פורים : דער אנטי סיסטעם יום טוב
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
פורים : דער אנטי סיסטעם יום טוב
[justify]פורים פורים פורים לנו לא לא לאלא.. היינט איז פורים מארגען איז אויס לאלאלא ליהודים ליהודים היתה היתה אורה חייב איניש לבסומי לבסומי לבסומי באמבמאבאמבאמ שושנת יעקב לחיים.. אה וואס זינגט מען יעצט עצו עצה טראלילאליליי ותוסף אסתר ותדבר אויאוי למה עזבתני מישע מישע מישע מישע.. יא איר הערט גוט, אזוי הערט זיך די פורים טעיפ, דער ניגון הייבט זיך נישט אן עס ענדיגט זיך נישט עס פארט אריין א ווארט אין א צווייטער דער ניגון פארשטעלט זיך פאר א צווייטער ניגון וואס איז בכלל א דריטער.
פארהאן אידען וואס לעבן נעבאך אין אזא מין אנגעזעצטע שטרענגע סיסטעם אגאנץ יאר, יעצט לערנט מען יעצט דאווענט מען דער איז דער רב דער איז א רעביש קינד א צווייטער איז א ראש ישיבה א דריטער איז א בעל הבית, אלץ קלאפט אלץ שטייט אויפ'ן פלאץ, ווי כאילו ביי ששת ימי בראשית האט מען שוין קובע געווען א הלכה: עד שני טפחים זהו הוטו של בעל הבית, משני טפחים עד שלש טפחים זהו הוטו של דיין, משלש ועד אין סוף זהו קאפעלייטשו של רבי. גיט מען נאר א קוק אויף די ברייטקייט פון דער ברום פון הוט קען מען שוין וויסען וויפיל שטעט זיין עלטער זיידע האט געוועלטיגט אין אונגארין.
בכלל יעדער זאך האט פעסטע כללים, מען טאר נישט אויסמישען מען טאר נישט ארויסטרעטן פון ליניע. וואס ביסטו אן אויבער חכם דו פרעגסט קשיות, דו ווייסט נישט וואס דער האצענפלאצע רבי סעכיסעיאגענעליינע האט געזאגט אויף דעם, נו נו פוי המן פארשאלטן זאל ער זיין.
קומט פורים ווערט אלץ צומישט. דו האסט געמיינט עס איז א שיין מיידל מיט לאנגע האר און א קלייד, נעה דאס איז בכלל א חסידישע בחור וואס איז מקפיד מקיים זיין דער רמ"א אז פורים איז נישט נוהג דער לא ילבש, די האר איז סתם זיינע לאנגע פאות פארדרייט ווי א פאני, און דער וואס זעהט אויס בכלל ווי אן אל קאידע טעראריסט, ער איז אפילו נישט קיין נטורי קרתא, גאר א ציוני וואס האט זיך פארגלוסט זיך פארשטעלן ווי אן אראבער. און דער סאלדאט מיט דער גרויסער גאן, ניטאמאל א וויץ קען ער שיסען גלייך. דער רב? א פורים רב, קיין עברי קען ער נישט.
דער שלעכטער המן, אה איך ווייס נישט, אפשר דווקא ברוך המן, וואס עפעס ער האט אונז געמאכט אזא דערהויבענע יום טוב, און דער מרדכי וואס דו בענטשסט אזוי, מהיכי תיתי, סתם א פרומער געווען, וואס האט עם געשטערט די סעודה פון אחשורש, דער זיך בוקען פאר המן איבער וואס ער האט געמאכט די אלע קול קורא'ס מיט אסיפות, נעה אפילו נישט קיין איסור דרבנן, סתם פאר זיין אכשר דרא משוגעת האט ער מסכן געווען גאנץ כלל ישראל. המן האט זיך געהאלטען אן עבודה זרה? חא חא, אפילו די רויבער האבען זיך נישט צולאכט אויף דער וויץ, פרעג נאר זיין טאכטער, שוין אפשר די עבודה זרה פון פעור איז ער. לאל.
וואס זאגסטו שלא שינו את לבושם? מען מוז גיין אנגעטוהן אידיש, בארד בארד ווי דיין איד שרייט דאך דער רבי פון עירמאנט, גיב א קוק, גיי איך צו צו דער שכן וואס טאנצט לעבן מיר און שלעפ אראפ דער שיינער ווייסע בארד, זעהט מען דאס איז גאר דער דזשעניטער וואס האט זיך פארגלוסט בחינם'דיגע באז האט ער זיך אויך פאשטעלט.. זאגט דער הייליגער איזביצער פורים ווייזט אז א איד איז נישט תלוי אין דער חיצוניות פון דער אידישער לבוש, אפילו ווען ער זעהט אויס ווי א גוישע פרינץ ומרדכי יצא בלבוש מלכות איז צהלה ושמחה.
סדר? יא טאקע זייער וויכטיג, יעצט ליינט מען יעצט איז נישט די צייט פאר נארישקייטן. אין שוהל פירט מען זיך מיט דרך ארץ. הא לאמיר זעהן, א גאנצע פאק באמבעס האב איך זיך מיטגעברענגט אין טאש לכבוד די וויכטיגע מצוות קריאת המגילה. יעדער המן, און אמאל סתם אזוי אויך, פלאצט אויף די גאנצע שול מיט אזוינע קולות עס דאכט זיך באלד פקע איגרא.
לערנען? יא זייער חשוב, ביטול טעירע האט דער ראשישיבע געוויינט. ווייסטו טאקע וואס איז די פשט אין די סתירה ווער איז געווען די שוויגער פון אחשרורש? א באמבע קשיא, דא שטייט שככה און דארט שטייט עפעס אנדערש? עס איז נישט קיין גוטע קשיא? דיין תורה איז פורים תורה וואס איך זאג איז לאמתה של תורה. עס איז על פי קבלה.
אה געלט, יא טאקע זייער וויכטיג, יעדער דארף געלט, און יעדער היט אויף זיין געלט. צדקה, יא גאנצע הלכות, ווילסטו גיין נאך געלט אין די עיר הטעירע, ברענג א צעטל פון די וועד סדום לעניני צדקה אז דו מעגסט טאקע גיין נאך געלט, מיר וועיסען נישט אפשר ביסטו א גנב, ווער זאגט מען מעג דיר געבן געלט. פורים, שטותים, כל הפושט יד, ווער האט דיר געפרעגט צו איך בין ראוי. אז איך בעט איז שוין גענוג, געב שוין נאר אהער דארט די טשעק. עס איז דיין שענדעליר? טאקע זייער פיין און חשוב, ממש ווי אינדערהיים . גיב א קוק עס קומט א שיכור ער וויל טאנצן אויפ'ן טיש, אה אבער ווי קומט מען אן אזוי הויך, גיט מען זיך א כאפ אן אויף די שענדעליר און נוצט דאס אלץ א סווינג ארויף אויפ'ן טיש. כ'בין א מזיק? יא רוף מיר אין בית דין נאך פורים, דער רמ"א פסקנט איך דארף נישט צאלן. הענג זיך דו מיט די פענסי לייכטער.
___
איז דא נעבאך אזוינע רבנים ראשי ישיבות און מנהיגים, וואס שרעקן זיך פחד מוות פון דער פורים. פונקט ווי המן האט זיך דערשראקען פון מרדכי, וכל זה איננו שווה לי שרייען זיי, אוי וויי וואס וועט זיין איין טאג אין יאר וועט מען ברבים מאכען א וויץ אויף מיין חשבון, מ'וועט מיר נישט נעמען ערנסט, דער ליטווישער משגיח, וואס זיין גאנצער חיות איז טעראריזירען די מענטשהייט זאלן זיין אין צייט ביים סדר איז אינגאנצן פארלארען, וואס וועט דא זיין, איז ער געפארען קיין שושן הבירה און פון די טעראר פון המן געברענגט א מתנה, ישיבת מרדכי הצדיק. בעסער דאס צו רופען ישיבת המן הרשע. איין טאג אין יאר האבען קינדער און עלטערן אביסעל פאן איז דיר געווען וויכטיג דאס קאליע מאכען? זאג נאר אזא שמויגער ביסטו? און די מתנות קומען בכלל נישט אן ביז חמשה עשר בשבט די אנדערע יאר, אגב אויב דו הערסט דארט ביסט מיר נאך שולדיג א מרדכי ואסתר טייסטער פון אלץ יונגעל, ביסטו א שקרן א גנב אויך, פאסט טאקע.
יעדער יאר זעה איך קומען די מאדערנע רבנים, די וואס דארפען זיך שיין מאכען פאר'ן גוי, און גיבען ארויס קול קורא'ס מיט ליסטעס פון איסורים מאיסורים שונים. מען טאר זיך נישט שיכור'ן מען טאר זיך נישט פארשטעלן מען טאר נישט קלאפן המן דאס איז מסוכן יענס איז נישט אויסגהאלטן. מען צוברעכט חפצים מען איז מזיק אהער. זאג נאר ווען דיינע בחורים גיין ביינאכט נאך סדר שלישי אין קלאב און טרינקען זיך אן ביסטו אויך אזוי מוחה? אדער נאר ווען עס איז א אידישע יום טוב וואס הייסט האבען פאן שטערט עס דיר? אינטרעסאנט ווי מער מאדערן א רב איז אלץ מער שרייבט ער אזוינע איסורים. ביי די תלמידי בעל שם האט מען נישט געהערט פון אזוינע איסורים. עס שטערט דיר טאקע אזוי די קולות ביי המן? זאג נאר ביסט אפשר א קרוב זיינס? אפשר טאקע פון די בני בניו פון בני ברק?
האט דער רבי געזאגט: היינט איז טאקע דא נאר איין טאג פורים א יאר, לעתיד לבוא וועט זיין א גאנץ יאר פורים, טאקע בפועל ממש למטה מעשרה טפחים בעגלא דידן אמן.[/justify]

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
אויף ענגליש זאגט מען "AMEN!"
מיר האט אויך אלץ געבאדערט דער ישיבת מרדכי הצדיק. ווילסט לערנען? גיי לערן געזונטערהייט. פארוואס פרובירסטו צו פארכאפן תמימות'דיגע קינדער מיטן זיי אונטערשמירן מיט פרייזעס. עס וועט זיין גענוג צייט צו לערנען נעכטן און מארגן, פורים איז אבער נאר איין טאג, לאז דאס קינד מנצל זיין א יעדע רגע מיט עסען נאש און האקן א לעבן.
נעכטן בין איך שאקירט געווארן פון א פרישע גזירה. מיין טאכטער איז אהיים געקומען פון שולע מיט א צעטל אז עס איז פארבאטן צו געבן שלאחמאנעס פאר די חבר'טעס אום פורים ווייל עס ברענגט צו קנאה. הערסט א מעשה? פורים מעג מען שוין נישט טיילן קיין משלוח מנות! ווד"מ!!!
.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
מרקד אתלת האט געשריבן:שלח מנות, קומט פון א פראבלעם אז עס זענען דא מיידלעך וואס באקומען פון די גאנצע קלאס און די נעבס באקומען כמעט נישט שלח מנות, דאס איז א פראבלעם
ס'דא פלעצער וואס מ'מאכט א גאנצע סיסטעם פון גורלות, ואכמ"ל
יא, ווייל די וועלט איז א פראבלעם, געוויסע מענטשען זענען מער פאפולער פון אנדערע. לאמיר וועגן דעם מאכען א כלל גם לי גם לך לא יהיה. א פלא חז"ל וואס האבען מתקן געווען משלוח מנות לרבות רעות איז נישט איינגעפאלען די קשיא.
כ'האב געהערט אין א געוויסע סקול איז מען אויפגעקומען מיט א גאונישער איינפאל וועגן דער פראבלעם, מען האט אויסגעלערנט די קינדער די ענין פון חסד און זיין שיין צו א צווייטער, אז אפילו די 'נעבס' זאל מען מקרב זיין און זיך חבר'ן מיט זיי. וואס זאגט איר צו דער גאונישער איינפאל?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ווען עס איז מיין טאכטער וואלט איך געזוכט עצות איר צו מאכען פאפולער, אדער איר מחזק געווען אז עס איז נישט געפערליך. אדער ווייסיך וואס.
איין זאך וואס עס וואלט מיר זיכער נישט איינגעפאלען איז מבטל זיין די גאנצער פאן און מצווה פון אלע אנדערע קינדער אלץ אז מיין טאכטער זאל נישט זיין לעפט אוט. סיי איז דאס סתם רשעות און סיי העלפט דאס בכלל נישט די פראבלעם. אפשר זאל מען אויך מבטל זיין די סקול בכלל ווייל די נעב קען די שוואכסטע די לערנען? אדער מבטל זיין די שפילערייען ווייל די נעב האט נישט מיט וועם צו שפילען? אביסעל שכל מעג מען אויך האבען.
אפשר ביסטו טאקע מסביר וואס אין די היינטיגע משלוח מנות ביזנעס איז אנדערש פון די כוונת הפסוק להרבות רעות על ידי נתינת מתנות וכו'?

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך האב א שטארק שטיקל חיזוק פאר די נעב'ס, סיי קליינע און סיי גרויסע, וואס באקומען נישט קיין סאך משלוח מנות. און א מקור אז טאקע דאס ליגט אין די תקנת חז"ל. דער ב"ח אין הלכות פורים רעדט וועגן א שאלה פארוואס איז די הלכה אז מתנות לאביונים מען זאל געבן צוויי מתנות לשני אביונים, משא"כ משלוח מנות איז שני מנות לאיש אחד. איז דער ב"ח מסביר אז אביונים וועט אלץ זיין אסאך, ממילא איז עס מער מרבה בשמחת פורים מען זאל געבן פאר ווי מער אביונים. ווידער משלוח מנות גיט מען דאך פאר חברים, קען זיין איינער האט נאר איין גוטע חבר, זאל ער געבן מער פאר דער איין חבר. וזה לשונו יעויין שם כל השטיקל.
ב"ח אורח חיים סימן תרצה האט געשריבן: והנה לאשר לא יחדל אביון מקרב הארץ (דברים טו יא) ורבה העזובה מצוה לחלק ולתת לכל אביון מתנה אחת כי כך כתבו הקדמונים והשכל גם כן יחייב אותו כי מי שיש לו מאה זהובים ליתן לעניים שגדול שכרו כשיחלקם למאה עניים מאשר יתן כל מאה זהובים לעני אחד או לשנים וג' כי זה שנתן למאה החיה מאה נפשות אבל בשמחת האדם עם אוהביו ורעיו אולי לא ימצאו לאדם אוהבים רבים כמ"ש רז"ל (ב"ב טז ב) או חברא כחברי דאיוב וכן אמרו (אבות פ"א מ"ו) קנה לך חבר על כן המצוה לשלוח שתי מנות לרעהו הטוב להיות שמח ושש עמו על שתי תשועות אלו כנזכר ישמע חכם ויוסף לקח (משלי א ה):
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 33
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 17, 2015 10:54 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:ווען עס איז מיין טאכטער וואלט איך געזוכט עצות איר צו מאכען פאפולער, אדער איר מחזק געווען אז עס איז נישט געפערליך. אדער ווייסיך וואס.
איין זאך וואס עס וואלט מיר זיכער נישט איינגעפאלען איז מבטל זיין די גאנצער פאן און מצווה פון אלע אנדערע קינדער אלץ אז מיין טאכטער זאל נישט זיין לעפט אוט. סיי איז דאס סתם רשעות און סיי העלפט דאס בכלל נישט די פראבלעם. אפשר זאל מען אויך מבטל זיין די סקול בכלל ווייל די נעב קען די שוואכסטע די לערנען? אדער מבטל זיין די שפילערייען ווייל די נעב האט נישט מיט וועם צו שפילען? אביסעל שכל מעג מען אויך האבען.
אפשר ביסטו טאקע מסביר וואס אין די היינטיגע משלוח מנות ביזנעס איז אנדערש פון די כוונת הפסוק להרבות רעות על ידי נתינת מתנות וכו'?
ווען די וואלסט עס מבטל געוען וועגן דיין טאכטער וואלט עס אפשר געווען רשעות, אבער א סקול דארף מבטל זיין א מנהג וואס ברענגט אזוי פיל שברון לב פאר מיידלעך, און איך רעדט פון ידיעה, ב"ה נישט ביי מיין קינדער.
מבטל זיין א מצוה, קינדער זענען נישט מחוייב במצוות, און וואס מ'קען טוהן צו מונע זיין פראבלעמען איז א מצוה צו טוהן, אוודאי דארף מען זיין עס זאל נישט זיין אזעלגע פראבלעמען מלכתחילה, מ'רעדט דאך לויט די מצב און דער פאקט וואס עס איז דא.
אי משום דער פאן שבדבר קען מען טאקע מאכן א סיסטעם דורך א גורל אז יעדע מיידל זאל שיקן פאר אפאר מיידלעך, ובזה אשים קנצי למילין כיון שאינו נפק"מ להלכה למעשה, בברכת שמחת פורים
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

יאיר האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז פורים איז נישט אנטי סיסטעם, ס'איז בכלל נישטא קיין סיסטעם. די רבנים קענען שרייבן קול קורא'ס און די חדרים קענען מאכן תקנות, אבער ס'איז עשה את עצמו כאילו לא ידע בין ארור סיסטעם לברוך אינטערנעט.
מיט די אלע קול קורא'ס, איסורים און חרמות איז נאך פורים מער סיסטעם פון אגאנץ יאר.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
נו אוודאי אז מ'וויל דווקא קען מען אלץ טרעפן אויף וואס צו קאמפלעינען, וואס מיינט איר די קאמפלעינערס וועט מען אזוי אראפלאזען אזא יום טוב, עס קומט זיך זיי אויכעט זייער חלק, ווי דער מיט דער איכה ניגון אשר הגלה. אן אז מען האט נישט קיין מוט וועט נישט העלפען קיין צען באטלעך בראנפען אויך נישט.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
די המן הרשע'ס שבדורנו קענען זיך ממש נישט בארוהיגען. עס הייסט, ממש, עס איז דא א יום טוב ווי אידישע קינדער קענען האבען פאן? ממש פשוט משתה ושמחה ויום טוב? געהעריג זיין פריילעך? עס גייט דאך קעגן דער גאנצער חינוך פון א גאנץ יאר. עס קען דאך נישט זיין בכלל. אידישקייט איז נאר אז איך זאל זיין אין קאנטראל און אויספרעסן יעדעס ברעקל חיות און לעבעדקייט פון דער עולם. יא, עס איז ממש דא א פסוק וואס זאגט מען זאל מאכען א פארטי? זיך אנטרונקען? קען נישט זיין, עס מוז זיין עס מיינט עפעס אנדערש. דינגען א פארטי באס? ממש אזא מין כלי וואס איז געמאכט אויף הנאה צו האבען? שומו שמים, דאס קומט דאך פון די גוים. אידען זיצען אגאנצע טאג אנגעזעצט מיט א שטיקל הערינג קוים. מען מוז דאס אסר'ן. עס איז דאך ממש א גוישע זאך דאס. נאר גוים מאכען פארטיס.
חברה דל-גאים וואס עטס זענטס. אפאר קינדער זענען אונטער אייער קאנטראל און עטס מוזטס עס אויסנוצען די קאנטראל ביזן סוף. א וואונדער עס העלפט נישט די פשוט'ע ענינים פון וותרנות, פון פארגינען פאר א צווייטער. פון וועם זאלן זיי זיך לערנען די קינדער פון דער ראש ישיבה וואס פייניגט יעדער איינער וואס ער קען אדער פון דער רבי וואס שלאגט זיך מיט זיין ברודער איבער א נאמען פון א גאליצאנער שטאט? נו לאמיר מבטל זיין בכלל דער פורים און שלום על ישראל. עס איז אלץ שה"י פה"י תירוצים מען זאל נישט קומען אין סדר אין צייט. אה, כ'האב פארגעסן, ערגעץ האב איך שוין געהערט די טענה..

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
די איינציגע שאלה וואס בלייבט איז וואס איז די הלכה אויב למשל די בחורים פון קהל באבוב 45 דינגט א לימאזין און זיי שרייבן ארויף באבוב אין גרויסע אותיות און 45 אין קלענערע אותיות. נאכדעם גייען זיי און זיי קלעבן ארויף אזא ריזיגע סטיקער וואס איז חופף על פני הלימאזין, און זיי פירקלען ארויף דערויף בשאט נפש אזא טעקסט מעסעזש וואס מען ווייסט קלאר בידיעה ברורה אז עס איז געשריבן געווארן כתוב וחתום מיט א סעלפאן וואס האט די גדר פילטער, נישט די משומר. לכאורה אויף דעם האט מען נאכנישט געזעצט א מושב בית דין און מען דארף פון פריש מעיין זיין.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
פארשטייט זיך די פערד וואס מען רייט אויף זיי ביי די רעבישע חתונות און די קעדילעק אין וואס דער רבי פארט דאס איז מקובל איש מפי איש מימות משה רבינו כמבואר בהמשך דברי המשנה המובאים למעלה בשיעור רוחב ההוט, נאר די פורים מאביילס דער משנה האט מען נאכנישט געטראפען עפעס. מ'דארף אריינשיקען צו די ליסטע לא יוצלח'ס אין ביזנעס וואס האבען מחליט געווען ווערן ראשי ישיבות אז בבית גנזי לעיקוואד ליגט די משנה ווי עס שטייט די הלכה למשה מסיני שיש להסתובב בפורים עם לימאזין או לכל הפחות מאביל גדול ואם נהג בבאס שהמושבים שלו פנים כנגד אחור לא יצא ידי חובתו.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~