יסודות פון אמונה 1 כוזרי

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

קול דודי האט געשריבן:עטליכע נקודות, שלא כדרכי נישט אריינצורעדן אין א עסק ווי דער נקודות האמת איז נישט וואס מ׳זוכט. געשריבן שנעל, מגלה טפח ומכסה טפחיים כמי שכפאו שד:
וואס האבן מיר די זכי' אז איר גייט ארויס פון אייער דרך?


אויך איז דער גאנצען ראיה מופרך מתוכו. מיר זעען דאך אז מענטשעו טענה׳ן אז מ׳האט מקבל געווען דור אחר דור זאכן וואס מיר ווייסן קלאר אז ס׳קען נישט זיין אמת, ווי למשל אז שפראך האט זיך אנגעהויבן ביי די דור הפלגה און די מענטשהייט האט זיך אנגעהויבן ביי נח. מוז מען דאך זאגן בעל כרחך אז סך הכל וואס מ׳האט מקבל געווען איז נישט די אלע פאקטן נאר דער פשוטער ״פאקט״ אז אונזער ליטעראטור מיז זיין אמת, ווי אויבן געזאגט. ובעל כרחו יענה אמן. (בתמיה.)
אפשר ביסטו מסביר פארוואס מוז זיין אז די שפראכן האבן זיך אנגעפאנגען פאר דור הפלגה, און פארוואס מוז זיין אז די גאנצע וועלט שטאמט נישט פון נח
בקיצור, ווען נישט וואס מיר ווייסן דעם סוד, קוקן די אלע מעשיות אויס ווי א מיטאס וואס דער פאלק (עכ״פ א חלק פונ׳ם פאלק) האט אנגענומען צוביסלעך איבער די דורות מחמת סיבות שונות, ווי אלע אנדערע מיטאס. נאר ס׳האט געזאגט מער מזל ווי אנדערע, שלא כמן דאמר אין מזל לישראל. והוא רחום יכפר.
[/quote]
ביטע ווייז מיר וועלכע מיטאס איז אריין אזוי מיסטריעז אין כלל ישראל אזוי ווי דאס!
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:לפי שיטות עובדיה יוסף האב איך נישט -אלץ אן אשכנזי וואס שטאמט פון די כוזרים- קיין מסורה איש מפי איש. איז הותרה הרצועה? הייסט עס יעצט דארף איך מיך פארלאזען אויף די פרימיטיווע תימני יידן פאר מיין לאגיק?

פרעג א שאלה פון א פראמינענטע דיין...
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

ווארט זאגער האט געשריבן:
יאסל ראקאווער האט געשריבן:לפי שיטות עובדיה יוסף האב איך נישט -אלץ אן אשכנזי וואס שטאמט פון די כוזרים- קיין מסורה איש מפי איש. איז הותרה הרצועה? הייסט עס יעצט דארף איך מיך פארלאזען אויף די פרימיטיווע תימני יידן פאר מיין לאגיק?

פרעג א שאלה פון א פראמינענטע דיין...


א מלך, א נביא און שפעטער א ווארט זאגער. א ריכטיגע מרקד אתלת
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ווארט זאגער האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:

כ'האב נישט געמיינט תורת החסידות, כ'האב געמיינט אז דאס אז דו רופסט די שומרונים שומרונים געט זיי נישט ווייניגער רעכט זיך צו רופן אוטענטישע אידן ווי דיר, די שומרונים האבן גערופן די אנשי כה"ג די "פרושים". די שומרונים זענען אין ערגעץ נישט "אנגעקומען" זיי זענען געווען דארט פארדעם פונקט ווי די פרושים, נאר דעמאלס האט זיך געמאכט א חילוקי דיעות, די פרושים האבן געלערענט איין פשט און די שומרונים א צווייטע פשט. זיי האבן נישט אנגענומען די פרושים'ס "תורה שבעל פה".
כ'וויל קודם קלאר מאכן איין נקודה אז ס'דא אחילוק צווישן שומרונים און צדוקים שומרונים זענען כותיים וואס סנחריב האט זיי געברענגט קיין ארץ ישראל ווען ער האט פארטריבן די עשרת השבטים און לייבן האבן זיי אויפגעגעסן האבן זיי זיך מגייר געווען אבער זיי האבן גלייכצייטיג אויך געדינט ע"ז. צדוקים וביסוסים זענען געווען תלמידים פון אנטיגנוס איש סוכו וואס וועגן קשיות אויף דינען דעם אייבערשטן שלא ע"מ לקבל פרס האבן זיי פוקר געווען און זיך געדינגען אויך חז"ל.


דו האלטסט אין איין מאכן די טעות פון פרעגען קושיות אויף אנדערע ווערסיעס פון היסטאריע וויבאלד דיין ווערסיע איז אנדערש. דאס וואס שטייט אין מלכים אז סנחריב האט געברענגט די שומרונים קיין ישראל איז וואס די אנדערע אידן האבן געזאגט, אבער זיי די שומרונים האלטן אז זיי זענען אידן מדור דור ביז די יוצאי מצרים. און אפילו ביי חכמי ישראל איז געווען א שטיקל חילוקי דעות, ווי מ'זעט אז רבי מאיר האט געהאלטן אז זיי זענען פון שבט יששכר. (בר"ר צ"ד). ווי אויך באשטעטיגט זייער DNA אז זיי זענען אייניקלעך פון אידן, און אפשר גאר פון א משפחה כהנים ממלכות ישראל וואס סנחריב האט נישט גענומען אין גלות.

געפילטע פיש האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:און די עדות אויף דעם איז ער אליין, עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה

פונקט ווי חז"ל זענען אליינס מעיד אויף תושב"פ.

חז"ל זענען נישט מעיד עס איז מוכרח פון די פסוקים כגון שחיטה וואס ס'שטייט דברים י"ב כא כאשר צויתיך און ס'קען נישט מיינען נאר בע"פ ווייל ס'שטייט נישט ערגעץ אנדערש. ועוד הרבה ראיות. און אויך איז עס א מסורה פון מעמד הר סיני, און די זעלבע כללים פונם אנפאנג אשכול גייט אן דא כ'האב פשוט שוין נישט קיין נערווען נאכאמאל צו שרייבן די זעלבע זאך צום ווייס איך וויפילטע מאל...


נוצטו ווייטער די פשט פון חז"ל, וואס זיי זאגן פשט אין כאשר צוויתיך, און אז ס'דא א מסורה פון מעמד הר סיני אויף גאנץ תושב"פ, איז ווייטער סורקיולאר לאגיק.

געפילטע פיש האט געשריבן:
ווארט זאגער האט געשריבן:דער זוהר טוישט גארנישט פון יהדות

ישו האט אויך גארנישט געטוישט,

ישו אליינס האט טאקע נישט געטוישט נישט מער וואס ער איז געווען א נביא שקר וואס איז חייב מיתה, ווייל ער האט נישט געוויזן קיין איין ראי' אז ס'איז אמת די נבואה וכמבואר ההלכה בהרמב"ם און אוודאי נישט די תנאים וואס משיח דארף ווייזען. נאר דאס וואס זיינע תלמידים האבן אים געמאכט פאר ע"ז און געטוישט גענצליך די תורה און געזאגט אז דער אייבערשטער האט אונז אפגעלאזט און די צייט וואס אין די תורה שטייט בפירוש אז דער באשעפער גייט אונז קיינמאל נישט אפלאזען דאס איז שוין יא געטוישט און אן קיין דעקונג נאר געבויעט אויך מעשיות צענדליגע יארן שפעטער אז ישו כביכול הגם ער איז גאט און ער האט זיך נישט געקענט ראטעווען פון טויט איז נאכאמאל נתגלה געווארען פאר זיינע 12 תלמידים און געטוישט די תורה, פארוואס אויב ער איז גאט האט ער זיך נישט געקענט באווייזען אין ירושלים פאר אלע יודען איז א פלא. בעצם קיין איין היסטאריקער אין יענע צייטען ברענגט אים נישט נאר די גמרא און מאכט בכלל נישט קיין מצב פון די אלע תורת לאקשן. ווען נישט דעם וואס דער רוימידער קיסר דארף זיי נוצן פאר זיין פאליטיק און ער צווינגט ארויף קריסטענטום אויף זיין געצן דינערישע פאלק וואלטן זיי קיינמאל נישט ארויף געקומען אויף די מאפע...


האסט מיר גארנישט געענטפערט, ישו האט ווייטער גארנישט געטוישט, נישט מער ווי די זוהר, וואס זיינע תלמידים האבן שפעטער געטוהן גייט נישט יעצט נישט אן, אבער ישו האט געהאלטן אז ער איז ממשיך דרכם פון כלל ישראל, און ער דארף נישט ברענגען מער ראיות ווי עני אנדערע תנא.

געפילטע פיש האט געשריבן:עכ"פ נישט מער ווי די פרושים האבן געטוישט.
וואס האבן די פרושים געטוישט, און ווען?


גאנץ תושב"פ. אויב ווילסטו דוקא דוגמאות, עירוב, פרוזבול, ל"ט מלאכות.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

געפילטע פיש האט געשריבן:
ווארט זאגער האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:

כ'האב נישט געמיינט תורת החסידות, כ'האב געמיינט אז דאס אז דו רופסט די שומרונים שומרונים געט זיי נישט ווייניגער רעכט זיך צו רופן אוטענטישע אידן ווי דיר, די שומרונים האבן גערופן די אנשי כה"ג די "פרושים". די שומרונים זענען אין ערגעץ נישט "אנגעקומען" זיי זענען געווען דארט פארדעם פונקט ווי די פרושים, נאר דעמאלס האט זיך געמאכט א חילוקי דיעות, די פרושים האבן געלערענט איין פשט און די שומרונים א צווייטע פשט. זיי האבן נישט אנגענומען די פרושים'ס "תורה שבעל פה".
כ'וויל קודם קלאר מאכן איין נקודה אז ס'דא אחילוק צווישן שומרונים און צדוקים שומרונים זענען כותיים וואס סנחריב האט זיי געברענגט קיין ארץ ישראל ווען ער האט פארטריבן די עשרת השבטים און לייבן האבן זיי אויפגעגעסן האבן זיי זיך מגייר געווען אבער זיי האבן גלייכצייטיג אויך געדינט ע"ז. צדוקים וביסוסים זענען געווען תלמידים פון אנטיגנוס איש סוכו וואס וועגן קשיות אויף דינען דעם אייבערשטן שלא ע"מ לקבל פרס האבן זיי פוקר געווען און זיך געדינגען אויך חז"ל.


דו האלטסט אין איין מאכן די טעות פון פרעגען קושיות אויף אנדערע ווערסיעס פון היסטאריע וויבאלד דיין ווערסיע איז אנדערש. דאס וואס שטייט אין מלכים אז סנחריב האט געברענגט די שומרונים קיין ישראל איז וואס די אנדערע אידן האבן געזאגט, אבער זיי די שומרונים האלטן אז זיי זענען אידן מדור דור ביז די יוצאי מצרים. און אפילו ביי חכמי ישראל איז געווען א שטיקל חילוקי דעות, ווי מ'זעט אז רבי מאיר האט געהאלטן אז זיי זענען פון שבט יששכר. (בר"ר צ"ד).

רבי מאיר האט חוזק געמאכט פון איהם ככתוב שם להדיא און דו ברענגסט דאס פאר א ראיה, צו סארקאזם פארשטייסטו אויך נישט?

ווי אויך באשטעטיגט זייער DNA אז זיי זענען אייניקלעך פון אידן, און אפשר גאר פון א משפחה כהנים ממלכות ישראל וואס סנחריב האט נישט גענומען אין גלות.
מקור?
[/color]
געפילטע פיש האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:און די עדות אויף דעם איז ער אליין, עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה

פונקט ווי חז"ל זענען אליינס מעיד אויף תושב"פ.

חז"ל זענען נישט מעיד עס איז מוכרח פון די פסוקים כגון שחיטה וואס ס'שטייט דברים י"ב כא כאשר צויתיך און ס'קען נישט מיינען נאר בע"פ ווייל ס'שטייט נישט ערגעץ אנדערש. ועוד הרבה ראיות. און אויך איז עס א מסורה פון מעמד הר סיני, און די זעלבע כללים פונם אנפאנג אשכול גייט אן דא כ'האב פשוט שוין נישט קיין נערווען נאכאמאל צו שרייבן די זעלבע זאך צום ווייס איך וויפילטע מאל...

נוצטו ווייטער די פשט פון חז"ל, וואס זיי זאגן פשט אין כאשר צוויתיך, און אז ס'דא א מסורה פון מעמד הר סיני אויף גאנץ תושב"פ, איז ווייטער סורקיולאר לאגיק.

לשיטתך האט דער וואס האט דאס געשריבן, געשריבן אין די וועלט אריין כאשר צוויתיך כאטש ער האט קיינמאל מצוה געווען אויף דעם

געפילטע פיש האט געשריבן:[/color]
ווארט זאגער האט געשריבן:דער זוהר טוישט גארנישט פון יהדות

ישו האט אויך גארנישט געטוישט,

ישו אליינס האט טאקע נישט געטוישט נישט מער וואס ער איז געווען א נביא שקר וואס איז חייב מיתה, ווייל ער האט נישט געוויזן קיין איין ראי' אז ס'איז אמת די נבואה וכמבואר ההלכה בהרמב"ם און אוודאי נישט די תנאים וואס משיח דארף ווייזען. נאר דאס וואס זיינע תלמידים האבן אים געמאכט פאר ע"ז און געטוישט גענצליך די תורה און געזאגט אז דער אייבערשטער האט אונז אפגעלאזט און די צייט וואס אין די תורה שטייט בפירוש אז דער באשעפער גייט אונז קיינמאל נישט אפלאזען דאס איז שוין יא געטוישט און אן קיין דעקונג נאר געבויעט אויך מעשיות צענדליגע יארן שפעטער אז ישו כביכול הגם ער איז גאט און ער האט זיך נישט געקענט ראטעווען פון טויט איז נאכאמאל נתגלה געווארען פאר זיינע 12 תלמידים און געטוישט די תורה, פארוואס אויב ער איז גאט האט ער זיך נישט געקענט באווייזען אין ירושלים פאר אלע יודען איז א פלא. בעצם קיין איין היסטאריקער אין יענע צייטען ברענגט אים נישט נאר די גמרא און מאכט בכלל נישט קיין מצב פון די אלע תורת לאקשן. ווען נישט דעם וואס דער רוימידער קיסר דארף זיי נוצן פאר זיין פאליטיק און ער צווינגט ארויף קריסטענטום אויף זיין געצן דינערישע פאלק וואלטן זיי קיינמאל נישט ארויף געקומען אויף די מאפע...


האסט מיר גארנישט געענטפערט, ישו האט ווייטער גארנישט געטוישט, נישט מער ווי די זוהר, וואס זיינע תלמידים האבן שפעטער געטוהן גייט נישט יעצט נישט אן, אבער ישו האט געהאלטן אז ער איז ממשיך דרכם פון כלל ישראל, און ער דארף נישט ברענגען מער ראיות ווי עני אנדערע תנא.

זעהט אויס אז ברית החדשה קענסטו נישט ער האט זייער אסאך געטוישט, לדוגמא שבת (התיר משום רעב כשהיו תלמידיו ליד עיר ללקש שיבלים אחרי שאמר לתלמידיו שרשאים הם רק להוסיף על הפרושים ולא לפחות מהם וכשבאו הפרושים לטעון נגדו הסכים עמהם שדבר זה אסור הוא (אפילו שזה אינו מפורש בכתוב רק שמצא איזה תירוץ גם עם מיגו של איסור לאכול לחם הפנים שגם הוא מדרש חז"ךל ואינו מפורש בכתוב הרי לנו שגם לפי דבריהם הודה ישו לתושבע"פ)) כיבוד אם (כשבאת אמו לבקגרו ולא יצא אליה לראות פניה ואמר מי היא אמי) גניבה (ציוה לתלמידיו לגנוב עיר) היה מתיר אסורים (אמר לתלמידו שמעון שכל מה שיאסור יהיה אסור וכל מה שיתר יהיה מותר ולא בכפוף למצות התורה)
געפילטע פיש האט געשריבן:עכ"פ נישט מער ווי די פרושים האבן געטוישט.
וואס האבן די פרושים געטוישט, און ווען?


גאנץ תושב"פ. אויב ווילסטו דוקא דוגמאות, עירוב, פרוזבול, ל"ט מלאכות.

אנשטאט צו אריין גיין אין פרטים, לשיטתך אז ישו האט נישט געטוישט מער ווי די פרושים פארוואס האלטן נישט די נוצרים קיין שום חלק פון תורה ומצות זיי וואלטן לשיטתך געדארפט שטיין אזוי ווי אונז מיט אלע מצות נאר מיט תיקונים ווי די קוקסט דאס אן
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געפילטע פיש האט געשריבן:עכ"פ נישט מער ווי די פרושים האבן געטוישט.
וואס האבן די פרושים געטוישט, און ווען?



גאנץ תושב"פ. אויב ווילסטו דוקא דוגמאות, עירוב, פרוזבול, ל"ט מלאכות.

just to clear out ,עירוב איז נישט קיין טויש נאר מתיר איסור דרבנן וכן לכאורה בפרוזבל, און ל''ט מלאכות איז א פירוש אזוי ווי גאנץ תורה שבע''פ איך ווייס נישט וואס די מיינסט מיט טויש לגבי דעם,
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ס'וואלט אפשר געדארפט אריינגיין אינעם "וואס ווען ווער געזאגט" אשכול, אבער איך פרעג עס דא.



ווער האט געזאגט דאס פאלגענדע:
Do not think that I have come to abolish the Law or the Prophets; I have not come to abolish them but to fulfill them.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

מאטי האט געשריבן:ס'וואלט אפשר געדארפט אריינגיין אינעם "וואס ווען ווער געזאגט" אשכול, אבער איך פרעג עס דא.



ווער האט געזאגט דאס פאלגענדע:
Do not think that I have come to abolish the Law or the Prophets; I have not come to abolish them but to fulfill them.

כ'ווייס נישט פונקטליך ווער האט עס געזאגט, אבער די סיבה פארוואס נוצרים היטען נאך היינט "שבת טהרת המשפחה און כשרות ימים טובים און אלע תרי"ג מצוות" איז געבויעט אויף די סטעיטמענט!
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

און זיי האבן אזויפיל תירוצים פארוואס ס'שטימט נאך אלץ..

א זייטיגע נקודה... ס'דא ערנסטע שיטות אויף פארשידענע מצוות אין די תורה ווי אויך אויף די גאנצע תורה אז ס'גייט איין טאג בטל ווערן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

מאטי האט געשריבן:און זיי האבן אזויפיל תירוצים פארוואס ס'שטימט נאך אלץ..

א זייטיגע נקודה... ס'דא ערנסטע שיטות אויף פארשידענע מצוות אין די תורה ווי אויך אויף די גאנצע תורה אז ס'גייט איין טאג בטל ווערן.

ס'דערמאנט מיך א מעשה אז איינער האט אמאל געטראפן איינעם אין א רעסטאראנט. אה שלום עליכם שוין לאנג נישט געזעהן וואס מאכן מיינע קרובים וואס וואוינען נעבן דיר.
- געשטארבן!
- וואס?
- יא יא געשטארבן.
נאכן עסן זאגט יענער גראדע דיין קרוב שיקט דיך א גריס
- כ'האב געמיינט אז זיי זענען געשטארבן?
- ווען איך עס איז אלעס געשטארבן!
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

And vice versa
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

געוואלדיג האט געשריבן:רבי מאיר האט חוזק געמאכט פון איהם ככתוב שם להדיא און דו ברענגסט דאס פאר א ראיה, צו סארקאזם פארשטייסטו אויך נישט?


קען זיין ביזט גערעכט און כ'האב מיך טועה געווען אין פשט, אבער כ'האב דאס נאר צוגעברענגט בדרך אגב, מיין עיקר פוינט איז געווען אז דיין ווערסיע פרעגט נישט אפ יענער וואס האט אן אנדערע ווערסיע.

(חוץ מזה זע איך יעצט אז אין דברי הימים זעט מען אז מ'האט זיך יא מתיחס געווען צו זיי ווי שבט מנשה ואפרים. (יעצט פרעג נישט אפ מיין דרך אגב נאכאמאל, נאר באצו זיך צום עיקר פוינט, איך בין נישט קיין שומרונים עקספערט)

געוואלדיג האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ווי אויך באשטעטיגט זייער DNA אז זיי זענען אייניקלעך פון אידן, און אפשר גאר פון א משפחה כהנים ממלכות ישראל וואס סנחריב האט נישט גענומען אין גלות.
מקור?



Link
Link
Link

געוואלדיג האט געשריבן:לשיטתך האט דער וואס האט דאס געשריבן, געשריבן אין די וועלט אריין כאשר צוויתיך כאטש ער האט קיינמאל מצוה געווען אויף דעם


נישט אין די וועלט אריין, נאר דיין פשט אין כאשר צוויתיך איז יענעם נישט מחייב, יענער קען לערנען אז כאשר צוויתיך איז יענעמ'ס מסורה און יענעמ'ס "תורה שבעל פה" וואס ער קען פונקט אזוי זאגן ער האט מקובל איש מפי איש ביז מתן תורה.

געוואלדיג האט געשריבן:זעהט אויס אז ברית החדשה קענסטו נישט ער האט זייער אסאך געטוישט, לדוגמא שבת (התיר משום רעב כשהיו תלמידיו ליד עיר ללקש שיבלים אחרי שאמר לתלמידיו שרשאים הם רק להוסיף על הפרושים ולא לפחות מהם וכשבאו הפרושים לטעון נגדו הסכים עמהם שדבר זה אסור הוא (אפילו שזה אינו מפורש בכתוב רק שמצא איזה תירוץ גם עם מיגו של איסור לאכול לחם הפנים שגם הוא מדרש חז"ךל ואינו מפורש בכתוב הרי לנו שגם לפי דבריהם הודה ישו לתושבע"פ)) כיבוד אם (כשבאת אמו לבקגרו ולא יצא אליה לראות פניה ואמר מי היא אמי) גניבה (ציוה לתלמידיו לגנוב עיר) היה מתיר אסורים (אמר לתלמידו שמעון שכל מה שיאסור יהיה אסור וכל מה שיתר יהיה מותר ולא בכפוף למצות התורה)

געוואלדיג האט געשריבן:אנשטאט צו אריין גיין אין פרטים, לשיטתך אז ישו האט נישט געטוישט מער ווי די פרושים פארוואס האלטן נישט די נוצרים קיין שום חלק פון תורה ומצות זיי וואלטן לשיטתך געדארפט שטיין אזוי ווי אונז מיט אלע מצות נאר מיט תיקונים ווי די קוקסט דאס אן

איך קען טאקע נישט ברי"ח צו גוט, אבער קום מיר נישט דערציילן קיין נייעס אז זיי האבן געטוישט זאכן, משוגע בין איך נישט, אבער ווי געזאגט איז דאס מאסן אויסרייסן אלע מצוות מעשיות נישט געווען ישו'ס געדאנק, נאר איז געשען א דור שפעטער, אנגעהויבן מיט פטור ווערן פון ברי"מ ביי נייע גרים דורך שאול\פאולוס. דאס אז ישו האט געמאכט אן הוראת שעה מיינט נישט גארנישט.
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

געפילטע פיש האט געשריבן:(חוץ מזה זע איך יעצט אז אין דברי הימים זעט מען אז מ'האט זיך יא מתיחס געווען צו זיי ווי שבט מנשה ואפרים. (יעצט פרעג נישט אפ מיין דרך אגב נאכאמאל, נאר באצו זיך צום עיקר פוינט, איך בין נישט קיין שומרונים עקספערט)

למעשה אויב זיי זענען מהגוים פון די צייטען פון סנחריב דאן איז פון זיי זיכער נישט קיין קשיא אקעגן דעם כוזרי. יעצט אפילו אויב זיי זענען אפשטאמיגע פון כהנים אדער שבט מנשה און אפרים, איז ווייטער נישט קיין קשיא אקעגן כוזרי נאר טאפס האט עס א דין ווי איעדע מחלוקת אין כלל ישראל וואס די הלכה איז אז מ'דארף גיין נאך רוב אין לשכת הגזית און זיי האבן געדארפט אננעמען דעת רוב גדולי ישראל ווי דוד און שמואל וואס האבן אפגעמאכט אז ירושלים איז די מקום המקדש, דרך אגב ווייסט אפשר נביאים זאגן זיי אז זיי האבען געהאט?



איך קען טאקע נישט ברי"ח צו גוט, אבער קום מיר נישט דערציילן קיין נייעס אז זיי האבן געטוישט זאכן, משוגע בין איך נישט, אבער ווי געזאגט איז דאס מאסן אויסרייסן אלע מצוות מעשיות נישט געווען ישו'ס געדאנק, נאר איז געשען א דור שפעטער, אנגעהויבן מיט פטור ווערן פון ברי"מ ביי נייע גרים דורך שאול\פאולוס. דאס אז ישו האט געמאכט אן הוראת שעה מיינט נישט גארנישט.[/quote]

אויב האט ישו נישט געטוישט האט יהדות נישט קיין פראבלעם מיט אים נאר אז ער איז א נביא ומשיח שקר, נצרות האט זיכער יא געטוישט
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

װי איז לעיקװאד אין די װיכוח?
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

petergrifin האט געשריבן:װי איז לעיקװאד אין די װיכוח?

ער איז פארנימען מיט די סיסטעם :lol:
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

א) ביטע צייכן מיר צו וואו אין דברי הימים? איך בין נייגעריג,
ב) dna האב איך געבעטן פאר נייגערעגקייט ווייל אונזער מסורה פארציילט אונז אין נביאים אז עס האבן זיך אויסגעמישט מיט זיי אביסל אידן,
ג) ו[tag]וארט זאגער[/tag] האט שוין גענוג גענטפערט וועגן רוב און מיעוט, אבער כיהודה ועוד לקרא וועל איך מוסיף זיין 2 נקודות א. אויב וועסטו ווערן א שומרונים עקספערט וועסטו געוואר ווערן ווי זייער גאנצע אמונה שטייט אויף הינער פוס ועוד חזון למועד צו מרחיב זיין דערין, ב. אויב ווילסטו זאגן אז אונזער מסורה קען זיי נישט מחייב זיין קעגן זייער מכלומפערשטע מסורה דאן איז אבער אונזער מסורה אונז וואס אונז האבן מקבל געווען די מסורה עס יא מחייב.
ג) ו[tag]וארט זאגער[/tag] האט שוין גענטפערט וועגן ישו אז ער איז געווען א נביא שקר און איינע פון די זאכן איז אז ער האט משנה געווען פראמינענט פון דיני התורה וואס דאס אליין מאכט איהם פאר א נביא שקר, איך האב נישט ליב דאס צו טוהן אבער דאס מאל וועל איך ציטירן כדי צו קלאר מאכן אז ער האט דאס געטוהן, אין דעם ציטאט הייסט ער (לפי דבריהם) טהון אלעס וואס די פרושים זאגן ווייל זענען די ממשיכי המסורה "אָמַר לָהֶם: "[b]הַסּוֹפְרִים וְהַפְּרוּשִׁים יוֹשְׁבִים עַל כִּסֵּא מֹשֶׁה לָכֵן כָּל אֲשֶׁר יֹאמְרוּ לָכֶם עֲשׂוּ וְשִׁמְרוּ, אַךְ כְּמַעֲשֵׂיהֶם אַל תַּעֲשׂוּ, כִּי אוֹמְרִים הֵם וְאֵינָם עוֹשִׂים.
און דא זאגט ער אַשְׁרֶיךָ שִׁמְעוֹן בַּר־יוֹנָה, כִּי לֹא בָּשָׁר וָדָם גִּלָּה לְךָ, אֶלָּא אָבִי שֶׁבַּשָּׁמַיִם. וְגַם אֲנִי אוֹמֵר לְךָ כִּי אַתָּה כֵּיפָא וְעַל הַצּוּר הַזֶּה אֶבְנֶה אֶת קְהִלָּתִי וְשַׁעֲרֵי שְׁאוֹל לֹא יִגְבְּרוּ עָלֶיהָ. אֶתֵּן לְךָ אֶת מַפְתְּחוֹת מַלְכוּת הַשָּׁמַיִם וְכָל מַה שֶּׁתֶּאֱסֹר עַל הָאָרֶץ יִהְיֶה אָסוּר בַּשָּׁמַיִם, וְכָל מַה שֶּׁתַּתִּיר עַל הָאָרֶץ יִהְיֶה מֻתָּר בַּשָּׁמַיִם. דא זאגט ער אליין אז וואס זיין תלמיד וועט אסר'ן איז אסור וכן להיפך, און דאס איז נישט זיינע תלמידים'ס חידוש,
איך ברענג דאס נאר בלית ברירה און ווער עס וויל די פונקטליכע מקור קען דאס בעהטן אין אישי
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

געוואלדיג האט געשריבן:א) ביטע צייכן מיר צו וואו אין דברי הימים? איך בין נייגעריג,

דברי הימים ב' ל'
געוואלדיג האט געשריבן:ב) dna האב איך געבעטן פאר נייגערעגקייט ווייל אונזער מסורה פארציילט אונז אין נביאים אז עס האבן זיך אויסגעמישט מיט זיי אביסל אידן,

די DNA זאגט אבער, לויט ווי איך פארשטיי, אז זיי זענען געווען די זעלבע פאלק, ביז די לעצטע common ancestor ארום 600 BC.
געוואלדיג האט געשריבן:ג) [tag]ווארט זאגער[/tag] האט שוין גענוג גענטפערט וועגן רוב און מיעוט, אבער כיהודה ועוד לקרא וועל איך מוסיף זיין 2 נקודות א. אויב וועסטו ווערן א שומרונים עקספערט וועסטו געוואר ווערן ווי זייער גאנצע אמונה שטייט אויף הינער פוס ועוד חזון למועד צו מרחיב זיין דערין, ב. אויב ווילסטו זאגן אז אונזער מסורה קען זיי נישט מחייב זיין קעגן זייער מכלומפערשטע מסורה דאן איז אבער אונזער מסורה אונז וואס אונז האבן מקבל געווען די מסורה עס יא מחייב.

מחייב וואס? צו גלייבן אז נאר מיין ווערסיע קען זיין אמת?
געוואלדיג האט געשריבן:ג) [tag]ווארט זאגער[/tag] האט שוין גענטפערט וועגן ישו אז ער איז געווען א נביא שקר און איינע פון די זאכן איז אז ער האט משנה געווען פראמינענט פון דיני התורה וואס דאס אליין מאכט איהם פאר א נביא שקר, איך האב נישט ליב דאס צו טוהן אבער דאס מאל וועל איך ציטירן כדי צו קלאר מאכן אז ער האט דאס געטוהן, אין דעם ציטאט הייסט ער (לפי דבריהם) טהון אלעס וואס די פרושים זאגן ווייל זענען די ממשיכי המסורה "אָמַר לָהֶם: "[b]הַסּוֹפְרִים וְהַפְּרוּשִׁים יוֹשְׁבִים עַל כִּסֵּא מֹשֶׁה לָכֵן כָּל אֲשֶׁר יֹאמְרוּ לָכֶם עֲשׂוּ וְשִׁמְרוּ, אַךְ כְּמַעֲשֵׂיהֶם אַל תַּעֲשׂוּ, כִּי אוֹמְרִים הֵם וְאֵינָם עוֹשִׂים.
און דא זאגט ער אַשְׁרֶיךָ שִׁמְעוֹן בַּר־יוֹנָה, כִּי לֹא בָּשָׁר וָדָם גִּלָּה לְךָ, אֶלָּא אָבִי שֶׁבַּשָּׁמַיִם. וְגַם אֲנִי אוֹמֵר לְךָ כִּי אַתָּה כֵּיפָא וְעַל הַצּוּר הַזֶּה אֶבְנֶה אֶת קְהִלָּתִי וְשַׁעֲרֵי שְׁאוֹל לֹא יִגְבְּרוּ עָלֶיהָ. אֶתֵּן לְךָ אֶת מַפְתְּחוֹת מַלְכוּת הַשָּׁמַיִם וְכָל מַה שֶּׁתֶּאֱסֹר עַל הָאָרֶץ יִהְיֶה אָסוּר בַּשָּׁמַיִם, וְכָל מַה שֶּׁתַּתִּיר עַל הָאָרֶץ יִהְיֶה מֻתָּר בַּשָּׁמַיִם. דא זאגט ער אליין אז וואס זיין תלמיד וועט אסר'ן איז אסור וכן להיפך, און דאס איז נישט זיינע תלמידים'ס חידוש,

דו ווייסט אז ישו אליינס האט נישט געשריבן קיין שום ספר, ס'איז אפילו אומקלאר אויב ער האט געקענט לייענען אדער שרייבן. דאס האט זיין תלמיד מתי געזאגט בשמו, נו, האט ער געזאגט.
געוואלדיג האט געשריבן:איך ברענג דאס נאר בלית ברירה און ווער עס וויל די פונקטליכע מקור קען דאס בעהטן אין אישי
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

א) סארי, מען רעדט דארט פון די איבערגעבליבענע פון די עשרת השבטים וואס זענען נישט געווארן גלייך פארטריבן (אשור האט נישט גלייך פארטריבן גאנץ עשרת השבטים) און נישט פון די שומרונים נאר פון עכטע בני מנשה ואפרים.
ב) איך בין נישט אויפגעוואקסן דאהי סא פארשטיי איך נישט אזוי גוט ענגליש ווייס איך נישט פונקטליך וואס זיי זאגן וויקיפידיה זאגט אז זיי זענען אידן וואס האבן חתונה געהט מיט גויטעס (אסור עפ"י פשטו תורה שבכתב)
ג) מחויב צו פאלגן אונזער ווערסיע,
ד) אויב אזוי איז דאך עניטינג פון ישו נישט קראנט און ער איז בכלל נישט רעלעוואנט, און די נקודה איז די ריכטיגע זאך צו וואו איך האב געוואלט אנקומען, דרך אגב איך האב טאקע געשריבן לשיטתם און מכלומערשט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

געוואלדיג האט געשריבן:, ב. אויב ווילסטו זאגן אז אונזער מסורה קען זיי נישט מחייב זיין קעגן זייער מכלומפערשטע מסורה דאן איז אבער אונזער מסורה אונז וואס אונז האבן מקבל געווען די מסורה עס יא מחייב.

איך האב גראדע הנאה פון דעם מהלך. כל אחד והמסורה שלו. פונקט ווי אין ארטאדאקסיע אליין קען זיין הונדערט מסורות שניתנו מרועה אחד, אזוי קען אין גאנץ אידישקייט און אין רעליגיע בכלליות זיין טויזנטער מסורות און קיינער קען נישט אפפרעגן דעם צווייטן. יחי רעלאטיוויטעט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך האב פארגעסן פון חכמים הזהרו בדבריכם, איך האלט נישט אזוי, ווי איך שרייב קלאר אז זייער מסורה שטייט אויף הינער פוס ועוד אאריך בזה, איך האב נאר געשריבן לשיטתו וה' הטוב יכפר
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ניבא ולא ידע מה ניבא...
האדם לא נברא אלא להתענג
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

יאיר האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:, ב. אויב ווילסטו זאגן אז אונזער מסורה קען זיי נישט מחייב זיין קעגן זייער מכלומפערשטע מסורה דאן איז אבער אונזער מסורה אונז וואס אונז האבן מקבל געווען די מסורה עס יא מחייב.

איך האב גראדע הנאה פון דעם מהלך. כל אחד והמסורה שלו. פונקט ווי אין ארטאדאקסיע אליין קען זיין הונדערט מסורות שניתנו מרועה אחד, אזוי קען אין גאנץ אידישקייט און אין רעליגיע בכלליות זיין טויזנטער מסורות און קיינער קען נישט אפפרעגן דעם צווייטן. יחי רעלאטיוויטעט.

די קענסט זאגן אויף א היט און פאליש אז דאס איז אפשר נישט מיין היט אבער איך וואס קען מיין היט בין נישט מסופק אויב דאס איז מיינס אדער נישט.

אויב קימט איינער פין אינדרויסן און ווייסט נישט קיין מסורה קען ער פרעגן מאן ימר אז דיין מסורה איז ריכטיג אפשר הסטו דאס נעכטן אויפגעמאכט. אבער חז"ל אליין האבן קלאר געוויסט אויב ידם היה במעל הזה. זיין האבן קלאר געוויסט צו משה קיבל תורה מסיני ומסרה אדער זיי האבן דאס ארויסגעזויגן פין די פינגער.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אודאי האבן חזל געוואוסט. די שאלה איז אויב איך און דו קענען וויסן.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט