דע יאהר פורים גייט זיין אנגעזעצט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
דע יאהר פורים גייט זיין אנגעזעצט
איך הער אז ישיבות קומען ארויס מיט רופען נישט צו מאכען קיין טראקס מאבילס
זיי אסערן אפילו צו מאכען מוזיק אין די גאסען
נאך א רינגעלע אין אכשר דרא
זיי אסערן אפילו צו מאכען מוזיק אין די גאסען
נאך א רינגעלע אין אכשר דרא
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
זאג נאר פורים אין ירושלים איז אנגיזעצט?
מען זעהט נישט קיין שום מאבילס און ירושלים
איך האלט אז עס גייט נאר אריינברענגען א אמתע שמחה אין גאס אנשטאט משוגענע בחורים שרייען פון פענצטערס
און פישלע איך מיין אז אונזער וועטער באריכטער האט געלאזט וויסן אז עס קען זיין א שיינע פורים מיט ווארעמע וועטערס
מען זעהט נישט קיין שום מאבילס און ירושלים
איך האלט אז עס גייט נאר אריינברענגען א אמתע שמחה אין גאס אנשטאט משוגענע בחורים שרייען פון פענצטערס
און פישלע איך מיין אז אונזער וועטער באריכטער האט געלאזט וויסן אז עס קען זיין א שיינע פורים מיט ווארעמע וועטערס
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
ס'געווען יסורים צוציקוקן ווי מובילה קומען צום שכן און אים איגנארירט מען.
ערענסט גערעדט, דאס גיין נאך געלט פאר ישיבות און אנדערע מוסדות האט נישט קיין פשט און ס'נעמט אוועק פון די עיקר מצוות היום. בחורים באלאנגן אינדערהיים צו עסן די סעודה מיט די משפחה. ס'זענען דא גענוג אביונים וואס גייען ארום און מ'איז מקיים מתנות לאביונים ווען מ'גיט זיי.
ערענסט גערעדט, דאס גיין נאך געלט פאר ישיבות און אנדערע מוסדות האט נישט קיין פשט און ס'נעמט אוועק פון די עיקר מצוות היום. בחורים באלאנגן אינדערהיים צו עסן די סעודה מיט די משפחה. ס'זענען דא גענוג אביונים וואס גייען ארום און מ'איז מקיים מתנות לאביונים ווען מ'גיט זיי.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
שמעקל, ער מיינט מסתמא דאס ארום גיין אלץ בחור. ס'איז אזא עקעלהאפטיגע מנהג וואס פארעקלט דאס גאנצע יום טוב. די קליינע פאנד רעיזערלעך שלא טעמו טעם דאלער איז מען מחנך פון די פעמפערסווייז אן פורש טלפים צו זיין און בעטן א נדבה, ס'הייסט אויב אלעס גייט ווי געפלאנט וועט דאך דער ראציגע צוקופנטיגע כולל יונגערמאן לעבן אויפן פאבליק דיים, דארף ער זיך פון קינדווייז אן אויסלערנען וויאזוי צו בעטן א נדבה אן די מינדעסטע בושה, ס'וועט עם גוט צוניץ קומען ביים בעטן געלט פון שווער, קמחא דפסחא, מעדיקעיד אפיס, וואוטשערס, און ביים טיי אווענט ווען ער וועט חתונה מאכן. אונז זעמער דאך געשאלטן געווארן צו זיין ביישנים רחמנים און גומלי חסדים, מוז מען דאס יונג ביימל אוועקבייגן צום פארקערטן ריכטונג ווען די בוים איז נאך בויגזאם, זאל זיך נישט שעמען, נישט רחמנות האבן צו רייטן, און זיין אויפן אנדערע זייט פון די גומלי חסדים, ער זאל זיין פון די נגמלים. לערענט מען אויס אין חדר אריינצושטעקן דעם ריסיט בוך צו יעדע טאטע אין נאז אריין. זיצן זיך משפחות געמיטליך און עסן א סעודה, רוקן זיך אן א כאפטע צווילדוועטע שיכור'ע בחורים, 250 פונט יעדע איינס, פלאס א באמבאסטישע ספיקער וואס קען אויפוועקן טויטע, און מ'נעמט זיך טאנצן אין די הייעך ווייל א האלב שיכורע גביר פון נעכטן נאכט האט א פעטיש צו זען שוויציגע בחורים און האט געזאגט אז די מער זיי עלן שוויצן די גרעסער וועט די טשעק זיין. און פאר יעדע גלאז קרים מאלאגא וואס די בחורים טרונקען מאכן זיי נאך א צענער. קריכטס אראפ פון מיר, קיינער דארף נישט ענקער מאבילס, ניאמאל ענקער סטרעטשט האממערס, אויך נישט ענקער טרעפיק און נויז, פיצט צוריק אין ישיבה און טוט דארט וואס איר טוט א גאנצע זמן, גארנישט. העיקר, ביטע קריכט אראפ פון מיר. מתנות לאביונים וועל איך געבן פאר ריכטיגע אביונים, און מיין ווערסיע פון שמחה און דיין ווערסיע האבן זיך קיינמאל נישט געטראפן, סא פליז, זיי מיר נישט משמח.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
דאס גיין נאך געלט פורים פלעגט זיין פאר מיר א ביטער קאשמאר, כהאב מיך געשעמט און בלייבן אינדערהיים איז אויך נישט געווען אן אפציע פלעג איך מיך דרייען אין די גאסן ווארטנדיג די נאכט זאל צופאלן שעלטנדיג דעם המן פאר דעם יו''ט וואס איז מיר אזא אפקומעניש. וואכן לאנג פאר פורים פלעג איך שוין ציטערן פון דעם קאשמארישן טאג.
די ערשטע פאר יאר בין איך געגאנגען מיט גרופעס וואס איז געווען פאר מיר א ביטערע און פיינפולע איבערלעבעניש, די פאלשע שמחה און די טיפע דעפרעסיע אים דעם מאביל האט געשניטן מיין לייב. פאר דעם אליין האב איך געוואלט חתונה האבן באפרייעט צו ווערן פון דעם פיינפולן פורים אלס בחור.
די ערשטע פאר יאר בין איך געגאנגען מיט גרופעס וואס איז געווען פאר מיר א ביטערע און פיינפולע איבערלעבעניש, די פאלשע שמחה און די טיפע דעפרעסיע אים דעם מאביל האט געשניטן מיין לייב. פאר דעם אליין האב איך געוואלט חתונה האבן באפרייעט צו ווערן פון דעם פיינפולן פורים אלס בחור.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
דער עולם ליידט זיך נעבעך אן דא די ימים טובים, עס איז ממש א רחמנות. משוגעים. ווער האט ענק געהייסען. פורים אז נאך די גרינגסטע זיך נישט וויסענדיג מאכען פון די אלע שטותים. נישט בחנם איז א מצווה זיך צו שיכור'ן.. מימי בין איך נישט געווען אויף קיין איינע פון די משוגעת'ן פורים און עס איז מיר גארנישט געשעהן, איך האב געהערט אז אין ברעסלב וואשט מען זיך שוין זיך שיכור'ן אינדערפרי נאך וותיקין, נו גייט מען גלייך אהין ווען מענדיגט דאווענען, מ'איז קונה א שטיקל חלה מיט פיש פון דער שכן בים טיש דארט און מ'גיט עס עם צוריק האט מען שוין מקיים געווען משלוח מנות, מ'געט א דאלער פאר דער ערשטער פושט יד האט מען שוין מתנות לאביונים אויך, און מ'מאכט א בורא פרי הגפן. פון דארט פארט שוין די גאנצע טאג אליינס בגילופין ושמחה רבה, ווער האט ענק איינגערעדט עס פעלט אויס די אלע משוגעת'ן משלוח מנות מתנות לאביונים גיין נאך געלט וואס נאך. אנטשולדיגס איך בין געווען שיכור כ'האב פארגעסן אנקומען צו די שוויגער זיידע פעטער האלבע ברודער געבן משלוח מנות. ביינאכט פירט דער רבי דאך טיש ווי קען מען פארפאסען האב איך נישט געהאט קיין צייט אנקומען צו די באבע'ס פורים סעודה, און שוין ווי מען מאכט אויף די אויגען איז שוין שושן פורים נאכמיטאג. קען מען שוין גיין גלייך אין סטיטשין טאנצן נאך א נאכט.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
פאר א בחור איז באמת נישטא אזא זאך ווי זיך נישט וויסנדיג מאכן פון דעי אלע משוגעת'ן. ס'איז דא א סיסטעם און א בחור וואס טאנצט נישט מיט די משוגעת'ן איז אינגאנצן אן אויסגעשפיגענער. ער איז דער נעבעך וואס קען נישט טאנצן, קען נישט שאפן קיין געלט, וכו'. ביים טאטן אינדערהיים זיצט ער ווי א יון אין דער סוכה. אזוי ווי @כוכב זאגט, ביי מיר איז אויך געוועהן יסורי איוב. איינער פון די סיבות פארוואס כ'האב חתונה געהאט. נעווער עגען.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
נופת צופים האט געשריבן:פאר א בחור איז באמת נישטא אזא זאך ווי זיך נישט וויסנדיג מאכן פון דעי אלע משוגעת'ן. ס'איז דא א סיסטעם און א בחור וואס טאנצט נישט מיט די משוגעת'ן איז אינגאנצן אן אויסגעשפיגענער.
איך בין אויך אמאל געווען א בחור איך געדענק נישט איך זאל האבען אמאל ארומגעפארען נאך געלט. ווער הייסט דיר זיצן ביים טאטן אינדערהיים, גיי אריבער צו דער נענטסטער שטוב ווי עס קומט אן די מאביילס און עס גיסט זיך יין בשר ודגים זעץ זיך אוועק ביים טיש און פארגעס וואס פאר וועם דו נעמסט צאם געלט.. אדער גיי צו'ם רב רבי ראש ישיבה אין שטוב און פארדריי דארט א קאפ זאג זיי דו ווילסט תשובה טוהן אדער פרעג זיי אפ זייער מגילה פשעטל. כ'מיין קאם אן עס איז פורים די איין טאג א יאר וואס די סיסטעם פארט אויף אפרוה קענסט ביי זיך נישט פועל'ן צו זיין א משהו אנדערש פון דיין חבר. קאם אן. אדער טרינק נאך אפאר גלעזער.
אייגענטליך ווען איך בין געווארען לאנגווייליג פון די סארט געימס כ'האב געפילט איך מוז אויך גיין נאך געלט פלעג איך זיך ארויסשטעקן די האנט, מאכען אפאר הונדרעט דאלאר, און עס גלייך אריינווארפען אין די נענסטע פושקע אדער איברעגעגעבן צו די נעקסטע פושט יד..
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
איך געדענק נאך נישט צו לאנג ציריק ווען איך בין נישט מער געדאכט נאך געווען א בחור, און איך האב ארום געמאבעלט אין די וויליאמסבורגע גאסען קלייבן נדבות ( איך ווייס נאך ניטאמאל עד היום הזה פאר וועלעכע צוועק איך בין געגאנגען, נאר ווי דערמאנט פורים האט געמיינט פאר א בחור צו זיצן אויפן מאביל א גאנצען טאג פון נאך קריאות המגילה ביז 11 אויף די נאכט) און איך האב אפי' נישט געהאט די געלעגנהייט עפעס איבערצובייסן, דאס מאגן מיינער האט געפאדערט דאס זייניגע, אבער עס איז דאך געווען א שאד צו פארטאכלעווען די טייערע צייט מיט אכילה, מען קען דאך אין די צייט באשנארן נאך א נגיד, אזוי האט די הינגער גענוגט א גאנצען טאג, ביז ענדליך זענען מיר אהגעקומען צו הר''ר ר' יעקב הערש שעהנפעלד אהיים, וואס ער האט געהאט א הערליכע מנהג, ער האט א גאנצן טאג סערווירט א הערליכע סעודת פורים פאר אלע גרופעס, כת אחת נכנס וכת שנייה יוצאת.... און מיר האבן קוים אויסגעווארט ביז דער גרופע בעפאר אונזער ענדיגט אפעסן, תיכף ווען זיי האבן קום אפגעבענשט, האבן מיר זיך געווארפן אויף די פרישע בארכעס און הייסע האלאפצעס..... די טעלערס האבן מיר אפגעלעקט.... דאס קען איך קיינמאהל נישט פארגעסען.... און איך בין אים באמת מקנא מיט די גרויסע מצוה.......