יסודות פון אמונה 1 כוזרי

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

איך האב ארויסגעליינט דברים ברורים לעניים וואס דו האסט געשריבן:

זאגסטו אז ס' מוז זיין א בורא ווייל אן דעם פארשטייט מען נישט וויאזוי די נברא איז צושטאנד געקומען. אויב יעדע זאך מוז האבן א בורא מוז דאך דער בורא אויך האבן א בורא, און אויב וועסטו זאגן אז דער בורא איז א ספעציעלע מין מציאות וואס איז אלעמאל געווען אדער וואס מיר קענען נישט פארשטיין, קענסטו דאך די זעלבע זאגן ווען די בריאה אויך.


ועל זה הגבתי. מיין תגובה איז געווען א קלארע זאכליכע ענטפער צו דיין שלל פון היי.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

געפילטע פיש האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:אזעלכע מגיבי ק״ש וואס האבן נאך געקענט די רמב״ם פון אינדערהיים ווייסן צו פארציילן אז דאס קען נישט זיין אמת. פשוט צוליב די פאקט אז עס צעווארפט זייער גאנצע בינטעל היי.

בל״נ איך גיי אפיר זיכן די מקור וואו די ״רמב״ם בכבודו ובעצמו שרייבט דאס.

מיר ווארטן מיט שפאנונג.

איך האב עס לכאורה געזען אין די ריזיגער הקדמה צו שער היוחד, פון איינער פון די פירושים, וואו איינער ציטירט די רמב״ם. איך דארף עס איבערלערנען נאכאמאל. כשיהא פנאי אי״ה.

אבער גייסטו דען דאמאלטס טוישן דיין מיינונג. מה יועיל בזה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס איז די מעשה מיט דעם 'עזרא השני-רביעי', וואס דארט ווערט באשריבן ווי עזרא איז געקימען צוריקגעבן א פארגעסענע תורה שבכתב ובעל פה, איך האב נישט די ספר לפני יעצט, לכאורה קען מען בויען אויף דעם, ניצן דאס די בייבל קריטיקס? איז דאס בכלל אנגענימען אלץ בר סמכא?
באניצער אוואטאר
Telegram
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 07, 2014 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך Telegram »

לויט ווי איך געדענק איז עס נאר געווען ספר דברים. קען זיין איך מאך א מיסטעיק
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

פרייוויליג האט געשריבן:כבוד בעל באשכול, דיין רייד זייינען שיין, אבער דאס ווערט אנגערופן ״חקירה״. חקירה מיינט אז מען איז חוקר מיטן שכל האם יש מנהיג לבירא, מען בויעט שעפערישע געדאנקן געטריבן דורכן ״חקירה קראפט״ אז עס מוז זיין ״ה׳ אלקי ישראל״, און ״משה אמת ותורתו אמת איז א פאקט ווי הימל און ערד. אבער אויב עס איז געבויעט אויף ״חקירה״ איז עס עפעס וואס מען קען אפשאפן מיט די זעלבע וואפן פון וואס דיין אמונה איז געבויעט.

די הוכחה מכח ״הר סיני״, מיליאנען עדות, איז העכסט איבערצייגונג אבער איז נאך אלס אויף ״חקירה״. א קאנטער קשיא שפיגעלט אבער אפ מיניה וביה, אז מהיכי תיתי? אויב ״דאס״ איז דיין הוכחה, מיינט עס אז עס האט געמוזט זיין מעמד הר סיני בלויז צו איבערצייגן אז יש מנהיג לבירה. און וואס וואלט געווען אויב נישט? אויב נעמסטו ארויס ״הר סיני״ פון די פרקי היסטריה, צופאלט אלעס? אלמלא הר סיני קענסטו עס איבערצייגן? לויט ווי דו ערווענסט און ציטירסט איז דאס די ״מעגע הוכחה״ אז יש מנהיג? לפי זה איז עס היבש איינגעשטעלט, ווייל איינמאל דו נעמסט עס ארויס פון פאזעל, ווערט די גאנצע בנין צופאלן. די ספין פון חקירה מוז גיין אסאך העכער ווי מעמד הר סיני. ווייל מה היו אמרו הבריות לפני מתן תורה? אתמהה?. מיט חקירה איז כמעט נישט מעגליך משיג צו זיין דעם באשעפער. ווייל דו וועסט אייביג ווערן טעאריש צוריק געווארפן. ווייל חקירה איז טעאריש. כמעט אלע ספינס פון חקירה איז יש מקום להיפך.

מען פארציילט אז דער רמב״ם האט אנגענומען יש מנהיג לבירה מכח אמונה פשוטה!. זיינע גרויסע חיבורים האט ער פארפאסט פאר תועה בינה, זיי צו טשעלענדזשען מיט רייד אויף די אנדערע זייט מטבע. אבער למעשה האט ער אליין אויך געדארפט צו קומען צו אמונה פשוטה. אמונה פשוטה מיינט איך גלייב מיין טאטע, וואס ער האט געגלייבט זיין טאטע, און ער זיין טאטע ביז ארויף לימי הקדמונים. דו קענסט אזא מענטש נישט אפשטויסן, ווייל אמונה פשוטה איז נישט געבויעט טעאריש.

אלס א סייד נאוט. חברי השטיבעל, האבן אויבן געפרעגט מעין הפתיחה, אז צענדליגער פאלטשע זאכן גייט פאר גאנצע דעקעטס ולמעלה, טא פארוואס זאגן מיר אז כל דבר ששקר בתחילתו סופו אינו להתקיים? דער ענטפער איז, יא! עס גייען טאקע אן שווערע פאנטאזיעס, ריזיגע לעגענדעס דורי דורות, אבער ״סופו אינו להתקיים״, צום סוף ווערן אלעס צורינען, דער עיקר איז די סוף. אלע פערי טעילס ווערן צובלאזן למחצה לשליש ולרביע. דאס נעמט אריין געשיכטעס, היסטארישע עפיזאדן, מען גלייבט עס פאר יארן, ביז איין טאג קראכט עס צוליב א חידה סתימה.

דער שה אחת גייט שוין אן טויזענטער יארן, וויפיל מען האט עס פראבירן צו אויסלעשן מיט געוואלט, מיט סתירות, מיט גזירות, מיט השמדות, מיט השכלה, מיט ליצנות, אבל ״סופו להתקיים״, לאכן לאכט דער לעצטער. און ער איז דער געווינער. הכל ע״י אמונה פשוטה.

איך בין געקומען אין דעם אשכול צו מסביר זיין דעם כוזרי'ס שיטה און למעשה האב איך נאך נישט געזעהן דא איין שום טענה וואס קען עס אפרעגן! די קשיא מהיכי תיתי איז נישט קיין שום קשיא אויב ס'האט נישט קיין דעקונג! היסטאריע פון די וועלט נישט נאר פון כלל ישראל האט כללים כ'רעד נישט יעצט פון סקעפטיקער וואס האלטען אז די פענטאגאן האט אראפ געווארפן די טווין טאוערס, היסטאריע פון די וועלט האט א וועג וויאזוי ס'ארבעט און וועלכע קשיות מ'קען פרעגן. די מציאות איז אז כלל ישראל האט א היסטאריע פון יציאת מצרים און מתן תורה ביז יעצט אן קיין הפסקה, אפילו אויב מ'ווייסט נישט אפשר אמאל געוויסע פרטים במשך הדורות, אבער באופן כללי איז עס פונקטליך געשריבען, עס איז נישטא אויף דעם קיין שום קשיא מער ווי אויף די פאקט אז אן אטאם האט אויפגעריסען אין היראשימא אדער מער ווי אויף די היסטאריע פון סיי וועלכע פאלק. מ'קען פונקט אזוי פרעגען אפשר איז קיינמאל נישט געווען קיין פילוסופים אין יון? אפשר איז עס א פאבריקאציע אריינגעקומען אין די תקופה פון רענעסאנץ אויפצובויען די מדע?. אבער יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אז ס'איז דא כללים אין היסטאריע. נישט אומזיסט איז די גאנצע וועלט מודה אין תנ"ך פון כורש ביז די יו ען פאר די הקמת המדינה, יעצט אויב איינער וויל אויסבויען א טעאריע ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען די תורה און פארענטפערען אלע קשיות אויף דעם זייער גערן כ'בין גרייט צו הערן, למעשה קענסט זעהן קיינער זאגט דא נישט קיין איין וועג וויאזוי קען זיין אז דאס זאל אריינגעקומען אין די היסטאריע בגניבה און די גאנצע וועלט זאל עס אננעמען אבער קיינער זאל נישט דערמאנען אפילו ברמז דעם מחדש פונם טעאריע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ווארט זאגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

געפילטע פיש האט געשריבן:

זאגסטו אז ס' מוז זיין א בורא ווייל אן דעם פארשטייט מען נישט וויאזוי די נברא איז צושטאנד געקומען. אויב יעדע זאך מוז האבן א בורא מוז דאך דער בורא אויך האבן א בורא, און אויב וועסטו זאגן אז דער בורא איז א ספעציעלע מין מציאות וואס איז אלעמאל געווען אדער וואס מיר קענען נישט פארשטיין, קענסטו דאך די זעלבע זאגן ווען די בריאה אויך.
rationalwiki.org/wiki/First_cause

קוק א תשובה אויף דיין שאלה אין חובה"ל שער היחוד פ"ה און פ"ו.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

געפילטע פיש האט געשריבן:
קודם כל ווער זאגט זיי האבן געגלייבט? מ'זעט ווייטער אז די נביאים פון בית שני רעדן זיך אפ אויף די אידן וואס האבן נישט אפגעלאזט די גוישע ווייבער.
ביטע צייכן אן ווי מ'רעדט זיך אפ אז מ'האט נישט געפאלגט. זעה עזרא י' טז- יז, ונחמי' ט ב' ויבדלו זרע ישראל מכל בני נכר,
צווייטענס, די וואס האבן יא געפאלגט, דארפסטו פארשטיין וואס ס'איז דא געשען. ביים חורבן בית ראשון האט מלכות בבל גענומען די עליטע פונעם פאלק, די רייכע, די געלערענטע, די כהנים, וועם זיי האבן נאר געטראכט אז זיי וועלן זיך קענען צאמנעמען און מאכן אן אויפשטאנד האבן זיי גענומען מיט זיך קיין בבל. ווי ס'ווערט געברענגט אין מלכים "הגלה את כל ירושלים ואת כל השרים ואת כל גבורי החיל עשרת אלפים גולה וכל החרש והמסגר, לא נשאר זולת דלת עם הארץ." ס'מיינט אז אין א"י איז איבערגעבליבן ממש די ארימסטע פרימיטיווסטע חלק פון פאלק, ווי מ'זעט טאקע אז אין די 70 יאר האבן זיי כמעט פארלוירן זייער נאציאנאלע אידענטיטעט, פארגעסן פון תורה ומצוות, און געלעבט געמישט מיט זייער כנענישע שכנים.
ארץ ישראל איז געבליבען גענצליך ליידיג במשך די 70 יאר כמבואר בירמי' אז די איבערגעבליבענע יודען זענען געגאנגען קיין מצרים און דארט געשטארבן
יעצט ווען די פרסיים האבן איינגענומען בבל, און כורש האט געוואלט צוריק אויפבויען ירושלים האט ער ארויפגעשיקט פונעם בעסטן און שענסטן, עזרא וחבריו, כאריזמאטישע שטארקע מנהיגים, זיי קומען צוריק אין לאנד, זיי געבן פארן אויסגעלאשענע פאלק נאכאמאל א אויפגעבויעטע בית המקדש, עפעס וואס מאכט זיי, די אידן, זיך פילן בעסער פון די גוישע שכנים, א נאציאנאלע שטאלצקייט, אודאי וועלן זיי זיך צוכאפן דערצו, מ'וואלט זיי געקענט פארקויפן פיתום ורעמסס. שטייט טאקע דארט אז מ'האט זיי געדארפט דערמאנען די בעיסיקס, יו"ט פסח, סוכות, וכדו'.

דאס אז ס'איז געווען א ביהמ"ק פארן חורבן איז קלאר ווייל כורש האט דאך געהייסען צוריק אויפבויען דעם ביהמ"ק און צוריקגעגעבן די כלי המקדש וואס נבוכדנצר האט צוגענומען. ווען האט מען עס געבויעט? אויף וועמענס באפעל? וועמען האט מען דארט געדינט? פארוואס נאר כהנים? פון ווי שטאמען די הלכות קרבנות? אלעס איז דאך עזרא הסופר'ס פאבריקאציע?!
און יענע צייטען זענען נאר צוריק געקומען א קליינע חלק נאר שפעטער איז יעדער צוריק געקומען פארוואס האט דאס יעדער אנגענומען שפעטער.
פארוואס האבן די אלע גדולי ישראל אנגענומען אזעלכע שטותים פון עזרא למשל נחמי' וואס איז געקומען שפעטער און אלע אנשי כנסת הגדולה וואס נערנים זענען זיי לכו"ע נישט געווען.
די שומרונים האן געטוען אלע מעגליכקייטן צו אפשוואכן יהדות די זעלבע די כותיים פארוואס האבן זיי נישט געקענט אויסלאכן עזרא'ס טעאריע פארוואס האבן זיי געמוזט אננעמען כאטש די תורה שבכתב אויב די גאנצע זאך איז א פאבריקאציע אינגאנצען אפאר יאר אלט ?
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
באניצער אוואטאר
Telegram
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 07, 2014 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך Telegram »

ווארט זאגער האט געשריבן:איך בין געקומען אין דעם אשכול צו מסביר זיין דעם כוזרי'ס שיטה און למעשה האב איך נאך נישט געזעהן דא איין שום טענה וואס קען עס אפרעגן! די קשיא מהיכי תיתי איז נישט קיין שום קשיא אויב ס'האט נישט קיין דעקונג! היסטאריע פון די וועלט נישט נאר פון כלל ישראל האט כללים כ'רעד נישט יעצט פון סקעפטיקער וואס האלטען אז די פענטאגאן האט אראפ געווארפן די טווין טאוערס, היסטאריע פון די וועלט האט א וועג וויאזוי ס'ארבעט און וועלכע קשיות מ'קען פרעגן. די מציאות איז אז כלל ישראל האט א היסטאריע פון יציאת מצרים און מתן תורה ביז יעצט אן קיין הפסקה, אפילו אויב מ'ווייסט נישט אפשר אמאל געוויסע פרטים במשך הדורות, אבער באופן כללי איז עס פונקטליך געשריבען, עס איז נישטא אויף דעם קיין שום קשיא מער ווי אויף די פאקט אז אן אטאם האט אויפגעריסען אין היראשימא אדער מער ווי אויף די היסטאריע פון סיי וועלכע פאלק. מ'קען פונקט אזוי פרעגען אפשר איז קיינמאל נישט געווען קיין פילוסופים אין יון? אפשר איז עס א פאבריקאציע אריינגעקומען אין די תקופה פון רענעסאנץ אויפצובויען די מדע?. אבער יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אז ס'איז דא כללים אין היסטאריע. נישט אומזיסט איז די גאנצע וועלט מודה אין תנ"ך פון כורש ביז די יו ען פאר די הקמת המדינה, יעצט אויב איינער וויל אויסבויען א טעאריע ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען די תורה און פארענטפערען אלע קשיות אויף דעם זייער גערן כ'בין גרייט צו הערן, למעשה קענסט זעהן קיינער זאגט דא נישט קיין איין וועג וויאזוי קען זיין אז דאס זאל אריינגעקומען אין די היסטאריע בגניבה און די גאנצע וועלט זאל עס אננעמען אבער קיינער זאל נישט דערמאנען אפילו ברמז דעם מחדש פונם טעאריע.

מען קען עס יא אפרעגן, אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן.

עס שטייט אין  דברים ד, יב. וַיְדַבֵּר ה' אֲלֵיכֶם, מִתּוֹךְ הָאֵשׁ:  קוֹל דְּבָרִים אַתֶּם שֹׁמְעִים. זאגט די רמב"ם אז פארוואס שטייט קול דברים און נישט פלעין דברים? ווייל די יודן האבן נישט געהערט קיין ווערטער זיי האבן נאר געהערט א קול, און משה רבינו האט זיי געזאגט וואס די קול האט געזאגט.

אויב אזוי קען איינער קומען זאגן אז עס איז טאקע געווען א מתן תורה, אבער וואס איז שוין געווען דארט? מען האט געהערט א קול? נו, יעדע כישוף מאכער קען טון אזא זאך.

וועגן דעם איז נישט ווערט צו חוקר זיין נאר גיין מיט אמונה פשוטה
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אויב איז ארץ ישראל געבליבן ליידיג צו וועם האט עזרא גערעדט ווען ער האט געזאגט וְהִבָּדְלוּ מֵעַמֵּי הָאָרֶץ, וּמִן-הַנָּשִׁים הַנָּכְרִיּוֹת?

און דו האסט מיר נישט גוט פארשטאנען? וואו זעסטו אין מיינע ווערטער אז ס'נישט געווען קיין בית ראשון? האב איך געזאגט אז די גאנצע תורה איז דעמאלס אויסגעטראכט געווארן פונדאסניי? הלכות קרבנות? איך ווייס נישט אויב ס'בכלל דא אזא שיטה אז עזרא האט דאס אלעס ארויסגעזויגן פון פינגער. זאלסט מיר זייער אנשולדיגן, אבער לערן אביסל בעסער אידישע היסטאריע, קענסט אנהויבן מיט נ"ך. די גדולי ישראל האבן אנגענומען עזרא? ער איז געווען די גדול בישראל, ער מיט זיינע חברים נחמיה מיט די אנשי כנסת הגדולה, וואס ער האט אוועקגעשטעלט. די שומרונים האבן געוואלט אפשוואכן? זיי האבן געוואלט פטור ווערן פון די גאנצע אבער בלית ברירה האבן זיי געמוזט אננעמען כאטש תורה שבכתב? פארקערט! די שומרונים האבן זיך געהאלטן כיהודים לכל דבר, אייניקלעך פון שבט מנשה ואפרים, און זיי האבן געהאלטן זיי האבן פונקט אזא רעכט צו זאגן פשט אין די תורה, און פארשטייט זיך אז זיי מוזן נישט אננעמען וואס די אנשי כנסת הגדולה זאגן. ביזן היינטיגן טאג האלטן זיי אזוי, זיי האבן א תורה וואס איז זייער ענליך צו אונזערס, מיט כוהנים און אן עבודה אויף הר גריזים.

ווארט זאגער האט געשריבן:ביטע צייכן אן ווי מ'רעדט זיך אפ אז מ'האט נישט געפאלגט. זעה עזרא י' טז- יז, ונחמי' ט ב' ויבדלו זרע ישראל מכל בני נכר,

קוק ווייטער אין נחמיה י"ג ווי די עולם האט נישט געפאלגט, און שפעטער אין מלאכי ב', ווי אויך זעט מען די גרויסע מערכות זיי האבן געדארפט פירן צו reeducate דעם עולם, מ'האט געמוזט פארשפארן די טויערן אום שבת כדי די עולם זאלן נישט קומען מאכן ביזנעס אין מארק שבת, מ'האט געדארפט אויסלערנען פארן עולם די ימים טובים, סוכות שטייט אז מ'האט דעמאלס געמאכט די ערשטע מאל סוכות אין ווייסעך וויפיל יאר.
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

ביים צווייטן בית המקדש האט אויס געקוקט אביסל ווי אונז נאכן קריג, כ' ווער ווען געבוירן אביסל פריער קען מען ווען זעהן גרויסע זאכן, פון איין זייט דעם בעש''ט איבער די שטעט און דערפער און פון די צווייטע זייט ר' לייב שרה'ס קראסן דעם ריווער מיט א פאטשיילע דערנאך דעם דברי חיים עסן דעם קרבן פסח מיט די שמאלץ ביי צפון, און היינט וואס איז אונז נעבעך דא געבליבן.
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

למדן האט געשריבן:ביים צווייטן בית המקדש האט אויס געקוקט אביסל ווי אונז נאכן קריג, כ' ווער ווען געבוירן אביסל פריער קען מען ווען זעהן גרויסע זאכן, פון איין זייט דעם בעש''ט איבער די שטעט און דערפער און פון די צווייטע זייט ר' לייב שרה'ס קראסן דעם ריווער מיט א פאטשיילע דערנאך דעם דברי חיים עסן דעם קרבן פסח מיט די שמאלץ ביי צפון, און היינט וואס איז אונז נעבעך דא געבליבן.

מיין שאלה איז וואו זענען געווען די "למדנים" דעמאלס?
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

געפילטע פיש האט געשריבן:אויב איז ארץ ישראל געבליבן ליידיג צו וועם האט עזרא גערעדט ווען ער האט געזאגט וְהִבָּדְלוּ מֵעַמֵּי הָאָרֶץ, וּמִן-הַנָּשִׁים הַנָּכְרִיּוֹת?
צו די יודען וואס זענען ארויף געקומען פון בבל.

און דו האסט מיר נישט גוט פארשטאנען? וואו זעסטו אין מיינע ווערטער אז ס'נישט געווען קיין בית ראשון? האב איך געזאגט אז די גאנצע תורה איז דעמאלס אויסגעטראכט געווארן פונדאסניי? הלכות קרבנות? איך ווייס נישט אויב ס'בכלל דא אזא שיטה אז עזרא האט דאס אלעס ארויסגעזויגן פון פינגער. זאלסט מיר זייער אנשולדיגן, אבער לערן אביסל בעסער אידישע היסטאריע, קענסט אנהויבן מיט נ"ך. די גדולי ישראל האבן אנגענומען עזרא? ער איז געווען די גדול בישראל, ער מיט זיינע חברים נחמיה מיט די אנשי כנסת הגדולה, וואס ער האט אוועקגעשטעלט. די שומרונים האבן געוואלט אפשוואכן? זיי האבן געוואלט פטור ווערן פון די גאנצע אבער בלית ברירה האבן זיי געמוזט אננעמען כאטש תורה שבכתב? פארקערט! די שומרונים האבן זיך געהאלטן כיהודים לכל דבר, אייניקלעך פון שבט מנשה ואפרים, און זיי האבן געהאלטן זיי האבן פונקט אזא רעכט צו זאגן פשט אין די תורה, און פארשטייט זיך אז זיי מוזן נישט אננעמען וואס די אנשי כנסת הגדולה זאגן. ביזן היינטיגן טאג האלטן זיי אזוי, זיי האבן א תורה וואס איז זייער ענליך צו אונזערס, מיט כוהנים און אן עבודה אויף הר גריזים.
נו איז דאך גוט פארוואס קען מען נישט ברענגען היסטאריע פאר אן הוכחה אז מיר האבן שוין די תורה פון מעמד הר סיני?
ווארט זאגער האט געשריבן:ביטע צייכן אן ווי מ'רעדט זיך אפ אז מ'האט נישט געפאלגט. זעה עזרא י' טז- יז, ונחמי' ט ב' ויבדלו זרע ישראל מכל בני נכר,

קוק ווייטער אין נחמיה י"ג ווי די עולם האט נישט געפאלגט, און שפעטער אין מלאכי ב', ווי אויך זעט מען די גרויסע מערכות זיי האבן געדארפט פירן צו reeducate דעם עולם, מ'האט געמוזט פארשפארן די טויערן אום שבת כדי די עולם זאלן נישט קומען מאכן ביזנעס אין מארק שבת, מ'האט געדארפט אויסלערנען פארן עולם די ימים טובים, סוכות שטייט אז מ'האט דעמאלס געמאכט די ערשטע מאל סוכות אין ווייסעך וויפיל יאר.

יישר כח פאר די ציטוט אבער בנוגע די גויאישע ווייבער שטייט דארט וטהרתים מכל נכר
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

דער עיקר איז אז ווארטזאגערס זענען געווען
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נו, וואס בלייבט איז דא א גאט אדער נישט?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

זיכער אז יא, קענסט רואיג גיין שלאפן
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ווארט זאגער האט געשריבן:יישר כח פאר די ציטוט אבער בנוגע די גויאישע ווייבער שטייט דארט וטהרתים מכל נכר

איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט. נחמיה איז ארויפגעקומען קיין ירושלים יארן שפעטער, נאכדעם וואס עזרא האט שוין פראבירט אפצוטיילן דעם עולם פון די גוישע ווייבער, זאגט ער דארט אז ער האט געארבעט אויף אפצוטיילן די עליטע עולם, די כוהנים, די רייכע שרים, פון זייערע פרעמדע ווייבער, דערנאך איז ער צוריק קיין שושן פאר צוועלף יאר, און ווען ער צוריקגעקומען קיין ירושלים האט ער אודך געדארפט פירן מערכות אויף דעם, ארויסטרייבן כוהנים פון בית המקדש, שלאגן מענטשען וואס האבן געהאט פרעמדע ווייבער און זיי ארויסרייסן די האר, לוחם געווען מ'זאך נישט מאכן ביזנעס שבת, וכו' וכו'.

איך זע נישט וויאזוי דאס זאל מעלה ומוריד זיין דא פאר אונזער שמועס, אבער קענסט נישט זאגן אז ער האט נאר געדארפט "דערמאנען" די תורה פארן עולם און ווי נאר זיי האבן עס געהערט האבן זיי זיך באלד צוגעכאפט דערצו. און אפילו ווען יא איז אויך נישט קיין ראי' אויף גארנישט, אבער דאס איז שוין א דריטע נקודה.
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

געפילטע פיש האט געשריבן:
ווארט זאגער האט געשריבן:יישר כח פאר די ציטוט אבער בנוגע די גויאישע ווייבער שטייט דארט וטהרתים מכל נכר

איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט. נחמיה איז ארויפגעקומען קיין ירושלים יארן שפעטער, נאכדעם וואס עזרא האט שוין פראבירט אפצוטיילן דעם עולם פון די גוישע ווייבער, זאגט ער דארט אז ער האט געארבעט אויף אפצוטיילן די עליטע עולם, די כוהנים, די רייכע שרים, פון זייערע פרעמדע ווייבער, דערנאך איז ער צוריק קיין שושן פאר צוועלף יאר, און ווען ער צוריקגעקומען קיין ירושלים האט ער אודך געדארפט פירן מערכות אויף דעם, ארויסטרייבן כוהנים פון בית המקדש, שלאגן מענטשען וואס האבן געהאט פרעמדע ווייבער און זיי ארויסרייסן די האר, לוחם געווען מ'זאך נישט מאכן ביזנעס שבת, וכו' וכו'.

איך זע נישט וויאזוי דאס זאל מעלה ומוריד זיין דא פאר אונזער שמועס, אבער קענסט נישט זאגן אז ער האט נאר געדארפט "דערמאנען" די תורה פארן עולם און ווי נאר זיי האבן עס געהערט האבן זיי זיך באלד צוגעכאפט דערצו. און אפילו ווען יא איז אויך נישט קיין ראי' אויף גארנישט, אבער דאס איז שוין א דריטע נקודה.

ריכטיג. אונז זענען ביידע אויפן זעלבן, אז זאגען אז עזרא האט צום ערשטן מאל געברענגט די תורה צו כלל ישראל איז אבסורד!
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

Telegram האט געשריבן:
ווארט זאגער האט געשריבן:איך בין געקומען אין דעם אשכול צו מסביר זיין דעם כוזרי'ס שיטה און למעשה האב איך נאך נישט געזעהן דא איין שום טענה וואס קען עס אפרעגן! די קשיא מהיכי תיתי איז נישט קיין שום קשיא אויב ס'האט נישט קיין דעקונג! היסטאריע פון די וועלט נישט נאר פון כלל ישראל האט כללים כ'רעד נישט יעצט פון סקעפטיקער וואס האלטען אז די פענטאגאן האט אראפ געווארפן די טווין טאוערס, היסטאריע פון די וועלט האט א וועג וויאזוי ס'ארבעט און וועלכע קשיות מ'קען פרעגן. די מציאות איז אז כלל ישראל האט א היסטאריע פון יציאת מצרים און מתן תורה ביז יעצט אן קיין הפסקה, אפילו אויב מ'ווייסט נישט אפשר אמאל געוויסע פרטים במשך הדורות, אבער באופן כללי איז עס פונקטליך געשריבען, עס איז נישטא אויף דעם קיין שום קשיא מער ווי אויף די פאקט אז אן אטאם האט אויפגעריסען אין היראשימא אדער מער ווי אויף די היסטאריע פון סיי וועלכע פאלק. מ'קען פונקט אזוי פרעגען אפשר איז קיינמאל נישט געווען קיין פילוסופים אין יון? אפשר איז עס א פאבריקאציע אריינגעקומען אין די תקופה פון רענעסאנץ אויפצובויען די מדע?. אבער יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אז ס'איז דא כללים אין היסטאריע. נישט אומזיסט איז די גאנצע וועלט מודה אין תנ"ך פון כורש ביז די יו ען פאר די הקמת המדינה, יעצט אויב איינער וויל אויסבויען א טעאריע ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען די תורה און פארענטפערען אלע קשיות אויף דעם זייער גערן כ'בין גרייט צו הערן, למעשה קענסט זעהן קיינער זאגט דא נישט קיין איין וועג וויאזוי קען זיין אז דאס זאל אריינגעקומען אין די היסטאריע בגניבה און די גאנצע וועלט זאל עס אננעמען אבער קיינער זאל נישט דערמאנען אפילו ברמז דעם מחדש פונם טעאריע.

מען קען עס יא אפרעגן, אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן.

עס שטייט אין  דברים ד, יב. וַיְדַבֵּר ה' אֲלֵיכֶם, מִתּוֹךְ הָאֵשׁ:  קוֹל דְּבָרִים אַתֶּם שֹׁמְעִים. זאגט די רמב"ם אז פארוואס שטייט קול דברים און נישט פלעין דברים? ווייל די יודן האבן נישט געהערט קיין ווערטער זיי האבן נאר געהערט א קול, און משה רבינו האט זיי געזאגט וואס די קול האט געזאגט.

אויב אזוי קען איינער קומען זאגן אז עס איז טאקע געווען א מתן תורה, אבער וואס איז שוין געווען דארט? מען האט געהערט א קול? נו, יעדע כישוף מאכער קען טון אזא זאך.

וועגן דעם איז נישט ווערט צו חוקר זיין נאר גיין מיט אמונה פשוטה

אנטשולדיגט! נישט קיין חילוק ווי וועלכע פשט דו לערנסט אין מורה ח"ב פל"ג איז אבער קלאר לכו"ע אז די מעמד הר סיני איז געווען א מעמד וואס יודען האבן בכח נבואי געהערט (נישט קיין נפק"מ צו זיי האבן יא געהערט חיתוך האותיות צו נישט) אז דער אייבערשטער רעדט צו זיי. דער רמב"ם שרייבט זייער קלאר זיין מיינונג אין יסוה"ת פ"ח משה רבינו לא האמינו בו ישראל מפני האותות שעשה כו' ובמה האמינו בו במעמד הר סיני וכו' שנאמר הנה אנוכי בא אליך בעב הענן בעבור ישמעו העם בדברי עמך וגם בך יאמינו לעולם. יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אז אז דער רמב"ם מיינט זיך נישט סותר צו זיין מיני' ובי' ! די תורה זאגט דאך קלאר אתה הראית לדעת כי ה' היא האלוקים אין עוד מלבדו.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ראשית כל וויל איך זיך דא באדאנקען פון טיפען הארצן פאר כבוד הרב [tag]ווארט זאגער[/tag] וואס איז ממש [tag]געוואלדיג[/tag] מדברת מתוך גרונו, זאכן וואס איך וויל שוין שרייבן זייט מיין ערשטע טאג אויף ק"ש נאר איך האב נישט צופיל צייט דערצו שרייב ער מיט טעם,
א) אלע אונזערע עלטערן געבן איבער מתן תורה אז זיי האבן דאס געהערט פון זייערע עלטערן און זיי פון זייערע עלטערן און זיי פון זיערע עלטערן וכו' נישט אז עס שטייט אין עפעס א ספר נאר אז זיי האבן מקבל געווען פון זייערע אבות די אמיתות פון די ספר,
ב) אסאך מעטשן אויף די וועלט גלייבן שטותים, אבער נישטא א מציאות פון מיליאנען מענטשן וואס גלייבן אז עפעס איז געשען מיט זיי אדער אז זיי האבן אליין געזען עפעס וואס נישט.
ג) די אשכול איז פארפארן צו הוכחה אויף מתן תורה נישט אויף מציאות הבורא אבער ע=ס איז קלאר אז ויב אונזערע עלטערן זענען געוון עדות מתן תורה זענען זיי אויך עדות צו מציאות הבורא.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

א אינטרעסאנטע טייטש געטראפן אין פנים יפות פון דעם הפלאה
פנים יפות פרשת ואתחנן
ראה למדתי אתכם וגו׳ נראה לפרש ענין סדר הפרשה, עם"י מ"ש לפי׳ הפסוק מגיד דבריו ליעקב חקיו ומשפטיו לישראל לא עשה כן לכל גוי וגו׳ ענינו כי הש״י רוה לזכות את ישראל ולהתחזק באמונה שלימה לסור מהם כל הספקות והקושיות לפי מדריגות השכל האיש הישראלי ואם ימצא חן בעיני הש"י להעלותו בשכל במעלות החכמ׳ ימציאהו קושיות כדי לזכות בחכמ׳ בינה יתירה וידוע כי חק הוא דבר שהאומות משיבין עליהם ומשפט הוא דבר המובן בטעמו היטב וידוע כי יעקב הוא עם ה׳ שלא השיגו מעלת החכמה ושם ישראל הוא מורה על חכמי ישראל והיינו דבריו ליעקב שהוא ל׳ הגדה ויצלהו לבלתי הבין הקושיות שיפלו בו אבל לחכמי׳ מודיע הקושית שהם החוקים שמתוך כך יזכו להתאמץ לחשוב ולעיין בו ויודיעם השכל העליון וז״ש חוקיו ומשפטיו לישראל וזהו באהבת עמו אבל באומות כתיב פן תשא עיניך וגו' אשר חלק ה׳ אלוקיך לכל העמים ואחז"ל כדי להטעותם ע״כ ימציא אותם קושי׳ שהם החוקי׳ אבל המשפטים שהם השכל העליון להבין ולהשכיל ליישב הקושי׳ על מכונו היאמתים בל ידעום והיינו כדי להטעותם:

א נחמה פאר אלע וואס מוטשען זיך מיט קשיות, השי"ת האט ענק ליב און וויל ענק דעהייבן
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אמונה וואס ווערט אויפגעוויזן מיט לאגיק איז אן אקסימאראן.
בכלל כאפ איך נישט די גרויסע גדולה פון אויפווייזן אז די עשרת הדברות זענען געגעבן געווארן דורך גאט. ווי ווייט איך ווייס גלייבן אויך די צדוקים און שומרונים און קריסטן און מוסלעמענער אין די עשרת הדברות. מען דארף דא דעם כוזרי'ס ראיה צו משכנע זיין אז מען טאר נישט עסן באנדלעך אום פסח אדער אז מען דארף ליינען קריאת שמע ביז'ן דריטן שעה אין טאג.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

עיין דא וועגן תורה שבע"פ, ותמצא נחת
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך פארשטיי נישט. ערגעץ וואו מוזטו צוקומען אז דער כוזרי'ס ראיה ארבעט נישט און מען מוז זיך פארלאזן אויף א קבלה מדור דור פון איינצלנע מענטשן, נישט אויף א מאסן התגלות. אויב אזוי וואס איז שלעכט מיט די איסלאמישע אדער שומרוני'שע קבלה.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט