עטליכע נקודות, שלא כדרכי נישט אריינצורעדן אין א עסק ווי דער נקודות האמת איז נישט וואס מ׳זוכט. געשריבן שנעל, מגלה טפח ומכסה טפחיים כמי שכפאו שד:
ערשטנט קוקט אויס דער גאנצער עסק ווי circular logic. דהיינו, א ראיה אז די תורה איז אמת ווייל 600,000 טויזענט מענטשן האבן עס איבערגעגעבן פאר די קינדער, אין מיר ווייסן דאך אז דער מעשה איז אמת ווייל ס׳שטייט מפורש אין די תורה. און די תורה מיז דאך זיין אמת מחמת די מעשה. און די מעשה מיז דאך זיין אמת ווייל ס׳שטייט אין די תורה...
צווייטנס, און די היסטוריה פון כלל ישראל איז כמעט נישט געווען א תקופה וואס גאנץ (אדער אפילו רוב, מעגליך) ״כלל ישראל״ האט מודה געווען אונ׳ם אנכי ה׳ אלוקיך, חוץ אונטער צוואנג פון שווערד און טעראר כבימי חזקיהו אדער ווען די רוח המקום והזמן פונ׳ם גאנצען ארום האט אויך געגלייבט און דעם פאקט, ווי אונ׳ם מיטל-אלטער. דאס ווייזט נישט אויף א פאקט וואס ״גאנץ כלל ישראל״ האט מקבל געווען דור אחר דור.
אויך, די טענה אז מיר האבן מקבל געווען דור אחר דור די מעמד הר סיני קוקט אויס היפש לעכערליך במשקל השווה. ווי אנדערע האבן שוין ערווענט, אויב זאל דאס זיין אמת דאן זאגזשע נאר ווער איז געשטאנען אויף דיין זיידנס לינקע זייט בשעת יעדער האט געחלש׳ט? האסטו מקבל געווען
איין ארעמען פאקט פונ׳ם גאנצען מעשה וואס ווערט נישט דערמאנט און חז״ל? ניין? איז דאך קלאר אז נישט דער פאקט פון מעמד הר סיני האסטו מקבל געווען, נאר האסט מקבל געווען אז מיר האבן הייליגע ביכער וואס מ׳מוז גלייבן אלעס וואס שטייט דערין. אויב אזוי איז דאך ככל הגויים בית ישראל, עפ״ל.
אויך דאס אז נאר ביי אונסזהאט גאט זיך באוויזן פאר מער ווי אפאר יחידים איז פשוט נישט קראנט, דער קריסטליכער גאט (אדער די מאמע / מלאך / שכינה) האט זיך באוויזן פאר דרייסיג טויזענט מענטשן ווייניגער ווי הונדערט יאר צוריק (!!!) ווי זי האט פאראויס געזאגט, ווי ס׳איז דעמאלטס געווען באשריבן אין די נייעס.
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Miracle_of_the_Sunכאטשיג קיין סאך האט זי נישט געזאגט. ווידעראום די אזטע״ק גאט האט זיך אויך באוויזן פארן גאנצען שבט און איז יא געווען מער רעדעוודיג:
http://orthoprax.blogspot.com/2007/06/a ... ation.htmlאויך איז דער גאנצען ראיה מופרך מתוכו. מיר זעען דאך אז מענטשעו טענה׳ן אז מ׳האט מקבל געווען דור אחר דור זאכן וואס מיר ווייסן קלאר אז ס׳קען נישט זיין אמת, ווי למשל אז שפראך האט זיך אנגעהויבן ביי די דור הפלגה און די מענטשהייט האט זיך אנגעהויבן ביי נח. מוז מען דאך זאגן בעל כרחך אז סך הכל וואס מ׳האט מקבל געווען איז נישט די אלע פאקטן נאר דער פשוטער ״פאקט״ אז אונזער ליטעראטור מיז זיין אמת, ווי אויבן געזאגט. ובעל כרחו יענה אמן. (בתמיה.)
בקיצור, ווען נישט וואס מיר ווייסן דעם סוד, קוקן די אלע מעשיות אויס ווי א מיטאס וואס דער פאלק (עכ״פ א חלק פונ׳ם פאלק) האט אנגענומען צוביסלעך איבער די דורות מחמת סיבות שונות, ווי אלע אנדערע מיטאס. נאר ס׳האט געזאגט מער מזל ווי אנדערע, שלא כמן דאמר אין מזל לישראל. והוא רחום יכפר.