שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב שוין געשריבן אין אן אנדערש אשכול אז לאו כל אנפין שווין, מען קען נישט זאגן אז אלע מענער אדער אלע פרויען זענען רשעים, אייביג. פון די (איבער 10) פרשיות וואס איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן זענען געווען ביידע סארטן, רוב מאל די פרויען בלינדע עקשנים וואס האבן געוואלט פייניגן דעם מאן און אים זעהן פאראומגליקליכט אדער גאר אונטער גראטעס, אבער גענוג מאל וואס מען האט געמוזט לייגן דרוק אויפן מאן וואס האט געוואלט געלט אדער אנדערע הבטחות אלס א תנאי צו געבן א גט פאר א צובראכענע ווייבל.
אין אלע קעיסעס איז געווען גרינגער פאר די עסקנים צו ברעכן די מענער, נאך אלעם ווילן זיי אויך חתונה האבן נאכאמאל, און זיי אליינס דערלייגן מיטן נישט געבן א גט. זעירין אינון וועלכע וועלן גיין נאך א היתר מאה רבנים. עס איז גרינגער צו איבערצייגן פאר א מאן שכל'דיג אז עס לוינט זיך צו געבן א גט. כמעט קיין איין מאן וועט נישט סתם אזוי צוריקהאלטן פון געבן א גט בלויז ווייל דאס ווייבל איז אנטלאפן (כ'שרייב 'כמעט'). אויב האט איר יא אזוי געהערט, פרעגט אייך בעסער נאך. נישט אלעס גיט מען ארויס פאר די גאס. אין רוב פעלער וועלן די ארומיגע און די גאס מאכן אייגענע (אומריכטיגע) אסאמפשענס געבויעט אויף אפאר שמועות וואס מען האט נאכגעהערט פון די שוויגער'ס שכן.
דער פראבלעם דא מיט איחוד פעלד איז אז ער שרייבט נישט דברים של טעם נאר בא'שגצ'ט יעדן וואס זאגט אנדערש ווי ער האלט, כאילו ער ווייסט קלאר פון נישט ווייניגער פון 15,000 צעבראכענע אומשולדיגע פרויען וועלכע ווארטן אויף א גט פון זייערע אכזריות'דיגע מענער, און מיט נאך אפאר עפשטיינ'ס וואלט מען געקענט צוברעכן די מענער און אויפרעכטן די ווייבער.... בקיצור, איינער נעמט עדווענטעזש פון דעם מאנ'ס כח אויף א גט, און דער צווייטער נעמט עדווענטעזש פון די "מכין אותו עד שיאמר רוצה אני"... ביידע זענען א חלק פון די תורה, מען קען פרובירן שבת הגדול ביים דרשה צו פארענטפערן די סתירה.
אני הקטן פארשטיי ביידע צדדים, מען האט שוין געהערט מעשיות פון ביידע סארטן גענוג און נאך, איינער וואס וויל נעמען א צד טאר נישט זיין גענויגט צו קיין מענער אדער פרויען בכלליות, נאר וויסן קלאר אז דאס איז א קעיס-ביי-קעיס בעיסיס, און נישט בויען הנחות אויף איין מעשה דורך פאקטן פון א צווייטע, יעדע קעיס איז גענצליך אנדערש. אלמלי עפשטיין זאל אויך אנברעכן די ביינער פאר אפאר פרויען (אדער זייערע טאטעס/ברודערס וואס פירן די מערכות) וועלכע פייניגן זייערע מענער, וואלט איך געהאלטן אז עס איז מעגליך יושר (הגם נישט געזעצליך), אבער נאר מענער? דאס הערט זיך איינזייטיג און רשעות'דיג.
יישר כח שמעקעדיג. זייער גוט געזאגט און דברים של טעם דברים של אמת.
און דאס איז פונקטליך וואס איך זאג. אין געוויסע קעיסעס האב איך זיך אנגענומען פאר די מענער ווייל זיי זענען געווארן בא'עוול'ט פון די ווייבער און אין געוויסע קעיסעס האב איך זיך אנגענומען פאר די ווייבער ווייל זיי זענען געווארן בא'עוולט פון די מענער.
קיינער איז נישט מחויב מיר צו גלייבן און איך פלאן טאקע נישט ארויסצושטעלן דא קיין שום באווייז צו מיינע ווערטער און יעדער איז בארעכטיגט נישט צו גלייבן און אזוי אויך צו שרייבן יעדען סארט הבל וואס איז יפצה פון זיין קלוגן פיו.
15 טויזענט עגונות. דאס הייסט אזוי פיל עגונות פון דער מספר פון פרויען וואס זענען דא אין גאנץ מאנסי. אדער אין גאנץ לעיקוואוד. פיין. פארוואס נישט, איך מיין פופציג טויזענט.
איך וועל שרייבן דא איין אנעקדאט וואס האט "היינט" פאסירט. איך באקום א טעלעפאן קאל פון רב אלמוני, א רב מיט וועמען איך האב שוין אסאך געטון אין עסקנות צוזאמען, און ער פרעגט מיך אזוי מסיח לפי תומו, זאג נאר, איז עפעס געווארן מיט יענע פרשה פון ... זאג איך אים ניין. פארוואס, זאג איך ווייל די ווייב'ס טאטע כאפט נישט אז דער צד השני איז דער טאטע פון די קינדער. ביי אים אין קאפ איז ער סתם עפעס א נודש.
בקיצור נאך פופצן מינוט אהין און צוריק, זאגט ער מיר, ווייסטו וואס, לאמיר מאכן אזוי. יעדער גייט פארגעסן פון אלעס וואס איז געווען ביז היינט און מען גייט זיך יעצט אוועק זעצן שרייבן א נייער אגרימענט אזוי ווי ביי יעדע גט, א געהעריגע יושר'דיגע אגרימענט. זאג איך פיין. ווען דו האסט דעם אגרימענט שיק עס מיר אריין. אקעי.
בערך דריי אהאלב מינוט שפעטער באקום איך אן אימעיל. דער רב האט ניטאמאל גענומען די מי עס צו דאונדלאודן און מיר שיקן פון זיין אייגענעם קאמפיוטער עס זאל כאטש אויסקוקן ווי ער האט עס געשריבן. ער האט פלעין געפארווערד פאר מיר דעם אגרימענט וואס יענע זייט האט אפגעשריבן, וואס איז פלעין יושר אזוי ווי ביי יעדן גט.
אין דעם אגרימענט שמירט מען אן דעם טאטן מיט טשיילד סופארט אסאך מער ווי ער פארדינט בכלל יעצט, (און דאס איז בשעת די ווייבל האט א פיינעם דשאב און פארדינט פיל מער פון אים), די גאנצע שכר לימוד (כאטש מען האט אים ניטאמאל פארציילט אין וועלכען מוסד מ'שיקט די קינדער, ער האט עס אויסגעפונען ביי נאכקוקן וועלכע באס קומט זיי אויפפיקן), די גאנצע דעי קעמפ, עקסטרע געלט פאר יעדן יום טוב (נישט צוויי דריי הונדערט דאללער), ביי יעדן וויזיטעישאן דארף דער טאטע אויפפיקן און אפדראפן, און באקומט א פופצן מינוט פענסטער ווען דאס צו טון, אויב איז ער אףף מיט מער ווי די פופצן מינוט האט ער פארלוירן דעם זכות וויזיטעישאן פאר יענעס מאל. אלע חפצים, מתנות, שטאפיר, צירינג און זילבער בלייבט ביי איר, און ער באקומט זיין טלית און זיין זייגער. און אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער.
כ'מיין, פליז.
מען דארף פלעין זיין בלינד נישט צו זעהן אז דער שווער האט עס אליינס געשריבן. און דער רב קלערט נאך אפילו אז איך וועל אים צוריק רופן. דער מענטש לעבט פשוט אין אילוזיעס. און ער האט טענות. עס פאלט אים נישט ביי אז ער איז מעגן דעם אינגערמאן. דער איינציגסטער מעגליכקייט פאר דעם אינגערמאן צו באקומען אפילו א האלב יושר'דיגן אגרימענט איז נאר דורך אפהאלטן דעם גט. ער האט פשוט נישט קיין אנדערע ברירה.
און בד"וו, איך בין שוין געזעצן ביי דין תורה'ס מיט מענדל עפשטיין און איך האב זיין סעל נאמבער אין מיין טעלעפאן. יעצט שרייב אז איך רעד אין די וועלט אריין.
נ.ב. ווען מען שלאגט אן א מאן בהכאות שיש בהן כדי להמית און מען הערט נישט אויף ביז ער געט א גט דארט אויפן פלאץ איז עס א גט מעושה לכל הדעות און די פרוי איז אן אשת איש און דער מאן צו וועמען זי האט חתונה איז א נואף און בועל אשת איש יעדעס מאל ער האט **** און די קינדער זענען פלעינע ממזרים.