייכון וביומיכון.... און ער פרעגט אויספירן... אינז לערנען פשוט אזוי ווי רש''י.... ביין.... ער פרעגט אויך נאך זאגן פון הייליגן דברי חיים זי''ע אז איבעראל ווי די חז''ל האבן געזאגט דער לשון חייב, מיינט דאס מיט מס''נ ממש, פרעגט דער רבי צו זאגן.... אז אפי' מיך איז שווער צו טרינקן.... אבער חייב מיינט אז מען דארף האבן מס''נ דערפאר....

שפאצירענדיג אראפ די וויליאמסבורגער גאסען אין פורים, איז א הערליך בילד צו זעהן ווי אזוי דער משקה המשכר שלאגט אויס ביי יעדעם איינעם אויף א צווייטען אופן.....

דער חסידישער איד טרינקט זיך אן, און ער פארט גלייך אריין אין א הייליגע אטמעספער.... ער טיט זיך אן דעם שלאפ קאפל, מיטן ווייסען גארטעל..... און טיילט הייליגע ברכות לרוב....... און זינגט מיט אן התלהבות .... אוי ווי גוט אין וואויל.... וועט זיין בביאת הגואל..... די אלע וואס האבן זיך אין די שיטה געפירט...... די שיטה הקדושה... ויואל משה האט ער זיך נישט אוועק גערירט....... טדיי טריי דא דא דא דיי ........

דער איידעם דער טשאשקע ניצט אויס די געלעגענהייט אריין צו זאגן פארן שוויגער.... אלעס וואס מען קען נישט זאגן ווען מען איז ניכטער........

דער באם פאלט אריין אין א גוסטע פון ליבשאפט, נעמט ארום און קישט אלע זיינע פרענדס מיט אן אהבה שאין התלייה בדבר.....

דער ת''ח קימט אויף מיט מאנדע קישות און שיטות און פארדרייט יעדעם א קאפ מיט חקירות, וואס אז מען איז ניכטער איז גארנישט שווער......


דער מקובל רעדט נאר ווי אזוי ער האט געזען די שכינה לייוו ביי די מגילה.......

עס שרייט זיך ארויס דעם שהבדיל לנו מן התועים.... ווען די גוים וואלטן ווען געהאט א מצוה פון חייב אינוש לבוסימי.... וויפול טויטע וואלטן ווען געוווען? וויפול מלחמות און שלעעגעריי וואלט ווען פארגעקומען אין די גאסען? וויפול ניוול פה וואלט ווען צוזאם גערעדט געוווארן?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך טראכט יעדע יאר נאך פורים וויאזוי וואלט אויסגעזען עני גוי'איש שטאט ווען מען מאכט א געזעץ ליום פלוני זאל זיך יעדער אנטרינקען עד דלא ידע, מען וואלט געדארפט האבן די ארמי דארט,

(איך ווייס אז יעצט גייט @... אויפקימען מיט עטליכע אויסגעקראצטע מעשות אבער הערום יבחון בדעת )
משה פיטות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 4:13 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך משה פיטות »

There is good people and evil people in every faith in every religion
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

דער אפריקאנע-אמעריקאנע גוי אדער דער גוי פון ענ וויי יו ייוניווערסיטעיט? ... א מעלה פון וואוינען אין ניו יארק איז אז ווען מען ווייזט פאר די קינדער וואס א נישט יוד איז מיינט דאס א שחור...
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך קאסטנער »

די ווייבער זענען די וואס האלטן אפ די מענער פין ארויסגיין פין די כלים, זאלן די פרויען אויכעט טרינקען אין נאכדעם וועלמיר רעדן.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

מודעה ואזהרה

שליחה דורך איחוד פעלד »

היות כי כמה מהחרידים לשמוע דבר ד' עוברים בכל שנה ושנה בעצם יום הפורים, ואינם שותים יין די סיפוקם, וחס מלהזכיר כי עדיין יודעים בטוב לבבם החילוק בין ברוך לארור, על כן באנו להזהיר ולהודיע, כי חוב קדוש הוא לשתות עד דלא ידע בין אהרן לזלמן, בין ישראל למענדעל, בין בנציון למרדכי, בין זילבערבערג לבידערמאן. בין קודש לוכו'.

גם נדהמנו לשמוע כי הנשים אינם בכלל ברוך ואינם שותים כלל, ותולים עצמם כי חז"ל אמרו חייב איניש ואינם בכלל איש. על כן באנו להודיע כי בדיוק נקטו חז"ל איניש ולא איש, בהוספת אות נו"ן לרבות הנשים כי אף הם בכלל ברוך וארור וחייבים לשתות עד דלא ידע בין בעלה לחבירו וד"ל.


ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כימי נהר.

לגל"ג רבנים
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

:like
איחוד די ביסט א סעקסיסט!!!
פארוואס ביי אונז מענער דארף זיין עד דלא ידע בין אהרן לזלמן
און ביי די נשים דארף זיין עד דלא ידע בין בעלה לחבירו
פארווואס זאל נישט ביי אונז זיין א חיוב עד דלא ידע בין אשתו לחברתה?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ווייל ביי אונז איז עס אזוי א גאנץ יאר...
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט