מאסיווע FBI איבערפאל אויף מאנסי ישיבה "שערי תורה"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

גייטס טאקע אלע און ווייזט ארויס שטיצא פאר הרב הגאון רב עפשטיין וואס האט געטוהן וואס שטייט אין די תורה מכין אותו עד שיאמר רוצה אני. נעמט אייך אהן פאר שכינתא בגלותא און פאר אלע פרויען וואס ווערען מעוגן דורך די רשעי הדור וואס אין להם חלק לעולם הבא.

איך.שרייב טאקע נישט אין באלד און רויטע אותיות, אבער די רויטע בלוט פין די נשים וואס ווערט פארגאסען דורך רשעים קען מען לייכט זעהן.

ווער עס קען איז מחוייב צו העלפען און משתדל זיין לטובת הרב עפשטיין און יעדער איינער וואס העלפט אויסרייסען די אנשים מושחתים וואס האלטען צוריק גיטין און זענען מעגן פרויען פאר יארען לאנג.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

דיין סטיריאטייפן כאילו אלע מענער זענען רשעים און אלע פרויען צדיקים איז צום גרוילן.
אפשר זאגסטו מיר וואס זאל א מאן טון ווען די פרוי טראגט אוועק א הויז און לאזט נישט זען די קינדער?
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

אויב מיינט ער די תורה וואס נעמט ער זעכציג אלפים פאר דעם???
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איחוד,
הדד האט זיך זייער שיין מסביר געווען, ער האט טאקע געשריבן רויט און באלד אבער נישט דעמאגאגיש, די גיטין פון עפשטיין זענען - אויב די פאקטן זענען אמת - ווארשיינליך פסול, דהיינו ער האט נישט "געהאלפן" די עגונות, פארקערט, ער האט זיי מכשיל געווען באיסור אשת איש רח"ל דורכען זיי איינרעדן אז זיי זענען מותר לעלמא.
משא"כ דו - במח"כ - האסט פלעין געשאסן א סטעיטמענט אן קיין שום הסבר. קענסט דיך אפשר מסביר זיין?
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

און ווי מען זאגט דא אלץ אין שטיבל איז די אמת ערגעץ אינדערמיט
אמאל איז די רשע עפשטיין גירעכט און אמאל איז די רשע די מאן וואס גיבט נישט די גט גירעכט
און לכאורה קען מען נישט זאגן א כלליותדיגע זאך אויף דעם
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מכין אותו עד שיאמר רוצה אני איז נישט קיין בלענק טשעק אויף יעדן מעגן, נאר אויף געוויסע. מ'דארף דאס געהעריג מברר זיין אין בית דין בפניו.
וואו שטייט אז המעגן את אשתו אין לו חלק לעולם הבא? א ודאי וועט ער ברענען אין גיהנום פארן מצער זיין א פרוי פאר גארנישט, אבער אין לו חלק?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לית דין בר נש האט געשריבן:און ווי מען זאגט דא אלץ אין שטיבל איז די אמת ערגעץ אינדערמיט
אמאל איז די רשע עפשטיין גירעכט און אמאל איז די רשע די מאן וואס גיבט נישט די גט גירעכט
און לכאורה קען מען נישט זאגן א כלליותדיגע זאך אויף דעם

איך גלייב אויך אז דער אמת איז אינדערמיט, אבער א מענטש וואס איז עלול - אפילו בלויז געוויסע מאל - צו מרבה זיין ממזרים בישראל ברויך מען באצייטנס אפשטעלן.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ממזרים זענען די מענער וואס זענען מסרבים צו געבען א גט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ריכטיג האט געשריבן:מכין אותו עד שיאמר רוצה אני איז נישט קיין בלענק טשעק אויף יעדן מעגן, נאר אויף געוויסע. מ'דארף דאס געהעריג מברר זיין אין בית דין בפניו.
וואו שטייט אז המעגן את אשתו אין לו חלק לעולם הבא? א ודאי וועט ער ברענען אין גיהנום פארן מצער זיין א פרוי פאר גארנישט, אבער אין לו חלק?


אויב די ווילסט זיך אהננעמען פאר די רשעים די מעגני הנשים מיט תירוצים אז אזוי שטייט אין די תורה, געזונטערהייט.

אויב הרב עפשטיין האט א בית דין, און קען לערנען, און פסק'נט אז ער דארף געבען א גט, איז עס על פי תורה, און אפאר עמעראצישע ניקס קענען נישט מיט מעתיק זיין א שטיקעל טור פארענטפערען רשעים.

מכין אותו עד שיאמר רוצה אני איז א הלכה אין שולחן ערוך. טאמער האט רב עפשטיין געטוהן אזוי, דארף מען אים ארויסווייזען שטיצע. און סארי, דער קראפ מיט מרבה ממזרים בישראל קען מען צוזאמען שטעלען מיט די ממזרים וואס דער מסדר קדושין אין קרית יואל מאכט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

פאר יעדע מעשה וואס די וועסט דערציילן אז עפשטיין איז גערעכט וועל איך דיך ברענגן 5 צו ווייזן דאס רשעות און אכזריות פון די שלעגער רשעים ימ"ש. נעם דיר אריין אין קאפ א פעסטער חברה'מאן מיט געלט און לויערס וכדומה האט דער רשע נישט אנגערירט. די אלע וויקטימס זענען נעבעכדיגע ארימע מענטשן וואס לא די וואס זייערע בלוט צאפערס האבן זיי פארטריבן און פארשעמט און אומגליקלעך געמאכט לאזט מען אים גארנישט האבן מיט די אייגענע קינדערלעך ניטאמאל איין מאל א יאר. דער רחמנות ווייסט נעבעך נישט וויאזוי צו פייטן פארלאנגט ער עטליכע קלייניגקייטן ביים גט וואס סקומט זיך אים הונדרעט פראצענט. קומט דער רשע גבר אלים דער נאצי א גלגול פון מיין כיתה ח' רבי און זאגט געב אים נישט גארנישט. לייג מיר אראפ די עשרת אלפים ככר כסף פאר א דיפאזעט און איך וועל אלעס ארלעדיגן כא כא כא לאכט ער זיך הויעך אויפן קול. וביערת הרע מקרביך פאר דעם דארף מען דעם הייליגן באשעפער זיך אנצונעמן פארן עני ואביון
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

מ'דארף מתפלל זיין אז די חברה זאלען באפרייט ווערען, אז נישט וועט דאס גיבען א אויבער האנט פאר די רשעים ארורים די מעגנים וואס פייניגען אויס זייערע ווייבער און האלטען זיי אהן מיט קייטען פינסטערע עגונות פאר לאנגע יארען, על פי רוב פשוט צוליב נקמה פאר די חוצפה פון זיי איבערלאזען, אבער פיהל מאהל איז עס ווייל זיי בעטען געשוואלענע סכומים שאנטאזש געלט פון ווייבער, און אז נישט וועט איר לאזען שיימלען אן עגונה ביזע'ן גרויען צאפ אריין, צומאהל וועט אפילו געלט נישט העלפען, זיי האבען הנאה פון שטיין און קוקען ווי ס'גיסט בלוט פון זיי, זיי זענען מקריב זייערע אייגענע קינדער אין די מערכה אבי צוצפיקסען די ווייב! די זענען בלוט צאפערס און רוצחים, און כלל ישראל קען זיך נישט ערלויבען צו פארשטערקערען די הענט פון די רשעים ושופכי דם!

נ.ב. 1] איך זאג נישט אז שטענדיג זענען די מענער נישט גערעכט, טייל מאהל זענען די פרויען די שלענג, און די מענער נישט שולדיג, אבער די פאקט איז אז א מאן קען געבען א גט ווען ער וויל, אדער א היתר מאה, משא"כ די פרויען בלייבען סטאק, דעריבער זענען אין זשענעראל די פרויען די וויקטימס און די מענער וואס האלטען צוריק די גט זענען גילטי!
2] איך ווייס נישט פונקטליך וואס ביי די חברה איז פונקטליך געוועזען, אבער ס'איז קלאהר אז די רשעים און בלוט צאפערס וואס ציפען אויס די נשמה פון זייערע ווייבער מיט די גרעסטע מאס סאדיזם און אכזריות האבען זיך געמוזט ברעכען דורעך די עסקנים,
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

shem-tov האט געשריבן:פאר יעדע מעשה וואס די וועסט דערציילן אז עפשטיין איז גערעכט וועל איך דיך ברענגן 5 צו ווייזן דאס רשעות און אכזריות פון די שלעגער רשעים ימ"ש. נעם דיר אריין אין קאפ א פעסטער חברה'מאן מיט געלט און לויערס וכדומה האט דער רשע נישט אנגערירט. די אלע וויקטימס זענען נעבעכדיגע ארימע מענטשן וואס לא די וואס זייערע בלוט צאפערס האבן זיי פארטריבן און פארשעמט און אומגליקלעך געמאכט לאזט מען אים גארנישט האבן מיט די אייגענע קינדערלעך ניטאמאל איין מאל א יאר. דער רחמנות ווייסט נעבעך נישט וויאזוי צו פייטן פארלאנגט ער עטליכע קלייניגקייטן ביים גט וואס סקומט זיך אים הונדרעט פראצענט. קומט דער רשע גבר אלים דער נאצי א גלגול פון מיין כיתה ח' רבי און זאגט געב אים נישט גארנישט. לייג מיר אראפ די עשרת אלפים ככר כסף פאר א דיפאזעט און איך וועל אלעס ארלעדיגן כא כא כא לאכט ער זיך הויעך אויפן קול. וביערת הרע מקרביך פאר דעם דארף מען דעם הייליגן באשעפער זיך אנצונעמן פארן עני ואביון



דעס וואס די זאגסט איז טאטאלע ליגענט, עפשטיין האט נישט געצווינגען מענער וואס האבען געהאט א פסק בית דין אז זיי דארפען נישט געבען א גט. ער האט געשלאגען חענער רשעים וואס עס זיך זיי גוט געקומען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איחוד פעלד האט געשריבן:ממזרים זענען די מענער וואס זענען מסרבים צו געבען א גט.

כללא כייל?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איחוד פעלד האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:מכין אותו עד שיאמר רוצה אני איז נישט קיין בלענק טשעק אויף יעדן מעגן, נאר אויף געוויסע. מ'דארף דאס געהעריג מברר זיין אין בית דין בפניו.
וואו שטייט אז המעגן את אשתו אין לו חלק לעולם הבא? א ודאי וועט ער ברענען אין גיהנום פארן מצער זיין א פרוי פאר גארנישט, אבער אין לו חלק?


אויב די ווילסט זיך אהננעמען פאר די רשעים די מעגני הנשים מיט תירוצים אז אזוי שטייט אין די תורה, געזונטערהייט.

אויב הרב עפשטיין האט א בית דין, און קען לערנען, און פסק'נט אז ער דארף געבען א גט, איז עס על פי תורה, און אפאר עמעראצישע ניקס קענען נישט מיט מעתיק זיין א שטיקעל טור פארענטפערען רשעים.

מכין אותו עד שיאמר רוצה אני איז א הלכה אין שולחן ערוך. טאמער האט רב עפשטיין געטוהן אזוי, דארף מען אים ארויסווייזען שטיצע. און סארי, דער קראפ מיט מרבה ממזרים בישראל קען מען צוזאמען שטעלען מיט די ממזרים וואס דער מסדר קדושין אין קרית יואל מאכט.

@בעל ברור לך בית דין יפה, כופין אותו עד שיאמר רוצה אני איז בלויז ביי געציילטע פעלער, און מען טאר דאס נישט דן זיין שלא בפניו. כ'פארשטיי אז עפשטיין איז דיר נאנט צום הארצן זייענדיג א פעמעניסט, אבער קיין איין ערענסטע רב איז נישט אויף זיין זייט. אפילו הרב מרדכי וויליג וואס איז נישט קיין קליינע פעמעניסט איז אויך אנטקעגען איהם, (מ'קען הערן פון איהם א סעריע שיעורים אויף די נושא אויף yutora )
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איחוד פעלד האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:פאר יעדע מעשה וואס די וועסט דערציילן אז עפשטיין איז גערעכט וועל איך דיך ברענגן 5 צו ווייזן דאס רשעות און אכזריות פון די שלעגער רשעים ימ"ש. נעם דיר אריין אין קאפ א פעסטער חברה'מאן מיט געלט און לויערס וכדומה האט דער רשע נישט אנגערירט. די אלע וויקטימס זענען נעבעכדיגע ארימע מענטשן וואס לא די וואס זייערע בלוט צאפערס האבן זיי פארטריבן און פארשעמט און אומגליקלעך געמאכט לאזט מען אים גארנישט האבן מיט די אייגענע קינדערלעך ניטאמאל איין מאל א יאר. דער רחמנות ווייסט נעבעך נישט וויאזוי צו פייטן פארלאנגט ער עטליכע קלייניגקייטן ביים גט וואס סקומט זיך אים הונדרעט פראצענט. קומט דער רשע גבר אלים דער נאצי א גלגול פון מיין כיתה ח' רבי און זאגט געב אים נישט גארנישט. לייג מיר אראפ די עשרת אלפים ככר כסף פאר א דיפאזעט און איך וועל אלעס ארלעדיגן כא כא כא לאכט ער זיך הויעך אויפן קול. וביערת הרע מקרביך פאר דעם דארף מען דעם הייליגן באשעפער זיך אנצונעמן פארן עני ואביון



דעס וואס די זאגסט איז טאטאלע ליגענט, עפשטיין האט נישט געצווינגען מענער וואס האבען געהאט א פסק בית דין אז זיי דארפען נישט געבען א גט. ער האט געשלאגען חענער רשעים וואס עס זיך זיי גוט געקומען.

ווי למשל דער FBI אגענט?....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איחוד פעלד האט געשריבן:ממזרים זענען די מענער וואס זענען מסרבים צו געבען א גט.

איחוד פעלד: גיי זאג עס פאר די גמרא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאאל מען: דו זאגסט: ..."מ'דארף מתפלל זיין אז די חברה זאללן באפרייט ווערן. אנישט וועלן די רשעים ארורוים די מעגנים...:
און דו מיינסט אז אין בעסטן פאל, אויב עפשטיין און זיין גענג וועלן באפרייט ווערן וועלן זיי זיין אזוי משוגע , זיך צו נעמען צוריק צו זייער ארבעט...?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קול מען, דו רעדסט אפשר גוט פון א פראקטישע שטאנדפונקט, אבער די תורה פארלאנגט "רצון הבעל" אויב האסטו נישט קיין עצה דערצו מיינט נאכנישט אז עפשטיין איז דער ענטפער.

לידיעה בעלמא, נאך אן היתר מאה רבנים איז די פרוי נישט "סטאק", מען איז משליש א גט אין בית דין און זי קען דאס אפנעמען ווען זי וויל נאר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

איך גיי נישט מאריך זיין ווייל איך האב נישט קיין צייט און איך באקום נישט באצאלט פארן שרייבן.

באמת האלט איך אז איך בין אינגאנצן נישט שולדיג קיין ענטפער, ווייל פון די ווערטער פון די וואס נעמען זיך דא אן פאר דעם רוצח עפשטיין איז קלאר ניכר אז זיי האבן אן אגענדע, און ווען איינער האט אן אגענדע וועט ער זיך סייווי נישט טוישן.

און אצינד, איך בין א שטיקל עסקן און איך בין אליינס געווען אינוואלווד אין א שיינע פאר גיטין און שלום בית קעיסעס און דערפאר רעד איך נישט סתם אין די וועלט אריין ווייל אזוי שמעקט מיר, נאר איך רעד פון דעם מציאות הדברים וואס קומט פאר אין די וועלט היינט.

אין דעם אשכול ווערט פאקטיש נידון צוויי באזונדערע זאכן, און באמת וואלט מען געדארפט מאכן צוויי באזונדערע אשכולות. איין נידון איז, צו איז יושר און אויסגעהאלטן אז נאר דער מאן איז ביכולת ע"פ תורה צו געבן א גט און די פרוי נישט.

די צווייטע נידון, די פרשה וואס איז פארגעקומען אין די לעצטע יארן ווי געוויסע רוצחים אונטערן שלייער פון א רבנישן נאמען האבן פשוט געמאכט א ביזנעס פון רצח'ענען. אין פשוט'ע טערמס: ראביניקעל מאפיא.

די תורה הק' האט געגעבן פאר דעם מאן דעם רעכט צו געבן א גט און פאר די פרוי נישט. אויב דער מאן וויל נישט געבן א גט קען די פרוי זיך גיין הענגען. פינטל.

די זעלבע תורה הק' האט אויך געזאגט לא תחי' כל נשמה אויף געוויסע פעלקער. און דער זעלבער תורה האט געזאגט אסאך זאכן וועלכע קוקן נישט אויס פעיר. און איך קען דיר איבער דעם נישט העלפן. איך קען דיר נישט מאכן די תורה אויסקוקן מער פעיר ווי עס קוקט דיר אויס. איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם, ווער עס האט יא, האט פיינע שותפים. ער איז נישט אליינס און ער קען גיין עס אדורך שמועסן מיט זיינע שותפים.

ע"כ לענין וואס די תורה זאגט, איך בין נישט אפאלאדשעטיק פאר די תורה, איך דארף עם נישט פארענטפערן. דער אויבערשטער, דער מקור הרחמים והחסדים, דארף נישט איך זאל זיין זיין אפוטרופוס און פארענטפערן וואס ער האט געשריבן אין די תורה.

ווען א קליין קינד באקומט ל"ע יענע מחלה, ווען א טאטע פון קליינע קינדער גייט אויס נעבעך פאר די אויגן פון זיין משפחה און לאזט זיי איבער בלי משען ומשענה איז עס אויך נישט פעיר. ווען א טאטע פון קליינע קינדער פארלירט זיין פרנסה צוליב רשעות און אכזריות פון מענטשן מזרע ישראל וועלכע גייען אנגעטון ווי פרומע אידן איז עס אויך נישט פעיר. די האלאקאוסט איז נישט פעיר און די גזירות ת"ח ות"ט אויך נישט. און אזוי קען איך אנגיין אן קיין סוף. די וועלט איז נישט פעיר און פאר סאם ריזען האט דער בוכ"ע נישט געזעהן פאר וויכטיג אונז פארשטיין צו געבן פארוואס ער האט מחליט געווען אזוי צו טון.

ע"כ בענין נידון א'

און יעצט צום ענין וואס איך האב דא ארויפגעברענגט.

איך קען כמה וכמה קעיסעס פון מענטשן וועלכע האבן זיך געשוואוירען אז זייער ווייב וועט פון זיי נישט זעהן קיין גט. אין יעדען איינציגן קעיס האט מען ב"ה מצליח געווען צו באקומען א גט. אמאל האט עס געדויערט אביסל לענגער, אמאל האט עס געקאסט אביסל מער ווי מען האט געוואלט אבער מען האט באקומען א גט, און רוב מאל, ממש רוב, האט מען נישט געדארפט באצאלן אסטראנאמישע ציפערן. אין די פעלער וואס יא, איז עס בדרך כלל דארט ווי דער אבי הבת אדער די בת אליינס האבן פון וואס צו געבן.

איך האב מיטגעהאלטן א פאל ווי דער מאן האט פלעין געשוואוירען אז פון זיינע הענט וועט די פרוי נישט באקומען א גט. עס האט געדויערט צוויי יאר און מען האט באקומען א גט. טאקע נישט פון זיין האנט נאר דורך א שליח. איך האב מיטגעהאלטן א פאל פון א היימישן אינגערמאן וועלכער איז געהעריג פאריקט און האט געזאגט אז ער געט נישט קיין גט אן א פארוואס, סתם, פאר פלעין. אבער נאך פיר יאר האט מען באקומען א גט.

איך קען דא שרייבן א גאנצע נאכט פון אזעלכע פעלער. דער ס"ה איז אז ממש ממש רוב מאל באקומט מען א גט. דארט ווי נישט איז עס דוקא דארט ווי דער מאן האט גערעכטע טענות. איך בין יעצט אליינס אינוואלווד אין א קעיס וואס שלעפט זיך שוין דריי יאר און מען האלט אין ערגעץ נישט. דער אבי הבת איז ביזי לויפן איבעראל און וויינען אז ער וויל גארנישט, ער געט אלעס וואס דער איידעם וויל און נאך מער, אבער דער רשע וויל פלעין נישט געבן א גט.

אינצווישן איז ער שוין געגאנגען אין קאורט בלי רשות בי"ד, און האט שוין פארלוירן פארשידענע זאכן וואס ער האט פארלאנגט (אריינגערעכנט אז מען זאל דעם איידעם איינזעצן), ווי למשל אז דער טאטע זאל נישט טארן זעהן זיין טאכטער [פארוואס? ווייל די טאכטער האט מורא אים צו זעהן. אזוי האט ער גע'טענה'ט ווען די טאכטער איז געווען אכצן חדשים], אבער דער דזאדש האט אנדערש געוואלט. למעשה ווען איך האב געבעטן פון זייער צד זיי זאלן מיר אימעילן וואס זיי זענען גרייט צו געבן פאר דעם אינגערמאן, האבן זיי קודם נישט געוואלט. זיי קענען באשטיין מיר צו זאגן בע"פ, אבער נישט אין אימעיל (אוודאי נישט, איך וועל דאך האבן וואס צו ווייזן קעגן אים ווען ער וועט צוריק ציען), אבער ווען נאך אפאר חדשים זיך אמפערן אהין און צוריק האט ער געזעהן אז עס וועט נישט גיין האט ער מיר געשיקט אן אימעיל, און איך האב פלעין נישט געגלייבט אז אין דעם אימעיל איז ער ניטאמאל גרייט צו געבן דעם איידעם וואס דער דשאדש האט אים שוין צוגע'פסק'נט. ער איז מסכים דער טאטע זאל זעהן זיין טאכטער יעדן צווייטן זונטאג אויף צוויי שעה.

א מין געלעכטער, דער דשאדש גיט אים יעדן צווייטן וויקענד, און דעם וויקענד וואס ער האט נישט באקומט ער די טאכטער זונטאג אויף זעקס שעה, און דער אבי הבת איז גרייט צו געבן יעדן צווייטן זונטאג צוויי שעה. אפגערעדט אז צו א רב וויל ער בשום אופן נישט קומען. אבער ער איז ביזי ארום לויפן די גאנצע שטאט וואסארא רשע דער איידעם איז.

אזוי קען איך דיר פארציילן מעשיות פון היינט ביז נעקסטע יאר. אין כמעט יעדע איינציגסטע קעיס וואס איך בין געווען אינוואלווד ווי דער מאן האט נישט געוואלט געבן א גט, איז עס געווען צוליב א גוטע סיבה.

און אין די פעלער ווי מען האט געטיילט מכות און אזוי ארויס באקומען א גט אונטערן שאטן פון טויט [וואס בדרך אגב הייסט דאס אפילו נישט כופין אותו עד שיאמר רוצה אני], האב איך אליינס מיטגעהאלטן דריי פעלער. אין אלע דריי פעלער האט דער מאן געהאט גאר ריכטיגע טענות.

אין איין פאל בין איך איינגעלאדנט געווארן דורך דעם אבי הבת אליינס, שוין נאך וואס זי האט געהאט די גט מעושה, און ער האט מיר געאפערט אפאר אלפים אויב איך קען אים ערלעדיגן נאך א גט, אן קיין פעטש. און ער זאגט מיר אזוי: באמת איז דער גט אויך גוט, אבער איך קען באשטיין צו האבן א געהעריגן גט אויך...

און אין יענעם פאל האט דער אבי הבת פלעין צוגערויבט ריזן סומעס געלט פון דעם איידעם אויף וואס דער איידעם האט פלעין געפאדערט מען זאל גיין צו דין תורה, אזוי לאנג ווי מען גייט נישט צו דין תורה איבער די געלט איז נישט דא קיין גט.

נו, געט מען זיך אן עצה, פאר זעכציג אלפים האט מען א גט. זעכציג איז ביליגער ווי די דין תורה וועט אים צו'פסק'ענען.

און אינטערעסאנט איז, אז די איינציגסטע פעלער וואס איך ווייס וואס דער מאן האט טאקע באמת פלעין אפגעהאלטן א גט פאר יארן נאכאנאנד פלעין פאר רשעות, איז דוקא גאר מאדערנע מענטשן. אינגאנצן נישט פון קיין היימישע חסיד'ישע משפחות. אין איין אזא פאל בין איך אפילו געווען אינוואלווד ווען איך האב גערופן רבנים און געבעטן מען זאל דעם פארשוין ארויסווארפן פון די שוהלן. און וואס מיינט איר, רוב רבנים האבן מורא געהאט ווייל דער פארשוין האט געהאט אסאך געלט.

און מיט אים האט עפשטיין נישט אנגעהויבן, כאטש עס איז געווען ברייט באוויסט און מען האט אסאך געטון און פארפירט איבער דעם פרשה. פארפאלן דאס איז דער מציאות, און די עפ בי איי איז נישט משוגע, זיי ווייסן אויך אז היינט אין אמעריקא איז די פרויען נושאים זייער עמפפינדליך, און אלס פרוי מעג מען פייניגן די גאנצע מענטשהייט אן קיין סוף, ווייל זי איך דאך א פרוי, האבן זיי טאקע זיכער געמאכט אז ער זאל נישט קענען ניצן דעם תירוץ.

אבער ס'מאכט נישט, מען נוצט עס סייווי. "הרב" עפשטיין. מען דארף זיך אננעמען פאר אים. איך האב שוין גערעדט מיט צענדליגער רבנים, יעדער איינער פון זיי האלט אז דער איז א רשע נישט קיין הרב. און יעדער איינער פון זיי פריידט זיך צו דעם מפלה זיינעם און האפט ער וועט ענדיגן זיין פינסטערן לעבן שמאכטנדיג אין א קעלער ערגעץ צווישן קאקערוטשן, ווערעם און לייז. ווייל ער איז א חורבן פאר כלל ישראל.

ער האט נישט געהאלפן קיין פרויען נאר פלעין געטון וואס ער האט געוואלט פאר אפאר דאללער. דאס איז דער מציאות און פערטיג, איך האב שוין נישט קיין צייט, איך מוז גיין שלאפן. זייטס מיר געזונט.

איך האף נאר אז דער אויבערשטער וואס האט רחמנות געהאט אויף זיינע קינדער און געשיקט דעם עף בי איי סטאפן דעם שלאנג, וועט אים אויך שיקן דארט ווי ער באלאנגט, לאורך ימים ושנים טובות.


און דרך אגב, עס זענען דא, אפילו צווישן די בתי דינים א שיינע פאר וואס זענען פיל מער בייעסד פאר פרויען ווי פאר די מענער.

און נאכאמאל, איך קען אסאאאאאאאך מער מאריך זיין אבער איך קען פלעין נישט. איך דארף ארבעטן פאר מיין געלט און אויב איך ספענד דא צופיל צייט צו שרייבן קען איך נישט דערנאך ארבעטן.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

פין האלטען אז עפשטיין איז נישט גערעכט הלכה'דיג ביז האלטען אז ער איז א רוצח איז א ווייטער וועג.

די רשעים מעגני נשים זענען נישט דער רוב, רוב זענען אזעלכע וואס לעבען מיט די ווייבער, אדער געבען א גט ווען א פרוי פארלאנגט עס.

א מיעוט איז דא אזעלכע נעבעך קעיסעס וואס ווייסען אז קיינער וועט זיי מער נישט נעמען, זיי זענען מעגן די ווייבער אויף א שאנדליכע אופן.

חוץ וואס זיי מאכען אהן כל מיני שטיק און רשעות, געבען זיי נישט קיין גט מיטן אויסרייד אז זענען גערעכט, זיי וועלען אפילו עפענען א שולחן ערוך און אנווייזען ווי די תורה לאזט צו זייער רשעות.

א ער ווען מען טוט וואס שטייט אין די תורה, מכין אותו עד שישוב מדרכו הטפשות והנלועזה, דעמאלס ווערט ער א גוי, און לויפט צו די עף בי איי, העי די נידריגע שייגעץ, האלטס דיך פאר א תורה מענטש? נעם איין דיינע מלקות על פי תורה.

אין דעם פאל האלט איך אז מען דארף די רשעים מעגני הנשים שלאגען מכת רצח הגם מען טאר נישט על פי חוקי המדינה, פארוואס? ווייל די שייגעץ ניצט די תורה צו פארדעקען דיין שאנדופלע רשעות, דארף מען נוצען די חוקי התורה און דיך שלאגען עד שתצא נפשך.

און אלע אהננעמערס פאר די רשעים, כ'בין זיכער ענק האבען נישט קיין ברירה נאר מוזען צוקומען צו נידריגע נידריגע ראיות כדי זיך אנצונעמען פאר די רשעי הדור, שעמסט ענק, דא זיצען אין נוי יארק אליין פיפצען טויזענט פרויען וואס ווארטען אויף א אידישע גט, און זאגען נאך מענטשען וואס וועלען דיך וועלען זאגען אז זיי זענען שומרי תורה ומצוות און זאגען אז כך הוא דרכה של תורה, אזוי דארף זיין, שעמסט ענק נאכאמאהל, אין לך.חילול השם גדול מזו.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

[tag]איחוד פעלד[/tag], 15 טויזענט אדער 16?
.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איחוד, הדד זאגט פאקטן וואס ער ווייסט פירסט הענד, און דו ענטפערסט נישט אפ.
קיינער נעמט זיך נישט אן פאר רשעים, און אית דין ואית דיין אויף די אלע שלעכטע מעשים זייערע, די טענות אויף עפשטיין דא זענען צוויי:
א - אין א סך פעלער איז ער דער רשע וואס האט געשלאגן מענטשן פאר באצאלט, ער האט גענומען זעכציג אלפים פאר דעם, ווי איז דאס געהערט געווארן א דין תורה וואס מען נעמט אזא אסטראנאמישע סכום בלויז פון איין זייט און די אנדערע זייט הערט מען ניטאמאל אויס, דאס רופסטו שלעק על פי תורה? אנטשולדיגט, איך פארשטיי בעסער דער וואס רופט דאס רציחה.
ב - א געצוואונגענער גט איז קיין גט נישט, פינטל. אויסער איינצלע פעלער וואס מכין אותו עד שיאמר רוצה אני. איך פרעג דיר דאס שוין צום דריטן מאל אין דעם אשכול אליין און דו ענטפערסט מיר נישט לענין.
פארשפארט