אזוי ווי דער הייליגער יו'יט פורים שטייט שוין ביי די טיר, די פיבערהאפטיגע הכנות צום הייליגען יו''ט המשמש ובא, גייען שוין אן אין פולען שוואנג, די בשר בהמה פיקלען זיך שוין, און די גרוך פון די פיינע פרישע האלאפצעס פארפילט שוין די ליפט, דע מאן אנגעפילטע המן טאשען שמייכלען שוין ארויס פון אויבן, די שאכטעלען פון אלערליי פארשטעלעכצעס ווערן שוין אראפ געשלעפט פון די שטויביגע פאליצעס, די יענטעס פלוישען שוין אויף די טעלעפאנען איבער זייער מעכטיגע איידיעס פון משלוחמאנעס...... בקיצור קינד און קייט, גרויס ביז קליין אלעס גרייט זיך מיט פיבערהאפטיגע הכנות צום הייליגן יו''ט פורים הבעל''ט.......
ווי באוויסט איז איינע פון די גרעסטע מצות היום דעם חייב אינוש לבוסימי בפריא עד דלא ידע.......
פורים טרינקט זיך דער עולם אן ווי עס באדארף צו זיין.... דער עולם איז פרייליך מען לעבט אויף אלע באקען...... און די נאכווייען שפירן זיך ביז פסח.......
דער הייליגער רבי דער ברך משה זי''ע פרעגט זאגן אז עס איז טאקע פארהאן א סאך פשטים אויף חייב אינוש לביסמי עד דלא ידע, אבער רש''י זאגט ביין... פשיטו כמשמעו מען דארף זיך אזוי אנטרינקען אז מען זאל נישט וויסן בחייכון וביומיכון.... און ער פרעגט אויספירן... אינז לערנען פשוט אזוי ווי רש''י.... ביין.... ער פרעגט אויך נאך זאגן פון הייליגן דברי חיים זי''ע אז איבעראל ווי די חז''ל האבן געזאגט דער לשון חייב, מיינט דאס מיט מס''נ ממש, פרעגט דער רבי צו זאגן.... אז אפי' מיך איז שווער צו טרינקן.... אבער חייב מיינט אז מען דארף האבן מס''נ דערפאר....
שפאצירענדיג אראפ די וויליאמסבורגער גאסען אין פורים, איז א הערליך בילד צו זעהן ווי אזוי דער משקה המשכר שלאגט אויס ביי יעדעם איינעם אויף א צווייטען אופן.....
דער חסידישער איד טרינקט זיך אן, און ער פארט גלייך אריין אין א הייליגע אטמעספער.... ער טיט זיך אן דעם שלאפ קאפל, מיטן ווייסען גארטעל..... און טיילט הייליגע ברכות לרוב....... און זינגט מיט אן התלהבות .... אוי ווי גוט אין וואויל.... וועט זיין בביאת הגואל..... די אלע וואס האבן זיך אין די שיטה געפירט...... די שיטה הקדושה... ויואל משה האט ער זיך נישט אוועק גערירט....... טדיי טריי דא דא דא דיי ........
דער איידעם דער טשאשקע ניצט אויס די געלעגענהייט אריין צו זאגן פארן שוויגער.... אלעס וואס מען קען נישט זאגן ווען מען איז ניכטער........
דער באם פאלט אריין אין א גוסטע פון ליבשאפט, נעמט ארום און קישט אלע זיינע פרענדס מיט אן אהבה שאין התלייה בדבר.....
דער ת''ח קימט אויף מיט מאנדע קישות און שיטות און פארדרייט יעדעם א קאפ מיט חקירות, וואס אז מען איז ניכטער איז גארנישט שווער......
דער מקובל רעדט נאר ווי אזוי ער האט געזען די שכינה לייוו ביי די מגילה.......
עס שרייט זיך ארויס דעם שהבדיל לנו מן התועים.... ווען די גוים וואלטן ווען געהאט א מצוה פון חייב אינוש לבוסימי.... וויפול טויטע וואלטן ווען געוווען? וויפול מלחמות און שלעעגעריי וואלט ווען פארגעקומען אין די גאסען? וויפול ניוול פה וואלט ווען צוזאם גערעדט געוווארן?
פורים שטעלט זיך ארויס דער חילוק פון דעם איד און דער גוי.....
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
מודעה ואזהרה
היות כי כמה מהחרידים לשמוע דבר ד' עוברים בכל שנה ושנה בעצם יום הפורים, ואינם שותים יין די סיפוקם, וחס מלהזכיר כי עדיין יודעים בטוב לבבם החילוק בין ברוך לארור, על כן באנו להזהיר ולהודיע, כי חוב קדוש הוא לשתות עד דלא ידע בין אהרן לזלמן, בין ישראל למענדעל, בין בנציון למרדכי, בין זילבערבערג לבידערמאן. בין קודש לוכו'.
גם נדהמנו לשמוע כי הנשים אינם בכלל ברוך ואינם שותים כלל, ותולים עצמם כי חז"ל אמרו חייב איניש ואינם בכלל איש. על כן באנו להודיע כי בדיוק נקטו חז"ל איניש ולא איש, בהוספת אות נו"ן לרבות הנשים כי אף הם בכלל ברוך וארור וחייבים לשתות עד דלא ידע בין בעלה לחבירו וד"ל.
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כימי נהר.
לגל"ג רבנים
גם נדהמנו לשמוע כי הנשים אינם בכלל ברוך ואינם שותים כלל, ותולים עצמם כי חז"ל אמרו חייב איניש ואינם בכלל איש. על כן באנו להודיע כי בדיוק נקטו חז"ל איניש ולא איש, בהוספת אות נו"ן לרבות הנשים כי אף הם בכלל ברוך וארור וחייבים לשתות עד דלא ידע בין בעלה לחבירו וד"ל.
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כימי נהר.
לגל"ג רבנים
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל