ווען די ציונים האבן אונטערגעקויפט די אמעריקאנער מידיא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

ווען די ציונים האבן אונטערגעקויפט די אמעריקאנער מידיא

שליחה דורך נח בער »

זכורני ימים מקדם, ווי ס'האט אויסגעקוקט א פראטעסט קעגן דער טריפה'נער מדינה. מיט וואספארא תמימות די סאטמארער אידן האבן איבערגעלאזט זייערע דזשאבס און אריינגעפארן קיין מאנהעטען, זייענדיג איבערצייגט אז נאך דער היינטיגער פראטעסט פאלט צוזאם די מדינה! דאס איז עס! יעדער היימלאזער גוי וואס האט זיך אפגעשטעלט פרעגן וואס דא גייט פאר, האט זיכער געמוזט זיין א רעפארטער פונעם ניו יארק טיימס און ס'האבן זיך תיכף גרופירט ארום אים א גאנצע כאפטע יונגעלייט. יעדער האט מיט זיין צעקאליעטשטן ענגליש אים פרובירט צו איבערצייגן אז אין ארץ ישראל גראבט מען קברים. ס'טייטש, ביי די האלאקאסט האט מען דאס נישט געזען.

ביים סוף פון דעם פראטעסט האט זיך ארי' לייב גלאנץ אויפגעשטעלט און אויסגערופן מיט פאטאס, "די פאליציי האט יעצט געמאלדן אז ס'זענען געווען פופציג טויזנט אידן ביי דעם היינטיגן פראטעסט". אלעמענ'ס מיילער און אויגן האבן זיך ברייט צעעפנט, און יעדער האט געשמייכלט מיט א געוואלדיגע הנאה. דאס איז עס! די פאליציי האט אליין געמאלדן אז די מדינה איז אויס!

אויפ'ן וועג אהיים פון דעם פראטעסט האבן אפילו די פרומסטע אנגעצינדן זייערע ראדיאס, ווארטנדיג צו הערן די "ברעיקינג ניוס" מיט'ן פזמון. דער עולם זיצט צעדרוקט אין די סטעישאן וועגאנס, קעפ אויף קעפ, מען ווארט און מען ווארט און מען ווארט, און גארנישט! מען האפט, אפשר איז עס פשוט א קאמיוניקעישאן פראבלעם. איין אלצווייסער טיילט מיט אז פאר גענוי אזא חטא, מיט'ן זיין שפעט צו פארציילן אז קענעדי איז געשטארבן, האט א בארימטער ראדיא פיגור פארלוירן זיין דזשאב. "כ'זאג ענק קעפ וועלן פליען!"

ענדליך, קומט אן דער אכטער מינוט, און עעענדליך אביסל נחת. דער טראפיק רעפארטער דערמאנט אז אויף סעקנד עוועניו איז דער טראפיק אביסל שווער צוליב עפעס א ראלי.

און?!

"רבינו הקדוש!" דאס אלעס? די מעכטיגע דעמאנסטראציע? די אלע סיינס וואס די בחורים האבן ארויפגעקלעבט אויף די באסעס? די טויזנטער צעטלעך אין ענגליש וואס מען האט אויסגעטיילט פאר די כינעזער טוריסטן? די פאליציי האט אפילו אליין געמאלדן! ארי' לייב האט אזוי געזאגט!

פופציג טויזנט אידן קומען זיך צוזאם אין מאנהעטען. כ'מיין ווען האט מאנהעטען דאס לעצטע מאל געזען פופציג טויזנט מענטשן ביי א פראטעסט? ביי וויעטנאם איז געווען 500 מענטשן, אפשר, און די מידיא האט גערעדט דערפון א גאנצן טאג.

און דאן עפנט דער דרייווער זיין מויל און אלע שפיצן אן זייערע אויערן. ס'טייטש, ער איז א דרייווער, א געלערנטער מענטש!

"זייטס נישט קיין נאראנים!" זאגט ער מיט שפאט. "עטס רעדטס דאך אזעלכע שטותים....... די מדינה האט זיי אונטערגעקויפט אז זיי זאלן גארנישט זאגן. וועגן דעם רעדן זיי נישט דערפון! יא! די ציונים ימ"ש צאלן מעלאנעס פאר די מידיא און וועגן דעם זענען זיי אזוי פאר די מדינה הטמאה."

די ידיעה האט זיך פארשפרייט פון מויל צו אויער און געווארן א פאקט ביז מינוטן אויפצומארגנס האט אפילו דער אויפגעקלערטער אלבערט פר"מ געשריבן אז די מדינה האט אונטערגעקויפט דאבעליו סי בי עס נישט צו רעדן פון דעם פראטעסט.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר