איש את רעהו האט געשריבן:פלאוויוס האט געשריבן:@איש את רעהו, ביבי רעדט אין נאמען פון מדינת ישראל, וואס רוב אידישע קהילות זעען עס אלס רעפרעזענטאט פון אידן. אין מדינת ישראל גופא האט ער געוואונען מיט דעמאקראטישע וואלן. דערפאר קען מען העכסטנס אויסרופן אז מיר זענען נישט מסכים מיט דעם אדער יענעם ספעציפישן פאליסי, אבער זיך צו פאררופן אויף דעם אז "ער רעדט נישט אין נאמען פון אידן" איז אביסל חוזק. יעדער יחיד קען האלטן ביי זיך אז מדינת ישראל רעדט נישט אין נאמען פון כלל-ישראל (ווייל יעדער האט דאס רעכט צו האלטן אז "כלל ישראל" איז נישט מער ווי הונדערט טויזנט אידן לאמיר זאגן --- ), אבער ס'איז אן אנדער ענין צו לאזן עס אויסרופן ברבים, ווען ס'שטימט נישט לכאורה פונעם גרעסערן בילד.
פארוואס מיז די רעליגיעזער איד ווערן פארטרעטן פון א סעקולארן איד
עס האט קיין שייכות מיט עם ישראל, די וואס האבן איבערגעלאזט אינזער הייליגע ירושה
זאל ער קלארשטעלן ביי זיינע רעדעס אז די סעקולארע און פרייע וואס האבן אראפגעווארפען די עול התורה ווערן דורך אים פארטרעטן
אבער אידן שומרי ונושאי עול התורה? ווער האט אים געגעבן די רעכט צו סווייפען אינזער קארטל
קודם כל, סעקולערע און פרייע זענען די זעלבע זאך. איינס איז אידיש און איינס איז אנגלית. נאכדעם דארפסטו צו קענטעניס נעמען, אז ווען נישט מדינת ישראל, די ״מדינה הטמאה״ האט כלל ישראל נישט קיין Voice. מיר וואלטן אויסגעזען ווי עפעס א ווילדער שבט (דאס וואס די רעקלאמעס מאכן), און עכשיו אז עס איז די א מדינה, האט כלל ישראל אן אחיזה, עס איז א פאלק וואס האט א לאנד. און ווען דו זאגסט אז ביבי רעדט נישט אין נאמען פון כלל ישראל, איז אזוי ווי זאגן אז אבאמא רעדט נישט אין נאמען פון אמעריקע. איך און דו ווייסן אז עס איז דא חילוק צווישן חרדים און סעקולערע, אבער סתם א גוי וועט דאס קיינמאל נישט פארשטיין. וויפיל וועסט אריינהאקן אין זיי וועט זילטש אויסמאכן.
יעדער גוי ווייסט וואס דאס מיינט איד, און דער איד האט א לאנד וואס הייסט ״איזראעל״ וואס געפינט זיך אויף די אזיעישע פאריין. און דער פרעים מיניסטער רעדט אין נאמען פון איד. ותו לא מידי. אפשר שטעלסטו זיך אויף און פראטעסטן היתכן ביבי גייט נישט מיט ר״ת גאטשעס? די סודות וואס דו איד האט וועט א גוי קיינמאל נישט פארשטיין. יעצט אז דו שימפסט קעגן נתניהו, מאכט עס אונז אויסזען, נאריש, ביליג, און אבסורד.