א פרייליכן געבורטס טאג יומי

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

א פרייליכן געבורטס טאג יומי

שליחה דורך שעפטל »

צו אונזער טייערע באליבטע זון, בנימין (יומי) ני"ו

לכבוד דיין 12'טע געבורט'ס טאג, שפירן מיר נויטיג אראפצושרייבן אפאר ווערטער, ארויסצוברענגען אונזערע געפילן לכבוד די געלעגנהייט.

פאר 12 יאר צוריק אין דעם היינטיגן טאג, יענעם זינטאג פרשת תרומה, ל' שבט, א' דר"ח אדר תשס"ג, קוים א יאר פון ווען מ'האמער חתונה געהאט, איז געווען דער גליקליכסטער טאג פון אונזער לעבן, די מינוט'ן דעמאלטס (אזוי נאכמיטאג..) האט געגעבן א נייער באדייט צו אונזער לעבן, א ליכטיגע נשמה'לע האט באשיינט אונזער וועלטל, ווען מיר האבן צום ערשטן מאל אנגעקוקט דיין פיצינקע פנים'ל און מיר האבן דערשפירט דעם געפיהל, יא, מיר זענען געווארן עלטערן! דער רבש"ע האט אונז באשאנקען מיט א לעכטיג זיס קינד, איז נישט געווען קיין גרעניץ צו אונזער פרייד, און אונזער דאנק צו השי"ת.

נאך פינף זיסע קינדער זענען אונז געבוירן געווארן נאך דיר, אבער דעם דאזיגן געפיהל האבן מיר מער נישט געשפירט, יא דאס פרייד איז געווען יעדעס מאל עקסטער..., אבער נאר איינמאל איז אונז געבוירן געווארן אונזער "עלטסטע" זון, נאר איין קינד איז אונזער "ערשטע" קינד, און דאס ביזטו, אונזער טייערע יומי.

מיר האבן געפראוועט א שיינע גרויסע וואכנאכט ביי זיידי'ן אינדערהיים, געווען דארטן מכל טוב וטוב, יעדער האט זיך געפרייט, א קלייניגקייט? זיידי האט געהאט די ערשטע אייניקל...
צו מארגן זענען מער שטאלצערהייט געגאנגן אין גרויסן בית המדרש און על ברכי רבינו זי"ע האבן מיר דיר אריינגעברענגט בבריתו של אברהם אבינו, און דיך א נאמען געגעבן 'בנימין' נאך דיין גרויסן זיידן ז"ל.
יא! דיין פדיון הבן איז אויך געווען מיט פראכט און שיינקייט, דער כהן הגדול מאחיו האט מיר דיר צוריקגעגעבן און דו ביזסט אפיציעל געווארן מיינס! דערנאך האט יעדער געכאפט קנאבל... כ'מיין אז עלטער באבי האט נאך אוועקגעלייגט...

די שמחה וואס אונז האמער געהאט ווען אונז האמער זיך איינגערעדט אז דו זאגסט שוין "טאטי" און "מאמי" איז געווען עד אין לשער! אפגערעדט ווען דו האסט טאקע אנגעהויבן זאגן... אזוי יעדע טרעפ וואס דו האסט געמאכט איז דאס געווען אן אומבאשרייבליכע פרייד, ווער רעדט נאך פון דיינע זיסע געדאנקן וואס דו ביזסט אויפגעקומען צו העלפן דיין 11 חדשים אינגערע ברודער...

זייענדיג דער עלסטער קינד אזוי נאנט צו אונזער הארץ האבן מיר א ספעציעלע ליבשאפט צו דיר, און יעדעס מאל ווען דיין יארגאנג ריקט זיך ארויף מיט נאך א יאר, דערמאנט עס אונז ווי שנעל די יארן לויפן, אט האבן מיר געשיקט אונזער ערשטען קינד אין חדר, נאר נעכטן האט אונזער בכור געלעקט האניג, מיט א חשק געזאגט אל"ף בי"ת, נאכן אפוויינען 15 מינוט בשעת'ן אפשערן... און אט אט ווערסטו שוין א בר מצוה... ווען דו ביזסט ווען א מיידל (אויף וואס דיין באבע האט אזוי ארויסגעקוקט זייענדיג אין די שלושים פון איר מאמע ע"ה) וואלסטו ווען יעצט בת מצוה געווארן...

כ'דענק ווען דו ביזסט ס'ערשטע מאל אהיימגעקומען מיט דיין משניות, די שמחה איז געווען אזוי גרויס, ווען האסט אנגעהויבן לערנען גמרא האסטו מיך ממש אלט געמאכט... אפגערעדט ווען מ'האמער צום ערשטן מאל געלערנט א תוספות, איך האב שוין ממש געזיכט דעם שטעקן...

במשך די יארן ווען נאך און נאך קינדער, אינגלעך מיט מיידלעך זענען ב"ה צוגעקומען צו אונזער משפחה, ביזטו געוואקסן גרעסער און עלטער, און מיר האבן געהאט די געלעגנהייט זיך כסדר צו איבערצייגן ווי וואויל, קלוג, געלונגען, און טאלאנטפול דו ביזט, פארשטייט זיך אז עלטערן האבן שטארק הנאה צו אנטדעקן מעלות אין זייערע קינדער, און צומאל רעדן זיך עלטערן איין אויף זייערע קינדער אז זיי פארמאגן גאר די זאכן וואס די עלטערן וואלטן ווען געוואלט די קינדער זאלן פארמאגן... דעריבער דאנקען מיר השי"ת אז ב"ה אויף דיר דארף מען זיך גארנישט איינרעדן... מ'דארף גארנישט צולייגן, דו ביזט ב"ה באשאנקען מיט אזעלכע גוטע מתנות פון הימל, דיין פלייסיגקייט אין לערנען, דיינע מידות טובות, געלונגענע שרייבן, זינגען, געדאנקען, געפילן, און נאך אסאך אנדערע מעלות.

אלץ דער עלסטער קינד און שטוב טראגסטו אבער אויך א שטיקל אחריות אויף דיר, דיינע קלענערע געשוויסטער זעען אין דיר דער 'מאדעל' נאכצואוואקסן, דיינע קלענערע ברודער'לעך און שוועסטער'לעך קוקן יעדע זאך "וואס טוט יומי?"

און מיר דאנקען השי"ת דערפאר, טאקע ווייל די קלענערע זוכן זיך צו פירן אין דיינע וועגן, איז אונזער פרייד אזוי שטארק אז דיין שטרעבן איז אלעמאל צו זיין א וואויל ערליך קינד, ס'איז ממש א הנאה צו זעהן די געבענטשטע השפעה וואס דיינע גוטע מעשים האבן אויף דיינע אינגערע געשוויסטער, און מיר זענען זיכער אז ביים דרייצענטן יאר פון דיין לעבן וועסטו ממשיך זיין אויף דעם גוטן וועג, און זיך אויפפירן פיין, איידל און ערליך, וועסט זיין דער פראכט פון אונזער משפחה, דער שטאלץ פון דיינע עלטערן, און דער קרוין פון דיינע געשוויסטער.

דעריבער גיבן מיר אין דעם טאג אונזער ווארימסטע וואונטשן, דו זאלסט שטענדיג זיין גליקליך און צופרידן, אלעמאל אין יעדע צייט זאלסטו זיך שפירן שטארק און זיכער מיט די ליבשאפט פון דיינע עלטערן פונעם גוטן געבענטשטן וועג און וואס דו גייסט, און דו זאלסט טאקע אויסוואקסן ווי ס'איז דיין שטרעבן, א ערליכע איד, יעדער זאל אויף דיר קענען אנוויזן "אזוי קוקט אויס א איד וואס פירט זיך מיט מדות טובות, און זוכט צו טון נאר מצוות און מעשים טובים, א איד וואס לערנט און דאווענט".

ווי עס וואונטשן דיינע עלטערן וואס הערן נישט אויף דיר צו ליב האבן יעדן טאג און יעדע נאכט, ביי יעדן שריט און ביי יעדן טריט, אלעמאל צו יעדע צייט.

טאטי און מאמי.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

יא! גייט דאס באקומען ווען ער קומט אהיים פון חדר, צוזאמען מיטן בורדעי מתנה בשעת'ן פארטי...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

איך פארשטיי דו באציהסט זיך צו דעם פאראגראף
שעפטל האט געשריבן:אלץ דער עלסטער קינד און שטוב טראגסטו אבער אויך א שטיקל אחריות אויף דיר, דיינע קלענערע געשוויסטער זעען אין דיר דער 'מאדעל' נאכצואוואקסן, דיינע קלענערע ברודער'לעך און שוועסטער'לעך קוקן יעדע זאך "וואס טוט יומי?"

אדרבה זאג דו מיר... איך שרייב דאך דא ווייטער
שעפטל האט געשריבן:און מיר דאנקען השי"ת דערפאר, טאקע ווייל די קלענערע זוכן זיך צו פירן אין דיינע וועגן, איז אונזער פרייד אזוי שטארק אז דיין שטרעבן איז אלעמאל צו זיין א וואויל ערליך קינד, ס'איז ממש א הנאה צו זעהן די געבענטשטע השפעה וואס דיינע גוטע מעשים האבן אויף דיינע אינגערע געשוויסטער, און מיר זענען זיכער אז ביים דרייצענטן יאר פון דיין לעבן וועסטו ממשיך זיין אויף דעם גוטן וועג, און זיך אויפפירן פיין, איידל און ערליך, וועסט זיין דער פראכט פון אונזער משפחה, דער שטאלץ פון דיינע עלטערן, און דער קרוין פון דיינע געשוויסטער.

איך דארף זיין מער פאזאטיוו?

נאך פארבליבן בערך א שעה צו פארעכטן...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לכבוד דעם געבורטסטאג פון יומי, דער זון פון טאטי, שעפטל..!
איך ווינטש דיר א הארציגן מזל טוב. און דו זאלסט נאר האבן שמחות און נחת אין דיין לעבן עמו"ש. אויך וויל איך זאגן אז איינס פון דיינע פריווילעגיעס צו וואס דו האסט זוכה געווען איז, צו האבן א טאטן אזא ספרא רבה און מזכה את הרבים דא אויף קאווע שטיבל...Mazel Tov. Lots of nachas and happiness to the whole family...עמו"ש .

נ.ב.: שעפטל. איך האף אז אין "ריעל לייף" זעהסטו נישט אויס אזוי שרעקליך ווי אין דיין אוואטאר... :roll: :lol:
איך וויל נישט זאגן אין וועם דו דערמאנסט מיך... :o
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

שעפטל קע״ה אזוי ווארעם און אפען-הארציג. איך בין מקנא דיין זון, הלואי ווען איך באקום דאס אמאל פון מיין טאטע׳ן אולי וואלט איך שענער אויסגעשטיגן.
אסאך נחת, קעיפ אפ די גאד ווארק!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מצטמק ויפה האט געשריבן:שעפטל קע״ה אזוי ווארעם און אפען-הארציג. איך בין מקנא דיין זון, הלואי ווען איך באקום דאס אמאל פון מיין טאטע׳ן אולי וואלט איך שענער אויסגעשטיגן.
אסאך נחת, קעיפ אפ די גאד ווארק!

מצטמק ויפה לא: איך גלייב דיר... :roll:
משה פיטות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 4:13 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך משה פיטות »

סאיז נאך דא א עפענונג אין דיין מישפּאָכע? הלוואי מיין טאטע זאל מיך שרייבן אזא הערליכער הארציגער בריוו.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]שעפטל[/tag]/
ווי אזוי האט עס דיין זוהן אויפגענימען?
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

זייער עמאצעניאל, און גאר גוט.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

פלאגיאריזם אין קאווע שטיבל?

שליחה דורך נח בער »

דער לינק שרייט און פארלאנגט אן אויפקלערונג!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

oops!
[tag]שעפטל[/tag]
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

זאל מיר איינער מסביר זיין וואס פלאגיאריזם מיינט.... סיריעסלי... איינער האט מיר געטראפן דא א לינק אויף אייוועלט וואס האט דאס שוין געשריבן מיט יארן צוריק, איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט, ווען איך כאפ ווען דעם בריוול אות טות און לייג עס דא בין איך א פארברעכער, ווען איך נעם אבער א בריוול וואס איך האב אמאל געזעהן ביי מיר אין אימעיל, און נעם געוויסע חלקים דערפון און לייג צו מיינע ווערטער און געפילן איז דאס פלאגיאריזם??

אויב יא, זאל דער אשכול שוין פארמעקט ווערן!

(נ.ב. איך האב הנאה פון דיר [tag]נח בער[/tag]! אן אויסגעקאכטער בכל קצוי האייועלט...!!)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

נאדיר די דעפינישאן פון פלעיגעריזם:


an act or instance of using or closely imitating the language and thoughts of another author without authorization and the representation of that author's
work as one's own, as by not crediting the original author

dictionary.reference.com/browse/plagiarism
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

און אפשר איז שעפטל גראדער אליינס?!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איך וויל נישט חושד זיין אז ער איז א ליגנער.
גראדער האט געשריבן אין 2010 אז זיין עלטסטע קינד, א מיידל, ווערט 11 יאר און שעפטל שרייבט אין 2015 אז זיין עלטסטע קינד, א אינגל, ווערט 12, ואיך יתקיימו שניהם?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שעפטל עס איז קלאר פלאגיאריזם ומפני הכבוד וועלן מיר אייך דאס מאל מוחל זיין...
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

מיר ווילו נאר א הודעה אז שעפטל מיט גראדער חד הוא, דעטס די פוינט, מיזט מודה זיין דאס איז א אנדעקינג נישט אזוי
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

שליחה דורך נח בער »

טייערער שעפטל,

אלס לאנגיעריגער תושב וואלסטו געברויכט וויסן דער עוולה פון נעמען יענעם'ס א זאך און גלייכגילטיג עס נוצן אונטער דיין האנטשריפט, און ווען מ'פרעגט דיר אויב ס'אייגנס, גאראנטירסטו אז עס איז.

איי, פארוואס אויס'מוסר'ן ברבים?

א זאך וואס איז געטון ברבים און מענטשן ווייסן און ליינען וואס דא ווערט געשריבן, מוז מען דערויף רעאגירן ווען יעדער זעט.

איך בעט דיר איבער פאר די עגמת נפש וואס איך האב דיר מעגליך וויי געטאן אבער ווען איינער וואס - לויט ווי ער דערציילט - האט עס געזען אויף א אפענער גרופע, איז דאך נישט שייך עס אונטערצוריקן אונטערן קארפעט און זאל מען זען אז קאווע שטיבל טאלערירט נישט פלאגיאריזם בשום פנים ואופן.
פארשפארט