געוואלדיג האט געשריבן:רבי מאיר האט חוזק געמאכט פון איהם ככתוב שם להדיא און דו ברענגסט דאס פאר א ראיה, צו סארקאזם פארשטייסטו אויך נישט?
קען זיין ביזט גערעכט און כ'האב מיך טועה געווען אין פשט, אבער כ'האב דאס נאר צוגעברענגט בדרך אגב, מיין עיקר פוינט איז געווען אז דיין ווערסיע פרעגט נישט אפ יענער וואס האט אן אנדערע ווערסיע.
(חוץ מזה זע איך יעצט אז אין דברי הימים זעט מען אז מ'האט זיך יא מתיחס געווען צו זיי ווי שבט מנשה ואפרים. (יעצט פרעג נישט אפ מיין דרך אגב נאכאמאל, נאר באצו זיך צום עיקר פוינט, איך בין נישט קיין שומרונים עקספערט)
געוואלדיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:ווי אויך באשטעטיגט זייער DNA אז זיי זענען אייניקלעך פון אידן, און אפשר גאר פון א משפחה כהנים ממלכות ישראל וואס סנחריב האט נישט גענומען אין גלות.
מקור?
LinkLinkLinkגעוואלדיג האט געשריבן:לשיטתך האט דער וואס האט דאס געשריבן, געשריבן אין די וועלט אריין כאשר צוויתיך כאטש ער האט קיינמאל מצוה געווען אויף דעם
נישט אין די וועלט אריין, נאר דיין פשט אין כאשר צוויתיך איז יענעם נישט מחייב, יענער קען לערנען אז כאשר צוויתיך איז יענעמ'ס מסורה און יענעמ'ס "תורה שבעל פה" וואס ער קען פונקט אזוי זאגן ער האט מקובל איש מפי איש ביז מתן תורה.
געוואלדיג האט געשריבן:זעהט אויס אז ברית החדשה קענסטו נישט ער האט זייער אסאך געטוישט, לדוגמא שבת (התיר משום רעב כשהיו תלמידיו ליד עיר ללקש שיבלים אחרי שאמר לתלמידיו שרשאים הם רק להוסיף על הפרושים ולא לפחות מהם וכשבאו הפרושים לטעון נגדו הסכים עמהם שדבר זה אסור הוא (אפילו שזה אינו מפורש בכתוב רק שמצא איזה תירוץ גם עם מיגו של איסור לאכול לחם הפנים שגם הוא מדרש חז"ךל ואינו מפורש בכתוב הרי לנו שגם לפי דבריהם הודה ישו לתושבע"פ)) כיבוד אם (כשבאת אמו לבקגרו ולא יצא אליה לראות פניה ואמר מי היא אמי) גניבה (ציוה לתלמידיו לגנוב עיר) היה מתיר אסורים (אמר לתלמידו שמעון שכל מה שיאסור יהיה אסור וכל מה שיתר יהיה מותר ולא בכפוף למצות התורה)
געוואלדיג האט געשריבן:אנשטאט צו אריין גיין אין פרטים, לשיטתך אז ישו האט נישט געטוישט מער ווי די פרושים פארוואס האלטן נישט די נוצרים קיין שום חלק פון תורה ומצות זיי וואלטן לשיטתך געדארפט שטיין אזוי ווי אונז מיט אלע מצות נאר מיט תיקונים ווי די קוקסט דאס אן
איך קען טאקע נישט ברי"ח צו גוט, אבער קום מיר נישט דערציילן קיין נייעס אז זיי האבן געטוישט זאכן, משוגע בין איך נישט, אבער ווי געזאגט איז דאס מאסן אויסרייסן אלע מצוות מעשיות נישט געווען ישו'ס געדאנק, נאר איז געשען א דור שפעטער, אנגעהויבן מיט פטור ווערן פון ברי"מ ביי נייע גרים דורך שאול\פאולוס. דאס אז ישו האט געמאכט אן הוראת שעה מיינט נישט גארנישט.